בלאט 514 פון 557

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am
דורך לויטערע הימל
ענק קענען לאכן פין די בעל שם טוב האט מען אויך געלאכט. די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט. אקעי אפשר נישט ממש אלעס וואל די אייבישטער באהאלט אסאך מאל אויך פין צדיקים, אבער וואסער נוגע ווייסט ער.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:02 am
דורך קרני פרה
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:26 am שלום עליכם פאר ידידי הרב שמואל פוקס אין הרב זלמן גליק פאר זייער באזיך דא אין קרית בבל
ברוך השם נאך מנחה מעריב האט די ריש מתיבתא אנגעויבן טאנצען די באוויסטע סקולענע ניגון ונשגב השם לבדו
זאגנדיג אז מען האלט שוין ברוך השם א טאג נענטער צום גאולה ביום ההוא
אוי וויי
פארוואס ביסטו צוריק צו דיין אלטע ניק
משה יוסף מנחם איז יעצט פארנומען?
שיק א גריס פאר @שמואל פוקס איך טרעפ אים גוויינדליך נאר אין גואטאמאלא…

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:15 am
דורך Think and Thank
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 4:38 am לאמיר הערן פון חילול שבת? זאגסט אז איינער האט גערופן די קינדער פרעגן וועלכע ניגון מען האט געזינגען אויף חי ה', נו, ווען קינדער זענען אין א שעלטער צווישן געמיינע גוים, טאר מען טאקע נישט רופן שבת פרעגן וועלכע ניגון מען האט געזינגען?

חלילה וחס! וועלכער איד מיט א משהו יראת שמים וואלט מתיר געווען אזא זאך?!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 am
דורך מתא מחסיא
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am ענק קענען לאכן פין די בעל שם טוב האט מען אויך געלאכט. די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט. אקעי אפשר נישט ממש אלעס וואל די אייבישטער באהאלט אסאך מאל אויך פין צדיקים, אבער וואסער נוגע ווייסט ער.
משה'לע, טוה דאס נישט, ברענג נישט אראפ צדיקי וקדושי עליון, קען זיין לשיטתך איז מרנא ורבנא הזקן החכם נר"ו א גרויסע מענטש, אבער נישט איינער וואס לאכט פונעם חכם איז פונקט ווי דער בעל שם, טאמער וועסטו ח"ו געוואר ווערן אז כביכול האט אים נישט מגלה געווען, קענסטו נאך ווערן מסופק אין גדלות הבעש"ט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:25 am
דורך קרני פרה
מתא מחסיא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:16 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am ענק קענען לאכן פין די בעל שם טוב האט מען אויך געלאכט. די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט. אקעי אפשר נישט ממש אלעס וואל די אייבישטער באהאלט אסאך מאל אויך פין צדיקים, אבער וואסער נוגע ווייסט ער.
משה'לע, טוה דאס נישט, ברענג נישט אראפ צדיקי וקדושי עליון, קען זיין לשיטתך איז מרנא ורבנא הזקן החכם נר"ו א גרויסע מענטש, אבער נישט איינער וואס לאכט פונעם חכם איז פונקט ווי דער בעל שם, טאמער וועסטו ח"ו געוואר ווערן אז כביכול האט אים נישט מגלה געווען, קענסטו נאך ווערן מסופק אין גדלות הבעש"ט
באותה שעה עמד קרני פרה על סוף דעתו… פתח ואמר
הרב @שמואל פוקס ביטע זיי מוחל גיב פאר משה׳לען צוריק זיין שמדפון, גענוג ליצנות געטריבן פון די מענטשען פון די וועלט….

