בלאט 509 פון 548
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 9:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מדנ"י קריגס מיניסטער ישראל כץ באשטעטיגט אז מדנ"י האט אומגעברענגט איסמאעל האניע אין טעהעראן.
דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מדנ"י נעמט אפיציעל די פאראנטווארטליכקייט אויפן אטענטאט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 1:57 pm
דורך דעת קדשי
...
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 29, 2024 10:08 pm
דורך never say never
איינער זאל בוטע טוישן קאפל און צולייגן תימן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:37 am
דורך ווער
מדינת ישראל שיקט ליסטע פון 34 משכונות וואס זיי ווילן כאמאס זאל באפרייען; כאמאס איז מסכים אויף 22
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 12:25 pm
דורך ווער
מיליטאנטן פון עזה האבן אריין געשאסן דריי ראקעטן קיין דרום ארץ ישראל, צווישן דעם איינס וואס האט באטראפן די הויז פון א חב"ד רב אין שדרות
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 5:07 pm
דורך ווער
טראמפ האט ווידערהאלט זיין ווארענונג אז ער גייט גיין זייער שארף אין פאל די משכונות פון עזה זענען נישט באפרייט ביים טאג פון זיין איינשווערונג
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 9:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:37 am
מדינת ישראל שיקט ליסטע פון 34 משכונות וואס זיי ווילן כאמאס זאל באפרייען; כאמאס איז מסכים אויף 22
כאמאס איז איינגעגאנגען אויפן גאנצן ליסטע, לויט באריכטן.
מדנ"י זאגט אבער אז כאמאס האט נישט צוגעשטעלט קיין שום אינפארמאציע איבער די סטאטוס פון די משכונות, און קיין שום דיעל קיין נישט גיין ווייטער בעפאר זיי טוען אזוי.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 07, 2025 12:39 pm
דורך ניקל
ווער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 06, 2025 5:07 pm
טראמפ האט ווידערהאלט זיין ווארענונג אז ער גייט גיין זייער שארף אין פאל די משכונות פון עזה זענען נישט באפרייט ביים טאג פון זיין איינשווערונג
יעצט נאכאמאל.
די גיהנום וועט זיך עפענען אין די מיטל מזרח.
עס וועט נישט זיין גוט פאר חאמאס!
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 9:34 am
דורך ווער
טראמפּ'ס מיטל-מזרח שליח האט נעכטן געלאזט הערן אז ס'וועט ווארשיינליך זיין א משכונות באפרייאונג אפּמאך מיט כאמאס בעפאר טראמפּ'ס איינשווערונג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 10:27 am
דורך ניקל
2 גופים פון משכונות זענען ארויסגענומען געווארן פון עזה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 10:27 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 08, 2025 10:27 am
2 גופים פון משכונות זענען ארויסגענומען געווארן פון עזה

- IMG_20250108_102725_244.jpg (40.71 KiB) געזען געווארן 723 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 11:27 am
דורך ניקל
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען:
אונז שטייען זייער נאנט צו א פייער-אפשטעל אין עזה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 12:10 pm
דורך אנדערער
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 08, 2025 11:27 am
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען:
אונז שטייען זייער נאנט צו א פייער-אפשטעל אין עזה
ער זאגט אויך וועמענס קרעדיט?
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 4:58 pm
דורך ווער
אירלאנד האט זיך אנגעשלאסן אין סאוט אפריקע'ס קלאגע קעגן מדינת ישראל אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 11, 2025 7:41 pm
דורך מיילעך פריילעך
הר דוב:
עטליכע חיזבאלא טעראריסטן האבן פרובירט צו אינוואדירן דעם גרעניץ.
זיי זענען סוקסעספול עלעמענירט געווארן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג יאנואר 12, 2025 5:54 pm
דורך ניקל
עגיפטישע קוועלער:
א פייער-אפשטעל איז טאקע מעגליך צו ווערן אנאנסירט שוין מארגן 10:00 ביינאכט, און וועט אריינגיין אין עפעקט דינסטאג 7:00 צופרי
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 8:25 am
דורך צור לציר
ענדגילטיגע דראפט פון די פייער אפשטעל איז געווארן איבער געגעבן פאר ביידע זייטען, די געשפרעכן האבן זיך שטארק פאראויס גערוקט נאך די אינטערווענץ פון טראמפ'ס שליח סטיוו וויטקאף, וועלכע איז די דע-פאקטא שליח פון די אמעריקאנער זייט, פון די חאמאס זייט הערט זיך א טאן פון צופרידענהייט, און די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה וועט דארפען זיין די אויסגאנג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 1:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
ציונות הדתית פירער בצלאל סמוטריץ "אויב די פייער נעמט אריין די ענדע פון די מלחמה וועל איך ארויסציען פון די קאליציע"
וואס וועט איבערלאזן די ממשלה צוזאמצופאלן און די ענדע פון די נתניהו טערמין.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 1:55 pm
דורך מיילעך פריילעך
פייער אפשטעל:
וואס מ'ווייסט ביז יעצט די דעטאלן (וואס איז נאך פאקטיש אין די פארמירונג פראצעדור) פון די משכונות באפרייאונג און פייער אפשטעל.
