בלאט 51 פון 265
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:27 pm
דורך לייבל פריש
העסקן הרב אהרן פריעדמאן פון מאנסי טרעט אויף
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:30 pm
דורך יום טוב
לייבל פריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:27 pm
העסקן הרב אהרן פריעדמאן פון מאנסי טרעט אויף
מי הוא זה?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:31 pm
דורך יום טוב
לייבל פריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:10 pm
דייני הקהילות פון סאטמאר קלויזענבארג וויזניץ בעלזא און נאך באטייליגן זיך
ווי קומען אריין דיינים אין די בילד? דאס איז עפעס א הלכהדיגע שאלה? די דיינים פירן די מוסדות און די קהילות?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:36 pm
דורך צווייטער
יום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:31 pm
לייבל פריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:10 pm
דייני הקהילות פון סאטמאר קלויזענבארג וויזניץ בעלזא און נאך באטייליגן זיך
ווי קומען אריין דיינים אין די בילד? דאס איז עפעס א הלכהדיגע שאלה? די דיינים פירן די מוסדות און די קהילות?
דארפן די רבי'ס אויך נישט זיין דארטן, בלויז אדמיניסטראטארן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:38 pm
דורך יום טוב
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:36 pm
יום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:31 pm
לייבל פריש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:10 pm
דייני הקהילות פון סאטמאר קלויזענבארג וויזניץ בעלזא און נאך באטייליגן זיך
ווי קומען אריין דיינים אין די בילד? דאס איז עפעס א הלכהדיגע שאלה? די דיינים פירן די מוסדות און די קהילות?
דארפן די רבי'ס אויך נישט זיין דארטן, בלויז אדמיניסטראטארן.
די רבי'ס זענען ממונה אויף די החלטות, דאס איז זייער אויפגאבע
אבער דיינים וואו קומען זיי דא אריין אין בילד?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:55 pm
דורך בלייב געזונט
פעטוועי 6
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:57 pm
דורך לקדש שם שמים
ראבאקאלערס הערטסאויף
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:57 pm
דורך יום טוב
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:55 pm
פעטוועי 6
?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:58 pm
דורך בראקען
אלוקים נצב בעדת קל!
היינט דאנערשטאג לסדר וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותם איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א א אסיפת הרבנים אינאיינעם מיט רבני ודייני סאטמאר, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגאונים הצדיקים חברי הבית דין צדק שליט"א, אזוי אויך הגאון הגדול רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ קרית יואל. הגאון הגדול רבי ארי' ליבוש פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג. און הגאון הצדיק
אבד"ק ור"מ ירושלים - קרית יואל שליט"א און הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א.
ווי אויכט האבן זיך באטייליגט די ראשי העסקנים בעלי מסירת נפש וועלעכע יומם ולילה לא ישבותו - די לעצטע אכט יאר און אצי – וואס מען שטעלט זיך נישט אפ און זענען עוסק צו באשיצן דעם חינוך הטהור מיד מפֵרֶיָה.
במשך די אסיפה איז מען איבערגעגאנגן די אנטוויקלינגען אנבאלנגט דעם מצב החינוך, אויף די לעגאלע פראנט, און וואו מען שטייט יעצט, און די זעלבע צייט איז מען איבערגעגאנגן אלע מעגליכקייטן אויף די המשך המערכה, די רבנים האבן דן געווען און נושא ונותן געווען איבער אלע צדדים.
סוף פון די אסיפה האט מען ארויסגעשיקט אלע עסקנים און די רבנים אליין צווישן זיך האבן זיך דורכגערעדט און געקומען צו קלארע מסקנות איבער אלע ספיקות און שאלות וואס איז געשטעלט געווארן כדת מה לעשות.
די רבנים זענען איבערגאנגען אלע טענות וואס ווערט געהערט אין די גאס - און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט נישט קיין אחיזה נישט אין די תורה נישט און מסורה און נישט און מציאות –
הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ ירושלים - קרית יואל שליט"א האט איבערגעגבן אז ער האט פערזענליך אוועקגעגעבן עטליכע שעה אויסצוהערן אלע טענות און געדאנקן וואס עס איז געזאגט געווארן איבערדעם און עס האט אינגאנצן נישט קיין האפט. און ווי פארשטענדליך ביי אזאלעכע האקעלע ענינים קען מען זיך נישט ארומשפילן.
די חשוב'ע רבנים שליט"א האבן געגעבן קלארע אנווייזנונגען פאר די חשוב'ע עסקנים וויאזוי זיך אומצוגיין ווייטער און מ'זאל אויסוועהלן און און אריינגעבן פאר די גאווערמענט די זעקסטע מהלך פון צווישן אלע מהלכים וואס די גאווערמענט האט ארויסגעשטעלט. און איבערגערדט די ווייטערע פלענער על המשך המערכה למען נפש הילד צו אנגיין מיט די חינוך הטהור על דרך המסורה בלי
שום שינו.