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 4:10 am
דורך ברוינפן אדער יין
חנן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 2:54 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 9:58 am
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 4:33 am
ווען די ווענסט מיך ענפערן ווי אזוי האט מען געמענגט ליינען צענדלגער פריווטע בריון צי די רמ כולל מיין בריוו וואס אויף יעדע בריוו האט געשטאנען 5 מאל חדר"ג און סע דברים וואס א מענטש גייט קיינמאל נישט קענען מוחל זיין אויף דעם און געליינט שעות ארוכות און מחטיא געווען אנדרע אויך צי ליינען דאמאלטץ וועל איך דיך ענפערן ביי אונזער פאל האט כאטש א בית דין געזיצן אויף דעם און מע האט געלייגט א צעטל און בית מדרש פון בית דין אויף די וואנט מיט וועלכע היתר בהלכה האט מען עס געטון אשאד איך האב נישט קיין בילד די עיקר זאך פארוואס מע האט געוואלט באהאלטן די חתונה פון די היליגע אב בית דין איז וועגן מע האט מורא געהאט אז מען זיככעט די אב בית דין צו לייגן חס ושלום און תפיסה
כלל ישראל האט א מסורה פינטל.
די מציאות איז אז גדולי ישראל, צדיקים וקדושים, שרפי מעלה, זייט דער הייליגער רבינו גרשום פלעגן ציטערן פחד מוות פון עובר זיין צו חתונה האבן מיט 2 ווייבער אן א היתר מאה רבנים. און קיין שום יודישער בי''ד האט זיך נישט דערוואגט דאס צו מתיר זיין חס ושלום. משא''כ ליינען יענעם'ס בריוו האט מען בכלל נישט געזען אזא סארט קפידה, אודאי האט מען זיך נוהג געווען נישט צו ליינען יענעם'ס בריוו, אבער אויב האט איינער יא געליינט, איז עס בכלל נישט באטראכט געווארן אלץ א געפערליכע זאך.

יעצט זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ.
סתם לבהירות הענין: חרב דרבינו גרשום בנוגע בריוו איז נישט ווען איינער שריביט א בריוו און שריביט ארויף דערויף מיט באלד אתיות "חרדרב"ג צו ליינען!!!". דער חרם באציט זיך צו עמיצער וואס שיקט א בריוו מיט א שליח און דער שליח עפנט דאס אינמיטן וועג און ליינט עס. סתם ליינען א בריוו וואס איינער האט געשריבן פאר א צווייטן ווייס איך נישט פון וואו דאס נעמט זיך אז דאס איז א חרם.
וואס איז די חילוק?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 4:16 am
דורך ברוינפן אדער יין
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:12 pm
שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 3:18 pm
חאצקיל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 3:17 pm
וויאזוי ווייסטו וואס שלמה ארז איז משורשו.
דא א גרויסע יש אומרים אז ער שטאמט גאר פון פוילן
(טאקע געהאט אביסל א גאליציאנישער אקצענט)
לויט ווי איך ווייס, זיין זיידע האט גיהייסן העלברוין פון פוילין, פאר די מלחמה האט ער גיטוישט צו העלבראנץ כדי צו פאלשן זיינע דאקומענטן מזאל נישט וויסן אז ער איז א יוד. פון זיין מאמע'ס זייט איז ער זיכער א ספרדישע
@שמואל פוקס

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 4:36 am
דורך ברוינפן אדער יין
מרדכי היהודי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 11:55 pm
מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 1:01 pm
לאגיק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 12:25 pm
וואס איז דא צו פארענטפערן, די היתר שטייט דאך דא קלאר: 'שטרייט זיך נישט מיט מיר, דאס איז פיקוח נפש'...
יעדער חדר יונגעל ווייסט אז פיקוח נפש איז דוחה שבת...