עס וועט זיין צוטיילט אין צוויי פאזעס מיט די ערשטע זיך באגייענדיג נאר מיט די משכונות און באפרייאונג פון טויזענטע טעראריסטן.
1) אין די ערשטע פאזע וואס וועט אנהאלטן פאר 42 טעג וועט ארויסגעלאזט ווערן 30 לעבעדיגע משכונות אריינגערעכנט מענער פרויען קינדער סאלדאטן און אויסטויש וועט באפרייט ווערן טעראריסטן,
- ארום 30 קינדער פרויען פאר א קינד משכון,
- ארום 40 פאר א פרוי משכון,
- ארום 50 פאר א מאן משכון,
- ארום 50 אריינגערעכנט מיט לאנגע טערמינען וואס האבן בלוט אויף זייער האנט פאר סאלדאטן.
2) מדינת ישראל וועט אריינלאזן טעגליך הונדערטער טראקס הומאניטארישע הילף.
3) צה"ל וועט זיך ארויסציען פון דרום עזה אריינגערעכנט פאלעדעלפיה קארידאר און איינוואוינער וועלן אנהייבן זיך צוריקציען.
צווייטע פאזע:
די דעטאלן וועט אויסגעארבעט ווערן דורכאויס די ערשטע פאזע.
4) די ענדע פונעם מלחמה וועט דערקלערט ווערן און די איבריגע משכונות וועלן ארויסגעלאזט ווערן אריינגערעכנט שוין נישט לעבעדיגע, און אויסטויש פאר גאר געפארפולע טעראריסטן מיט לעבנסלענגליכע טערמינען.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 1:55 pm
דורך מיילעך פריילעך
פארקערט פון די קלאנגען וואס האבן צירקולירט אויף סאציאל מידיע, זענען נישט קיין מדינת ישראל זעלנער ארעסטירט אין מעקסיקא, האט געזאגט דער אויסערן מיניסטעריום,
די סטעיטמענט קומט נאך וואס באריכטן האבן צירקולירט פארגאנגענע וואך, אז דער אויסערן מיניסטעריום איז פארנומען מיט אמווייניגסטנס 12 פעלער אין וועלכע קלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן אין אויסלאנד קעגן מדינת ישראל פארטיידיגונגס סאלדאטן, באשולדיגנדיג זיי אין מלחמה פארברעכנס אין עזה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 1:55 pm
דורך מיילעך פריילעך
די חבר הכנסת עידן ראול, געוועזענער דעפיוטי אויסערן מיניסטער, האט רעזיגנירט פון די יש עתיד פארטיי צו גרינדן א נייע פארטיי מיטן נאמען הרוב הלאומי (דער נאציאנאלער מערהייט),
די החלטה קומט נאכדעם וואס ראול האט עטליכע מאל זינט דעם 7טן אקטאבער אויסגעדריקט אומצופרידנקייט מיט די שטעלונג פון די יש עתיד פארטיי.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 1:56 pm
דורך מיילעך פריילעך
לויט דער טערקישער צייטונג Yeni safak, האט איראן מסכים געווען צו צושטעלן 1,500 זעלבסטמארד דראונס צו דער קורדישער YPG/PKK גרופע אין סיריע, געצילט זיך צו אנטקעגנשטעלן קעגן טערקיי'ס מיליטערישע אפעראציעס אין דער געגנט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 1:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
א באריכט פון די TOI נייעס אגענטור, דעקט אויף אז די צה"ל האט נאך נישט איינגענומען און פארטיליגט די לעצטע צוויי כאמאס באטאליאנס אין צענטראל עזה, צוליב וואס זיי זארגן זיך אז די באטאליאנס האלטן פילע פון די 98 פארבליבענע משכונות אין צענטראל עזה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 2:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
קובא האט אפיציעל געפיילט זיך צו אנשליסן אין די דרום אפריקע גענאציד קעיס קעגן מדינת ישראל אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 3:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
זייט די צוזאמפאל פון די אסאד רעזשים אין סיריע, דרייט זיך רוסלאנד ארום היימלאז אין די מיטל מזרח, אהן קיין לאנד וואו אוועקצושטעלן זייערע באזעס,
לעצטנס האט רוסלאנד זיך אנגעהויבן פארלייגן אויף ליביע, און שיקט אהין וואפן, געלט, און וואס נישט, אין א פרואוו אפצוקויפן די ארטיגע רעגירונג זאל זיי אריינלאזן.