אין די זעלבע צייט האט מען גערעדט איבער דעם חוב פון מתפלל זיין למען ביטול הגזירה תולעת
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:58 pm
דורך בלייב געזונט
איז דא ביי די אסיפה א לויער וואס האט א מהלך אויף די קאנסקעווענצן, און קאנקרעטע וועג און גרייט צו גיין דערמיט עד הסוף?
אדער נאר צו רעקאמענדירן אז מען 'מוז נישט' ענטפערן און די רעגירונג 'קען נישט צווינגן' צו ענטפערן?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:00 pm
דורך בלייב געזונט
קרית יואל'ס דשאו פעטלין האט באקומען א ענטפער פון די רעגירונג אז ווילאנג עס איז נישט געפראסעסט אז די מוסדות האט איגנארירט קען מען נאך אריינגעבן אן ענטפער.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:00 pm
דורך יום טוב
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:58 pm
איז דא ביי די אסיפה א לויער וואס האט א מהלך אויף די קאנסקעווענצן, און קאנקרעטע וועג און גרייט צו גיין דערמיט עד הסוף?
אדער נאר צו רעקאמענדירן אז מען 'מוז נישט' ענטפערן און די רעגירונג 'קען נישט צווינגן' צו ענטפערן?
וואס טאכסטו רעדט דארט דער לויער פון?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:02 pm
דורך בלייב געזונט
וויענער רב ווארט אויף דעם לויער שוין פאר עטליכע טעג, מהרי''י האט אים זייער געשטופט דערצו און וויל הערן די מהלך פון אים, למעשה ווארט מען שוין עטליכע טעג און עס ווערט לעצט מינוטיג געקענסלט.
אדרבה, אויב איינער ווייסט פון א לויער לאז וויסן, נישט קיין ראבא קאלס האבעך געבעטן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:05 pm
דורך בלייב געזונט
יום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:00 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:58 pm
איז דא ביי די אסיפה א לויער וואס האט א מהלך אויף די קאנסקעווענצן, און קאנקרעטע וועג און גרייט צו גיין דערמיט עד הסוף?
אדער נאר צו רעקאמענדירן אז מען 'מוז נישט' ענטפערן און די רעגירונג 'קען נישט צווינגן' צו ענטפערן?
וואס טאכסטו רעדט דארט דער לויער פון?
איך ווייס נישט וואס ער רעדט, ווי ווייט איך ווייס איז נישט געווען קיין לויער וואס זאל האבן א געהעריגע מהלך אויף ווייטער.
איך רעד נישט יעצט פון געבן געבעטענע צעטלעך אז מען איז נישט מחויב צו ענטפערן, קיינער זאגט נישט אז מען איז מחויב, נאר רבנים בעלי אחריות אויף א ווייטערדיגע מהלך און א געריכט דארפן פשוט דיעלן מיט קאנסקעווענצן אויך, נישט נאר מיט דרשות און גליונות.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:06 pm
דורך משה שלום
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:00 pm
קרית יואל'ס דשאו פעטלין האט באקומען א ענטפער פון די רעגירונג אז ווילאנג עס איז נישט געפראסעסט אז די מוסדות האט איגנארירט קען מען נאך אריינגעבן אן ענטפער.
ווי איך האב פארשטאנען האט ער אויך געפרעגט וואס געשעהט אז מ׳ענטפערט נישט און וואס געשעהט אויב מ׳לאזט נישט אריין קיין אינספעקשאנס
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:08 pm
דורך בלייב געזונט
משה שלום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:06 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:00 pm
קרית יואל'ס דשאו פעטלין האט באקומען א ענטפער פון די רעגירונג אז ווילאנג עס איז נישט געפראסעסט אז די מוסדות האט איגנארירט קען מען נאך אריינגעבן אן ענטפער.
ווי איך האב פארשטאנען האט ער אויך געפרעגט וואס געשעהט אז מ׳ענטפערט נישט און וואס געשעהט אויב מ׳לאזט נישט אריין קיין אינספעקשאנס
יא יא, און דאן זענען זיי געוואויר געווארן אז ס'איז דא מיט וואס צו דיעלן אויך...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:09 pm
דורך בלייב געזונט
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:08 pm
משה שלום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:06 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:00 pm
קרית יואל'ס דשאו פעטלין האט באקומען א ענטפער פון די רעגירונג אז ווילאנג עס איז נישט געפראסעסט אז די מוסדות האט איגנארירט קען מען נאך אריינגעבן אן ענטפער.
ווי איך האב פארשטאנען האט ער אויך געפרעגט וואס געשעהט אז מ׳ענטפערט נישט און וואס געשעהט אויב מ׳לאזט נישט אריין קיין אינספעקשאנס
יא יא, און דאן זענען זיי געוואויר געווארן אז ס'איז דא מיט וואס צו דיעלן אויך...