אוי רבוש"ע, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש. די קאפ דרייט זיך שוין.
ס'אפשר כדאי ארויסצוברענגען דו עוולה און שקר וואס זיין פארקויפן, אז אויף אלא זייערע משוגעת'ן דארף מען האבן מסירת נפש. בשעת ווען אין אונזער תורה איז דא דריי זאכן וואס מדארף זיך מוסר נפש זיין, און אויף דו איבריגע שטייט וחי בהם
זייער אמת, ועוד,
"וחי בהם" איז נישט א היתר.
אפילו אויב איינער וויל, טאר ער זיך נישט מוסר נפש זיין אויף אנדערע מצוות שבתורה.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 4:53 am
דורך ברוינפן אדער יין
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:42 am אפשר די האסט געגעסן די מייז אליין.
@לויטערע הימל (ר' משה יוסף מנחם) פארוואס טראכסטו אז ער האט געגעסן א מייז אליין?
איך זעה נישט פארוואס איינער זאל עס טוהן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 5:00 am
דורך ברוינפן אדער יין
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am ענק קענען לאכן פין די בעל שם טוב האט מען אויך געלאכט. די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט. אקעי אפשר נישט ממש אלעס וואל די אייבישטער באהאלט אסאך מאל אויך פין צדיקים, אבער וואסער נוגע ווייסט ער.
@משה יוסף מנחם איך מיין אז ס'איז שוין געווארן אויסגעשמועסט דא בעבר, די חילוקים פון לאכן אויף ראשי קהילת לב טהור און להבדיל אלף אלפי הבדלות עד אין קץ לאכן פון אור שבעת הימים בעל שם טוב הקדוש זי"ע.

למעשה, אויב די אייבירשטער קען יא באהאלטן זאכן פון די חכם, קען ער דאך אויך באהאלטן עפעס וואס איז נוגע, ניין?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 7:03 am
דורך קטןודל
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט.
דער אייזל אויך.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 7:44 am
דורך מאניש בנבנשתי
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am ענק קענען לאכן פין די בעל שם טוב האט מען אויך געלאכט. די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט. אקעי אפשר נישט ממש אלעס וואל די אייבישטער באהאלט אסאך מאל אויך פין צדיקים, אבער וואסער נוגע ווייסט ער.
זאג, האסט שוין באזוכט אמאל א סקייעטריסט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:23 am
דורך מאניש בנבנשתי
@לויטערע הימל @משה יוסף מנחם העלבראנץ
די חכם גלייכט הערינג? כ’זעה יעצט אין מיין פרידזשידער ער האט טועם געווען די נאכט.. וואס טועם געווען? די גאנצע שאכטל האט ער אויפגעגעסן, איך האב געהאט א גאנצע טאפ טשולענט פון שבת, וואף! ער האט אויפגעגעסן דעם גאנצן טאפ! דער האט אפעטיט!! באכעשעם לא השבית לנו גועל.. זעהט אויס ער דרייט זיך נישט נאר אין בבל, נאר אין די גאנצע וועלט, ס’איז מלא כל הארץ כבידו, ער ווערט נישט זאט דארטן ביי ענק אין בבל..


אדער אולי קען מען זאגן, אז באמת דרייט זיך די חכםנאר אין אמעריקא, ווייל דארטן איז דא בעסערע עסן, נו דעמאלטס ווער ליידיגט אפ דאס עסן אין בבל? העט מען מוזן איינזעצן אז דאס איז די הייליגע זיידע די חכמת שלמה וואס קומט אראפ פון אויבן, און עריז א מסתפק במועט כידוע ליודעי כריין, די וואס געדענקן זיין הייליגע גוף, קיינמאל עכט געברויכט עסן, נאר טועם געווען מזמן לזמן..


איין זאך וואס די חכם קען ליידער נישט טוהן דערווייל אין תפיסה, און דאס איז אפ’גט’ן דעם ציבור און פארטיילן עונשים, כליפ כליפ.. און אויף דעם וויינען מיר יעדע נאכט ביי חצות אוי ואויבוי.. ווי ווייט מיר האבן זיך דערקייקלט.. ווער האט געגלייבט אז מיר וועלן אנקומען צו אזא מצב כליפ כליפ.. ווער וואלט זיך אמאל געקענט אויסמאלן אז די חכם וועט דארפן אינמיטן די נאכט, גיין צו די הייזער זוכן איבערגעבליבענע שיריים.. אוי לאן הגענו?¿

די גוטע נייעס איז, דא ביינונז אין ניו יארק איז דא א ארגענעזאציע וואס הייסט ר’ שייעלעס קאך, שיק אהין דעם חכם, דא דארטן פיינע עסן, ער העט זיך מחי’ה זיין..

