דער אנגענומענער טעם אין די פוסקים איז, צוליב קטטות ומריבות בין הנשים שצרות הן זו לזו. (ס'דא נאך טעמים).תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 6:31 pmאוודאי איז עס, עיין ברא"ש.חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:28 pmחרם דרבינו גרשום איז נישט לטובת פרויען וועלכע זייער מענער ווילן זיי נישט גיבן א גט. קוק אריין אינעם סוגיא.יאנטשי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 1:14 am איך ליין דא און שטוין, צוזאמשטעלן און צעטיילן מאן און ווייב ווי א מלמד אין כתה ט' טוט מיט א שיעור פשוט חברותא פארן שמועסן ביים לערנען... כחומר ביד היוצר...
חרם דרבנו גרשום האט מען עובר געווען?? גאנץ הלכות אישית האט מען עובר געווען! די חרם איז דאך געווען זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פרויען וואס מען האט זיי געלאזט הענגען אן א גט, איך ליין דא ווי אין לב טהור האבן די מענער, פרויען און קינדער געווען די זעלבע רחמנות, א שטיקל חפצא פונעם חכם, די חרם קומט דאך נאך וואס א מאן האט א בחירה און די פרוי האט נישט, ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה, אבער אין א מקום וואו מען פריט זיך ווי די גמרא כתובות סג. מעשה באדם אחד שהיה לו ארבעים עבדים וארבעים שפחות, והיה משיאן זה לזה בלילה אחת, האט דאס רבינו גרשום געמיינט בכלל??
אגב, אין אנציקלופדיה התלמודית (ערך חדר"ג בסופו) איז דא מלוקט מפי ספרים איבער 20 זאכן אויף וועלכע רגמ"ה האט גוזר געוועזן. ס'זייער אן אינטערסאנטע סוגיא אבער אין כאן מקומו.