האדמו''ר מהר''א האט גערופן האדמו''ר מ'וויזניץ זאגן אז ער האט באקומען אן ענטפער אז מען קען נאך ציווארטן, זעהן וואס עס פאסירט און נאכדעם אפמאכן.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:10 pm
דורך אנעקדאט
און וואס טוט זיך ביי די אסיפה אין מאנסי?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:11 pm
דורך יום טוב
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:09 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:08 pm
משה שלום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:06 pm
ווי איך האב פארשטאנען האט ער אויך געפרעגט וואס געשעהט אז מ׳ענטפערט נישט און וואס געשעהט אויב מ׳לאזט נישט אריין קיין אינספעקשאנס
יא יא, און דאן זענען זיי געוואויר געווארן אז ס'איז דא מיט וואס צו דיעלן אויך...
האדמו''ר מהר''א האט גערופן האדמו''ר מ'וויזניץ זאגן אז ער האט באקומען אן ענטפער אז מען קען נאך ציווארטן, זעהן וואס עס פאסירט און נאכדעם אפמאכן.
אקוראט ווי ער האט געזאגט כ"א כסלו במעמד אלפי ישראל
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:50 pm
דורך צווייזייטיג
עני אפדעיט פון די אסיפה אין מאנסי?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:19 pm
דורך חצקל משמש
ארויסגעפירט א גרעסערע צאל תגובות שלא מן הענין,
ביטע נישט ממשיך זיין אין זייטיגע נושאים,
הצלחה
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:27 pm
דורך צווייזייטיג
איינער זאגט מיר אז מהר"א איז אין מאנסי ביים אסיפה
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:28 pm
דורך Joel
בראקען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:58 pm
אלוקים נצב בעדת קל!
היינט דאנערשטאג לסדר וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותם איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א א אסיפת הרבנים אינאיינעם מיט רבני ודייני סאטמאר, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הגאונים הצדיקים חברי הבית דין צדק שליט"א, אזוי אויך הגאון הגדול רבי ארי' ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ קרית יואל. הגאון הגדול רבי ארי' ליבוש פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג. און הגאון הצדיק
אבד"ק ור"מ ירושלים - קרית יואל שליט"א און הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א.
ווי אויכט האבן זיך באטייליגט די ראשי העסקנים בעלי מסירת נפש וועלעכע יומם ולילה לא ישבותו - די לעצטע אכט יאר און אצי – וואס מען שטעלט זיך נישט אפ און זענען עוסק צו באשיצן דעם חינוך הטהור מיד מפֵרֶיָה.
במשך די אסיפה איז מען איבערגעגאנגן די אנטוויקלינגען אנבאלנגט דעם מצב החינוך, אויף די לעגאלע פראנט, און וואו מען שטייט יעצט, און די זעלבע צייט איז מען איבערגעגאנגן אלע מעגליכקייטן אויף די המשך המערכה, די רבנים האבן דן געווען און נושא ונותן געווען איבער אלע צדדים.
סוף פון די אסיפה האט מען ארויסגעשיקט אלע עסקנים און די רבנים אליין צווישן זיך האבן זיך דורכגערעדט און געקומען צו קלארע מסקנות איבער אלע ספיקות און שאלות וואס איז געשטעלט געווארן כדת מה לעשות.
די רבנים זענען איבערגאנגען אלע טענות וואס ווערט געהערט אין די גאס - און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט נישט קיין אחיזה נישט אין די תורה נישט און מסורה און נישט און מציאות –
הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ ירושלים - קרית יואל שליט"א האט איבערגעגבן אז ער האט פערזענליך אוועקגעגעבן עטליכע שעה אויסצוהערן אלע טענות און געדאנקן וואס עס איז געזאגט געווארן איבערדעם און עס האט אינגאנצן נישט קיין האפט. און ווי פארשטענדליך ביי אזאלעכע האקעלע ענינים קען מען זיך נישט ארומשפילן.
די חשוב'ע רבנים שליט"א האבן געגעבן קלארע אנווייזנונגען פאר די חשוב'ע עסקנים וויאזוי זיך אומצוגיין ווייטער
און מ'זאל אויסוועהלן און און אריינגעבן פאר די גאווערמענט די זעקסטע מהלך פון צווישן אלע מהלכים וואס די גאווערמענט האט ארויסגעשטעלט. און איבערגערדט די ווייטערע פלענער על המשך המערכה למען נפש הילד צו אנגיין מיט די חינוך הטהור על דרך המסורה בלי
שום שינו.
אין די זעלבע צייט האט מען גערעדט איבער דעם חוב פון מתפלל זיין למען ביטול הגזירה תולעת
האט שוין נאך קהילות געמאלדען אז זיי גייען נעמען ?
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:29 pm
דורך צווייזייטיג
Joel האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:28 pm
האט שוין נאך קהילות געמאלדען אז זיי גייען נעמען ?
פאפא באבוב ועוד האבן שוין געענטפערט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:30 pm
דורך צווייזייטיג
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:27 pm
איינער זאגט מיר אז מהר"א איז אין מאנסי ביים אסיפה
קען עס איינער באשטעטיגן אדער לייקענען?