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:31 am
דורך מאניש בנבנשתי
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:45 am די חכם ווייסט טאקע אלעס און האלט אלעס מיט.
כא כא כא, מ’האט אים שוין צוגענומען זיין שמדפאוין וואס ער האט געהאט אין תפיסה, ער ווייסט שוין מער נישט אלעס, און האלט שוין עכט נישט מיט..

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:58 am
דורך טרוימט
מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 3:30 pm אפשר קען איינער ברענגען די היתר הוראה פון מרנא ורבנא הזקן הריש כלה? פון ווי און פון וועם האט ער הוראה?
מרנא ורבנא הזקן הר"מ, האט ער אויך הוראה? האט ער געהאט שימוש?

א בית דין וואס פארלאזט זיך אויף הוראות פון איינעם אין תפיסה איז א בית דין? א בית דין וואס האט אפיציעל מתיר געווען חילול שבת 7 יאר צוריק איז א בית דין?
ניין זיי ביידע האבן נישט הוראה און נישט קיין קיינמאל געהאט שמוש

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:08 am
דורך מנחם גאלד
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:02 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:26 am שלום עליכם פאר ידידי הרב שמואל פוקס אין הרב זלמן גליק פאר זייער באזיך דא אין קרית בבל
ברוך השם נאך מנחה מעריב האט די ריש מתיבתא אנגעויבן טאנצען די באוויסטע סקולענע ניגון ונשגב השם לבדו
זאגנדיג אז מען האלט שוין ברוך השם א טאג נענטער צום גאולה ביום ההוא
אוי וויי
פארוואס ביסטו צוריק צו דיין אלטע ניק
משה יוסף מנחם איז יעצט פארנומען?
שיק א גריס פאר @שמואל פוקס איך טרעפ אים גוויינדליך נאר אין גואטאמאלא…
די יעצטיגע הנהלה פון לב טהור האט פארבאטן פאר משה יוסף מנחם צו שרייבן דא, און נאך וואס ער האט מוצש"ק נישט געפאלגט, האט מען אים צוגענומען דער ניק, און געטוישט פעסווארד, אבער ער האט זיך א עצה געגעבן, און ער איז צוריק מיט @לויטערע הימל.

איך גלייב אז פאר אזא חוצפה אקעגן די הנהלה וועט ער שוין מוזן באקומען א תיקון.
*
למעשה טוט ר' משה יוסף מנחם קלארשטעלן אז ער האט ח"ו נישט עובר געווען אויף די הוראה פון די הנהלה צו שרייבן אויף אידטיש, נאר די צוויי געסט ר' שמואל פוקס און ר' זלמן גליק האבן געשריבן די תגובות מיט זיין טעלעפאן אן זיין רשות.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:11 am
דורך שעפעריש
שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:33 am לדבריהם איז פארהאן מעשיות, וויאזוי דער חכם האט טועם געווען געוויסע מאכלים אויפן ארט. מענטשן האבן זיך געוואונדערט, וויאזוי זאכן פעלן, ביז מען האט זיך געכאפט אז דער חכם איז טועם דערפון.
image000000 (13).jpg
image000000 (13).jpg (116.24 KiB) געזען געווארן 1177 מאל
א שרעקליכע מראה פארגאנגענעם נאכט ביי מיר אין פרידזשידער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:19 am
דורך שעפעריש
מנחם גאלד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:08 am
די יעצטיגע הנהלה פון לב טהור האט פארבאטן פאר משה יוסף מנחם צו שרייבן דא
קלוג טוהן זיי, די גרעסטע לצנות אויף לב טהור איז געמאכט געווארן דורך@משה יוסף מנחם העלבראנץ

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:20 am
דורך שעפעריש
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 11:56 pm די אב"ד האט חתונה גיהאט 3 מאל.
די ערשטע מיט די טאכטער פון קאשוי רב וואס אויף איר האט ער באקומען א היתר מאה רבנים צו חתונה האבן מיט זיין צווייטן ווייב די טאכטער פון שלמה העלבראנץ.
די דריטע מאל האט ער חתונה גיהאט מיט די גרושה פון הלל שמעון מלכה נאך פארן געבן געבן א גט פאר זיין צווייטן ווייב או קיין היתר מאה רבנים.
דערווייל איז געבליבן פאר אונז צו שרייען פוי

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:34 am
דורך הכהן
פארוואס איז מען נישט מצרף דעם 'חכם' צו מנין?
פארוואס באקומט ער נישט עליות???

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 10:04 am
דורך תינוק הבורח
שעפעריש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:11 am
שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:33 am לדבריהם איז פארהאן מעשיות, וויאזוי דער חכם האט טועם געווען געוויסע מאכלים אויפן ארט. מענטשן האבן זיך געוואונדערט, וויאזוי זאכן פעלן, ביז מען האט זיך געכאפט אז דער חכם איז טועם דערפון.
image000000 (12).jpg
א שרעקליכע מראה פארגאנגענעם נאכט ביי מיר אין פרידזשידער
ער האט צוויי לינקע הענט...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 10:29 am
דורך גרינטליך
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 6:30 pm מיינע קשיות וואס איך האב געהאט לגבי די חתונה נאך ווען כבין גיווען אין לב טהור איז אזוי:

1- פאר וואס האט מען נישט פראבירט קודם אויף די נארמאלע וועג פון געבן א גט? מרת טעלער האט דאך זיך נישט קעגן גישטעלט.

2- אפילו אויב מרת טעלער וואלט זיך יא קעגן גישטעלט וואלט מען כאטש גידארפט משלשל זיין א גט.

3- וואס איז גיווען די יאגעניש צו די חתונה? אהרן טעלער האט דאך שוין גיהאט קינדער פארדעם, און זיין נייע ווייב איז מער נישט גיווען אין די עלטער פון האבן נאך קינדער.
דעיע פאקטן שפילן א שטארקע ראלע לגבי די הלכות ווען מאיז דן אין היתר חתונה האבן מיט 2 ווייבער.

4- נחמן העלבראנץ וואס איז נישט קיין מורה הוראה האט שוין מחליט גיווען אז די חתונה דארף זיין יענע נאכט, נאך פאר די בי"ד האבן זיך בכלל אראפ גיזעצן דן זיין אין די הלכה.

5- א קוירצע צייט פארדעם ווען ס'איז געווען די פרשה פון איסור המאכלים האט אהרן טעלער זיך קעגן גישטעלט קעגן געוויסע איסורים פון נחמן און ער איז באשטראפט גיווארן כולל צוגענימען זיינע פאסטן פון פסקנען שאלות (אויזער הלכות טהרה) וואס דאס איז גיווען די אנהייב קייטל וואס האט עהם צו גיברענגט צו פארלירן זיין ווייב און קינדער.
פון יענע סעקאנדע און ווייטער זענען אין אנדערע דיינים און לב טהור גיווארן לכאורה פסול צו פסקענען שאלות בנוגע נחמנ'ס אינטערעסן וועגן זיי זענען פערסנאל נוגע בדבר און האבן מורא פון אויס שטיין שווערע שטראפן.

6- די בי"ד וואס האבן מתיר גיווען אזא שווערן איסור זענען גיווען צוזאם גישטעלט פון 1 דיין מיט 2 הדיוטות. די סיבה פאר וואס זיי האבן נישט גענימען אלעזר רומפלער צו זיין א חלק פון די בי"ד איז גיווען ווייל יעקב נחום האט געווויסט אז ער וועט עס נישט מתיר זיין.
ווען סאיז דא א אופציאלע בי"ד אין שטאט ווי איז גיהערט גיווארן אז מען פיקט אויף הדיוטות אנשטאט ווייל מווייסט אז איינע פון די דיינים וועלן נישט געבן קיין היתר?

7- איך בין גיווען ביי די ישיבת בי"ד, סהאט גענימען ווייניגער פון 10 מיניט, מהאט בכלל נישט דן גיווען אין הלכות און די צדדים. משה יוסף האט זיך אנגעריפן אז היות מרת טעלער האט גערופן פאליציי שבת חנוכה אז די קינדער זענען נישט דא האט זי א דין פון א מוסר און א משומדת און ער האט אראפ גיברענגט א מאמר פון פאריגע פוסק אז די חרם דרבינו גרשון גייט נישט אן אויב די פרוי איז א יוצא מכלל ישראל.
אין מיין אויגן האט דאס אויסגיזעהן א ביטערע ליצנות ווי באלט נחמן האט גירעדט פארדעם מיט משה יוסף און עהם אנגיזאגט ווי אזוי צו פירן די ישיבת בי"ד און עס מאכן קוירץ און שארף אבי צו יוצא זיין.

8- נחמן איז גיווען די גרעסטע נוגע בדבר, ווי באלט סאיז דעמאלטס גיהייסן אז אהרן טעלער וועט דארפן פארן קיין ניו יורק עדות זאגן אין קורט לטובת לב טהור, און נחמן האט מורא געהאט אז אהרן טעלער וועט זיך מיישב זיין אין בלייבן אין ניו יורק מיט זיין ווייב און קינדער און ער וועט פארלירן זיין וויכטיגסטע עדות, ממילא האט מען עהם שנעל חתונה גימאכט כדי ער וועט מער נישט ווילן בלייבן וואוינען אין ניו יורק.

סדא נאך פרטים וואס כהאב שוין פארגעסן האפענטליך וועל איך זיך דערמאנען און אראפ שרייבן.
רוב מענטשן אין לב טהור האבן נישט ארויס אלע פרטים ווי באלט זיי האבן נישט מיט גיהאלטן די חתונה און די ישיבת בי"ד וועגן דעם גלייבן זיי אז זייערע בי"ד האט דאס מתיר גיווען מיט גירעכט לצורך העניין
אלע טענות זענען פיין און וואויל אבער למען האמת איז עס עיקר חסר מן הספר, היתר מאה רבנן איז נישט 3 זאלן זיי זענען די 3 פוסקי הדור, וועל'ן זיי דארפן מצרף זיין נאך 97 חתימות און לויט פארשידינע ראשונים מוז'ן די 100 זיין פון 3 אנדערע לענדער.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 10:40 am
דורך גרינטליך
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 11:56 pm
ממעמקים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 11:23 pm @מענדי קעניג
איך בין שוין אינגאנצן צומישט
וויפיל מאל האט די אב״ד חתונה געהאט?
זיין ערשטע ווייב איז נאכאמאל חתונה געהאט?
ווער איז מרת עליאס?
ווער איז דער מתתיהו וועם מהאט נישט געטארט פארציילן?
איך האב פארשטאנען אז ער איז געוועהן חתונה געהאט צו מלכי מארגנשטערן. אמת אדער נישט? ווער איז זי?
וואר איז די פרוי וואס דו האסט געזאגט איז שוין עלטער פון האבן קינדער?
ער איז דאך אויך געוועהן חתונה געהאט צו העלבראנץ טאכטער.
קענסט ביטע אויסקלארן דא?
די אב"ד האט חתונה גיהאט 3 מאל.
די ערשטע מיט די טאכטער פון קאשוי רב וואס אויף איר האט ער באקומען א היתר מאה רבנים צו חתונה האבן מיט זיין צווייטן ווייב די טאכטער פון שלמה העלבראנץ.
די דריטע מאל האט ער חתונה גיהאט מיט די גרושה פון הלל שמעון מלכה נאך פארן געבן געבן א גט פאר זיין צווייטן ווייב או קיין היתר מאה רבנים.

מתתיהו איז א גיטוישטע נאמען פון איינער וואס וואוינט היינט אין ניו יורק וועגן דעם גיי איך נישט שרייבן זיין עכטע נאמען ווער סווייסט ווייסט.
בשעת די חכם האט גיאסרט די פיש איז מתתיהו גיווען אין ניו יורק און ער האט ליידער נישט בייגישטאנען און ווייטער גיגעסן פיש, ווען ער איז צוריק צו בבל האט עהם די חכם באשטראפט מיט הייסן געבן א גט און איבער געבן די קאסטעדי פון זיינע קינדער פאר זיין ווייב. 2 חדשים נאכדעם ביי די קינדנעפינג מעשה האט עהם נחמן גיבעטן צו קומען העלפן און פאר באלוינוג וועט ער עהם צוריק לאזן צו די חבורה און צוריק חתונה האבן מיט זיין ווייב. סא זיין צווייטע חתונה איז גיווען די זעלבע וואך פון אהרן טעלערס דריטע חתונה.
קלאר?

מרת עליאס איז א עקסטרע מעשה פול מיט רשעות ווי יעקב נחום און נחמן האבן פארטריבן איר מאן און איר איינגירעדט אז איר מאן וויל קומען מיט די ציונים און אוועק כאפן ממילא האט זי גידארפט זיך אויסבאהאלטן.

מלכי מארגנשטערן איז דערווייל חתונה גיהאט צו מאיר רוזנער צום ערשטן מאל.
@מענדי קעניג איך מיין מ'דארף מאכן א געהעריגע אינטערוויו מיט דיר.
נחמן העלבראנץ האט געוואלט $50,000 פאר א אינטערוויו.

איך האב א געפיהל, וויבאלט די ביסט דאך א גוט'ע נשמה אז ביי דיר קען מען אויספועל'ן א אינטערוויו פאר $10,000.

אפשר זאל מען מאכן דא אויף אידטיש א קאמפיין צו העלפן דיין משפחה, און ווען מ'קומט אן צו $10,000 וועסט די מאכן א לייוו אינטערוויו?

און אלע משתתפים און די קאמפיין וועלן קענן אריין שיקן שאלות.

דער וואס איז דערפאר זאל געבן א לייק, אפשר אז מ'וועט האב'ן אסאך לייקס, וועט מענדי שוין איינמאל מסכים זיין מאכן א אינטערוויו, אויב נישט פאר זיינעט וועגן כאטש צו העלפן זיינער פאמיליע מיטגלידער.

און נאך וויכטיגער אריינעמען אין זיך די זכות פון צדקה ממש הצלת נפשות

https://toirem.org/31069

@מענדי קעניג ביטע אנקוקן די לייקס אלץ פעטיציע.

@מענדי קעניג זעט ווי דרעוילם רופט זיל אן ווארעם, ער הייבט שוין אן צו טראכטן, וועגן דעם.
לאמיר געבן א שטיפ האנט צו נאך $3,000 די אינטערוויו ווערט שוין הייסער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 10:53 am
דורך גרינטליך
הכהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 9:34 am פארוואס איז מען נישט מצרף דעם 'חכם' צו מנין?
פארוואס באקומט ער נישט עליות???
דאכצאמיר ער האט געדאווענט אלע יאר נעילה פארן עמוד פון תפיסה?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 10:53 am
דורך ברוך כבוד
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 8:23 am @לויטערע הימל @משה יוסף מנחם העלבראנץ
די חכם גלייכט הערינג? כ’זעה יעצט אין מיין פרידזשידער ער האט טועם געווען די נאכט..
► Show Spoiler

:lol: :lol: :lol: