בלאט 51 פון 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:31 pm
דורך דער תהלים איד
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:24 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:21 pm נישט ממש אמת, ער האט זיך שוין באקוועם געמאכט מיט זיין ישיבה, זיין זון וואוינט דא + די צענדליגער משפחות וואס ער האט שוין ארויסגעברענגט איבער די לעצטע 5 יאר
נע, וואס רעדסטו, זיין ישיבה איז נעבן מצילי אש, איבער 1.5 שעה ווייט פון די הייזער וואס מען בויט! האסט פארגעסן?...
איך רעד וויפיל כוח און געלט זיין קהילה האט אינוועסטירט אין בלומינג גראוו, דער ישיבה איז לכתחילה געווען אויסגעשטעלט צו זיין מחוץ לעיר (אזויווי די קרית יואל ישיבה פון אנפאנג)

אה, מחוץ לעיר, געוואלדיג!

אט אזוי. טאקע דערפאר האבן זיי באקומען רשות פון קרית יואל צו האבן דא זייער ישיבה. און אפילו אפאר דירות ארום פאר מגידי שיעור.

אבער א שטעטל וועלן זיי מאכן ערגעץ אנדערש. מען האט זיי פארגעשלאגן א שטח 20 מינוט פון דא, וואס איז רעדי טו גאו. זיי זאגן אז זיי האבן נאך עפעס, נאר איינער פון די בלומינגראוו ווילעדזש זאגט זיי צו גדולות ונצורות אויב זיי קומען אהער [צוברעכן די הארעוואניע פון סארטמאר רב ז"ל], ממילא האבן זיי א שווערע נסיון.

לאמיר האפן אז אזא חשובע קהלה וועט ביישטיין דעם נסיון אויף אן אופן וואס... אידטיש זאל קענען מיטהאלטן די נייעס.... ודי...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:36 pm
דורך שינאווער
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:25 pm
שינאווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:33 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:38 am

אן זיך באציען צום ערשטן חלק און לעצטן וואס איז סתם דעם שרייבערס מיינונג און האפענונג (wishful thinking בלע"ז), לכאורה וויל וויזניץ זיין אין בלומינג גראוו און נישט אנדערע ערטער איז ווייל דארט וועט ער זיך שלאגן מיט נאנטע משפחה, לגבי מהר"א גייט אים גאנץ קנאפ אן וואס ער האט צו זאגן, ער זוכט נישט ארויסצוגיין אין קיין מלחמה (אזויווי ביי די ר"ת מערכה ווען נאך אלע נויס איז ער זיך שטילערהייט דורכגעקומעו אז זיי וועלן ווייטער האלטן זייער זמן אבער נישט פארן מיט קיין קארס בעפאר זמן ר"ת) אבער ער איז נישט א מענטש וואס ברעכט זיך שנעל פון פרעשור, נאכדערצו ווער עס קען זיינע חסידים ווייסט אז זיי זענען בכלל נישט סימפאטיש צו מהר"א, צו דעם קומט נאך צו אז די מהרי"י/בני יואל רבנים פון בלומינג גראוו שטיצן אים און מוטיגן אים פאראויסצוגיין.

לגבי די גאונות'דיגע אפפער אפצוקויפן דעם שטח מיט די בנינים, דאס איז בכלל נישט קיין נייע זאך, ד.ע. שטופט דאס שוין זינט די ר"ת מערכה און זיי האלטן אין איין זאגן ניין, אפילו אויב וויזניץ מאכט אפ צו גיין ערגעץ אנדערש לוינט זיך נישט פאר דושינסקיא עס צו פארקויפן פאר ק"י ווען ער קען לכאורה מאכן פיל מער מיטן עס פארקויפן אינדיווידואל פאר יודן וואס זוכן הייזער
פון דער וועג וויאזוי דו רעדסט, זעהט אויס ווי דו ביסט א חלק פונעם UJC/ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו.

און ווי באוואוסט, פרובירן זיי מיט אלע כוחות זיכער צו מאכן אז וויזניץ זאל יא קומען אין די געגנט פון קרית יואל, וויל אזוי וועט שנעלער פארווירקליכט ווערן זייער ציל אז דער געגנט פון בלומינגראוו, זאל נישט זיין א חלק פון ק"י, סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות.

און אז דו רעדסט אזוי ווילד און אפען, איז עס אין א בחינה פון "אז דער הינט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען".
וד"ל.
סא ווייל איך האלט נישט ווי דיר מוז איך זיין א חלק פונעם ווילידזש?
רוב עולם דא איז גערעגט אויף די גאנצע שכונות מערכה,
איך גלויב נישט אז מען וויל אין דעם 126 פעידזש אשכול רעדן פון "הונט וואס בילן" ווען דא פלעגן טעגליך שרייבער אפשרייבן גאנצע מגילות אראפצורייסן דעם ווילידזש (און אריינטייטשן יעדעס ווארט אין יעדן נייעסל וואס ווערט ארויסגעשיקט)
קודם כל, איך האב נישט געזאגט אז דאס אז דו האלטסט אנדערש ווי מיר ווייזט אז דו ביזט אין די UJC/ווילעדזש, איך האב געזאגט עפעס אנדערש. און דערווייל האב איך נישט געטוישט מיין שאצונג.
און נאכדעם, איך ווייס נישט פון וועלכע רוב חסידי מהר"א דו רעדסט, ווייל איך קען אסאך חסידי מהר"א פון די געגנט, און איך הער אן אנדערן ניגון פון זיי, און איך רעד נישט פון עסקנים יעצט.
און אגב, דיינע ווערטער אין דיין דריטן פאראגראף, באשטעטיגט מיר ווידעראמאל מיין שאצונג וואס איך האב פריער דערמאנט...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:32 pm
דורך בלומינגראווער איד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:31 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:24 pm

נע, וואס רעדסטו, זיין ישיבה איז נעבן מצילי אש, איבער 1.5 שעה ווייט פון די הייזער וואס מען בויט! האסט פארגעסן?...
איך רעד וויפיל כוח און געלט זיין קהילה האט אינוועסטירט אין בלומינג גראוו, דער ישיבה איז לכתחילה געווען אויסגעשטעלט צו זיין מחוץ לעיר (אזויווי די קרית יואל ישיבה פון אנפאנג)

אה, מחוץ לעיר, געוואלדיג!

אט אזוי. טאקע דערפאר האבן זיי באקומען רשות פון קרית יואל צו האבן דא זייער ישיבה. און אפילו אפאר דירות ארום פאר מגידי שיעור.

אבער א שטעטל וועלן זיי מאכן ערגעץ אנדערש. מען האט זיי פארגעשלאגן א שטח 20 מינוט פון דא, וואס איז רעדי טו גאו. זיי זאגן אז זיי האבן נאך עפעס, נאר איינער פון די בלומינגראוו ווילעדזש זאגט זיי צו גדולות ונצורות אויב זיי קומען אהער [צוברעכן די הארעוואניע פון סארטמאר רב ז"ל], ממילא האבן זיי א שווערע נסיון.

לאמיר האפן אז אזא חשובע קהלה וועט ביישטיין דעם נסיון אויף אן אופן וואס... אידטיש זאל קענען מיטהאלטן די נייעס.... ודי...
סתם פאר נייגעריגקייט, וואספארא "גדולות ונצורות" קען די קליינע ווילידזש צושטעלן וואס א ריזיגע קהילה מיט 100x גרעסערע רעסורסן קען נישט ביעטן?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:33 pm
דורך בלומינגראווער איד
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:29 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:26 pm @נקודות טובות ערשטנס דו רעדסט כאילו דא וואוינען שוין א קהלה פון אידן און מ'וויל זיי פארטרייבן...

ניין, מ'רעדט דא פון "ארויסברענגען" אידן וועלכע וואוינען אין וויליאמסבורג (און אויך מורדים אין מאנסי...)

צווייטנס, אינעם ריכטונג פון ראטעווען קרית יואל פון ווערן מאנסי, איז שוין געשען זייער אסאך וואונדערליכע זאכן וואס האבן אויסגעזען אוממעגליך. יא, ס'איז זייער מסתבר עס אנצולייגן אויף כוחו וזכותו של אותו זקן, אפילו מ'וויל חוזק מאכן דערפון.

זיין כח איז זייער שטארק.
נישט ממש אמת, ער האט זיך שוין באקוועם געמאכט מיט זיין ישיבה, זיין זון וואוינט דא + די צענדליגער משפחות וואס ער האט שוין ארויסגעברענגט איבער די לעצטע 5 יאר
פאר אינטערסאנטקייט, וואס מיינט ''צענדליגער משפחות''?
איך מיין אז ארום 30 משפחות, חוץ אויב אין די לעצטע יאר האבן א חלק צוריקגעמופט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:37 pm
דורך בלומינגראווער איד
שמאטשקע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:29 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:26 pm @נקודות טובות ערשטנס דו רעדסט כאילו דא וואוינען שוין א קהלה פון אידן און מ'וויל זיי פארטרייבן...

ניין, מ'רעדט דא פון "ארויסברענגען" אידן וועלכע וואוינען אין וויליאמסבורג (און אויך מורדים אין מאנסי...)

צווייטנס, אינעם ריכטונג פון ראטעווען קרית יואל פון ווערן מאנסי, איז שוין געשען זייער אסאך וואונדערליכע זאכן וואס האבן אויסגעזען אוממעגליך. יא, ס'איז זייער מסתבר עס אנצולייגן אויף כוחו וזכותו של אותו זקן, אפילו מ'וויל חוזק מאכן דערפון.

זיין כח איז זייער שטארק.
נישט ממש אמת, ער האט זיך שוין באקוועם געמאכט מיט זיין ישיבה, זיין זון וואוינט דא + די צענדליגער משפחות וואס ער האט שוין ארויסגעברענגט איבער די לעצטע 5 יאר
צענדליגער? כפי ידיעתי בערך 15 משפחות, מיט א ישיבה פאר פרעמדע בחורים וואס ווילן לערנען מחוץ לעיר.
און די נושא איז נישט יעצט פאר די 15 משפחות אין שכונת זרע קודש וואס זיי מיטנדי ישיבה האט מעןמגעלאזט קומען קיין קרית יואל מיט תנאים, די מדובר איז איבער א נייע שטאט וואס זיי ווילן דא בויען וואס קיינער וואוינט נישט יעצט דארט.
איך ווייס נישט אויב דו וואוינסט דא אבער איך האב אסאך געשמועסט מיט איינע פון די וויזשניצע עסקנים פון ווען ער האט אהערגעמופט, דער פלאן פון די ערשטע מינוט איז געווען צו מאכן דא א געהעריגער ישוב פאר וויזשניצע חסידים, נישט נאר ישיבה איינגעשטעלטע, לכתחילה האבן זיי געהאט געפלאנט צו וואוינען צווישן די סאטמארע חסידים (עס איז געווען א שטיק צייט ווען אויף יעדע הויז אויפן מארקעט האט די וויזשניצע קהילה אריינגעגעבן אפפערס) אבער דער פלאן האט זיך געטוישט און זיי האבן באשלאסן צו מאכן אן עקסטערע געגנט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:50 pm
דורך בלומינגראווער איד
שינאווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:36 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:25 pm
שינאווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 3:33 pm

פון דער וועג וויאזוי דו רעדסט, זעהט אויס ווי דו ביסט א חלק פונעם UJC/ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו.

און ווי באוואוסט, פרובירן זיי מיט אלע כוחות זיכער צו מאכן אז וויזניץ זאל יא קומען אין די געגנט פון קרית יואל, וויל אזוי וועט שנעלער פארווירקליכט ווערן זייער ציל אז דער געגנט פון בלומינגראוו, זאל נישט זיין א חלק פון ק"י, סיי אין רוחניות און סיי אין גשמיות.

און אז דו רעדסט אזוי ווילד און אפען, איז עס אין א בחינה פון "אז דער הינט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען".
וד"ל.
סא ווייל איך האלט נישט ווי דיר מוז איך זיין א חלק פונעם ווילידזש?
רוב עולם דא איז גערעגט אויף די גאנצע שכונות מערכה,
איך גלויב נישט אז מען וויל אין דעם 126 פעידזש אשכול רעדן פון "הונט וואס בילן" ווען דא פלעגן טעגליך שרייבער אפשרייבן גאנצע מגילות אראפצורייסן דעם ווילידזש (און אריינטייטשן יעדעס ווארט אין יעדן נייעסל וואס ווערט ארויסגעשיקט)
קודם כל, איך האב נישט געזאגט אז דאס אז דו האלטסט אנדערש ווי מיר ווייזט אז דו ביזט אין די UJC/ווילעדזש, איך האב געזאגט עפעס אנדערש. און דערווייל האב איך נישט געטוישט מיין שאצונג.
און נאכדעם, איך ווייס נישט פון וועלכע רוב חסידי מהר"א דו רעדסט, ווייל איך קען אסאך חסידי מהר"א פון די געגנט, און איך הער אן אנדערן ניגון פון זיי, און איך רעד נישט פון עסקנים יעצט.
און אגב, דיינע ווערטער אין דיין דריטן פאראגראף, באשטעטיגט מיר ווידעראמאל מיין שאצונג וואס איך האב פריער דערמאנט...
חוץ אין די רענאוק און די דועלק שולן רופט עס קיינער נישט מיט די נייע נעמען און אפילו אין די שולן לאכט רוב ציבור דערפון, איך דאוון אין רוב פון די גרויסע שולן טעגליך, דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין די שטותים און איז גערעגט פארוואס עס פעלט אויס צו מישן א קאשע און טעראריזירן רבנים צו טוישן זייער לעדערהעדס וואס זיי האבן שוין יארן צו שרייבן "קרת יואל"

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:06 pm
דורך שמח
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:50 pm

נאכאמאל, וועמען אינטערסירט וואס ''עולם'' ''רובא דרובא'' צענליגער משפחות (וואס דו ''מיינסט'' אז ס'איז 30...) און אלע ברייטע גוזמאות לאזונגען וואס דו ניצט, לי יהא ס'זאל זיי אמת אפי' די וועצעפערס, מקוה שמועסערס וכו' פארשטייען נישט פונקטליך עפעס ווערט עס נאכנישט שטותים...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:31 pm
דורך בלומינגראווער איד
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:06 pm

א גרויס חלק פון די אידטיש מערכה אויף בלומינג גראוו באשטייט פונעם א.ג. "פאקט" אז רוב ציבור דא וויל עס זאל הייסן און זיין א חלק פון קרית יואל און עס איז פשוט ליגנט, יעצט צו ע"פ הלכה איז עס קרית יואל זאל יעדער פרעגן זיין לאקעל רב... און עס זעט אויס אז דער וויזשניצער רבי/רב האלט אז עס איז בכלל נישט

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:43 pm
דורך ויצא
איז דא עפעס האפט להלכה אז וויזניץ זאל נישט מעגען קומען קיין בלומינגראוו ?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:47 pm
דורך קנאקער
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 2:55 pm איך זע אז אין די איזרעלי וועבסייטס האט UJC אריינגעשיקט א נייעס איבער דעם, מיט א בילד וואס דארף ווייזן ווי ווייט ס'איז פון קרית יואל... ווייזן זיי דעם בילד:

e7fd9330-ec87-11ef-a4d3-d3790dace9dd__h2048_w945.jpg

די ליצנות איז, אז יענער האט אויסגעוועלט דוקא צו ווייזן ווי לאנג עס דויערט צו "גיין צופיס"... אזוי אז א ליינער זאל זען "איינס אהאלב שעה... פשי ס'איז ווייט ווייט...".

אין פאקט איז עס מיט א קאר "3 מינוט" פון די לעצטע יעצטיגע הויז אין די מעריוואלד גאס ביז וואו קרית יואל'ע אידן וואוינען שוין יעצט.

פון "ווילידזש אף קרית יואל" אליינס איז עס אויך נאר 7 מינוט וועג.

Screenshot 2025-02-16 145123.jpg

Screenshot 2025-02-16 144652.png
סשטייט דארט אז ujc האט עס אריינגעשיקט?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 8:19 pm
דורך נפתלי
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:31 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:06 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:50 pm

חוץ אין די רענאוק און די דועלק שולן רופט עס קיינער נישט מיט די נייע נעמען און אפילו אין די שולן לאכט רוב ציבור דערפון, איך דאוון אין רוב פון די גרויסע שולן טעגליך, דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין די שטותים און איז גערעגט פארוואס עס פעלט אויס צו מישן א קאשע און טעראריזירן רבנים צו טוישן זייער לעדערהעדס וואס זיי האבן שוין יארן צו שרייבן "קרת יואל"
נאכאמאל, וועמען אינטערסירט וואס ''עולם'' ''רובא דרובא'' צענליגער משפחות (וואס דו ''מיינסט'' אז ס'איז 30...) און אלע ברייטע גוזמאות לאזונגען וואס דו ניצט, לי יהא ס'זאל זיי אמת אפי' די וועצעפערס, מקוה שמועסערס וכו' פארשטייען נישט פונקטליך עפעס ווערט עס נאכנישט שטותים...
א גרויס חלק פון די אידטיש מערכה אויף בלומינג גראוו באשטייט פונעם א.ג. "פאקט" אז רוב ציבור דא וויל עס זאל הייסן און זיין א חלק פון קרית יואל און עס איז פשוט ליגנט, יעצט צו ע"פ הלכה איז עס קרית יואל זאל יעדער פרעגן זיין לאקעל רב... און עס זעט אויס אז דער וויזשניצער רבי/רב האלט אז עס איז בכלל נישט
די זעלבע וויזניץ האלט אז זיי טארן נישט מאכן א ישוב און ערמאנט אדער סאוט פאלסבורג
איא?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 8:36 pm
דורך בלומינגראווער איד
נפתלי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 8:19 pm

איינער האט דא געשריבן אז דאס איז ע"פ צוואת אביו, בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 9:32 pm
דורך נפתלי
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 8:36 pm
נפתלי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 8:19 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 7:31 pm
א גרויס חלק פון די אידטיש מערכה אויף בלומינג גראוו באשטייט פונעם א.ג. "פאקט" אז רוב ציבור דא וויל עס זאל הייסן און זיין א חלק פון קרית יואל און עס איז פשוט ליגנט, יעצט צו ע"פ הלכה איז עס קרית יואל זאל יעדער פרעגן זיין לאקעל רב... און עס זעט אויס אז דער וויזשניצער רבי/רב האלט אז עס איז בכלל נישט
די זעלבע וויזניץ האלט אז זיי טארן נישט מאכן א ישוב און ערמאנט אדער סאוט פאלסבורג
איא?
איינער האט דא געשריבן אז דאס איז ע"פ צוואת אביו, בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע
די טאטע האט געשריבן נאר די ערשטע פאר יאר

וויזניץ וומסב"ג האט שוין געפנט א ביהמ"ד און מאנסי (וואס קהילת מאנסי האט נישט געקענט פייטן ואקמ"ל)

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 10:08 pm
דורך בערל דער פייפער
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:50 pm
שינאווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:36 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:25 pm

סא ווייל איך האלט נישט ווי דיר מוז איך זיין א חלק פונעם ווילידזש?
רוב עולם דא איז גערעגט אויף די גאנצע שכונות מערכה,
איך גלויב נישט אז מען וויל אין דעם 126 פעידזש אשכול רעדן פון "הונט וואס בילן" ווען דא פלעגן טעגליך שרייבער אפשרייבן גאנצע מגילות אראפצורייסן דעם ווילידזש (און אריינטייטשן יעדעס ווארט אין יעדן נייעסל וואס ווערט ארויסגעשיקט)
קודם כל, איך האב נישט געזאגט אז דאס אז דו האלטסט אנדערש ווי מיר ווייזט אז דו ביזט אין די UJC/ווילעדזש, איך האב געזאגט עפעס אנדערש. און דערווייל האב איך נישט געטוישט מיין שאצונג.
און נאכדעם, איך ווייס נישט פון וועלכע רוב חסידי מהר"א דו רעדסט, ווייל איך קען אסאך חסידי מהר"א פון די געגנט, און איך הער אן אנדערן ניגון פון זיי, און איך רעד נישט פון עסקנים יעצט.
און אגב, דיינע ווערטער אין דיין דריטן פאראגראף, באשטעטיגט מיר ווידעראמאל מיין שאצונג וואס איך האב פריער דערמאנט...
חוץ אין די רענאוק און די דועלק שולן רופט עס קיינער נישט מיט די נייע נעמען און אפילו אין די שולן לאכט רוב ציבור דערפון, איך דאוון אין רוב פון די גרויסע שולן טעגליך, דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין די שטותים און איז גערעגט פארוואס עס פעלט אויס צו מישן א קאשע און טעראריזירן רבנים צו טוישן זייער לעדערהעדס וואס זיי האבן שוין יארן צו שרייבן "קרת יואל"
במחילת כבודך ביסטו אריין געפארן אין א זייטיגע נושא,

האסט אנגעהויבן אז רוב עולם פון אלע 3 סאטמארע פראקציעס גייט נישט אן אז וויזניץ קומט אהער, יעצט רעדסטו פון די נעמען פון שכונת וואס אדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט געגעבן,

איך דריי מיר אסאך אין די געגענט לצורך פרנסה און עס איז מיר שוין אסאך ארויסגעקומען צו רעדן מיט אלע סארטן אידן פון אלע קהילות, און איך קען זאגן אז א גרויסע רוב ערענסטע אידן טוט עס וויי, אפי’ אויב זיי זענען אויף די אנדערע זייט סאטמאר און זיי ווילן אז די געגענט זאל זיין אומפארטייאיש,

קומען צוזאמשטעלן די צדדים אין סאטמאר איבער הנהגה אין קרית יואל מיט ברענגען פרעמדע קהילות איז געדרייט א קאפ לדעתי.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 10:21 pm
דורך קנאקער
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:31 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 5:24 pm

נע, וואס רעדסטו, זיין ישיבה איז נעבן מצילי אש, איבער 1.5 שעה ווייט פון די הייזער וואס מען בויט! האסט פארגעסן?...
איך רעד וויפיל כוח און געלט זיין קהילה האט אינוועסטירט אין בלומינג גראוו, דער ישיבה איז לכתחילה געווען אויסגעשטעלט צו זיין מחוץ לעיר (אזויווי די קרית יואל ישיבה פון אנפאנג)

אה, מחוץ לעיר, געוואלדיג!

אט אזוי. טאקע דערפאר האבן זיי באקומען רשות פון קרית יואל צו האבן דא זייער ישיבה. און אפילו אפאר דירות ארום פאר מגידי שיעור.

אבער א שטעטל וועלן זיי מאכן ערגעץ אנדערש. מען האט זיי פארגעשלאגן א שטח 20 מינוט פון דא, וואס איז רעדי טו גאו. זיי זאגן אז זיי האבן נאך עפעס, נאר איינער פון די בלומינגראוו ווילעדזש זאגט זיי צו גדולות ונצורות אויב זיי קומען אהער [צוברעכן די הארעוואניע פון סארטמאר רב ז"ל], ממילא האבן זיי א שווערע נסיון.

לאמיר האפן אז אזא חשובע קהלה וועט ביישטיין דעם נסיון אויף אן אופן וואס... אידטיש זאל קענען מיטהאלטן די נייעס.... ודי...
וואס פלאנט מען צי טיען מיט זיי?

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 10:35 pm
דורך דער תהלים איד
קנאקער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 10:27 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 1:17 pm קיינער האט נאכנישט געוואונען דעם רבי'ן ז''ל, זיכער נישט ווער איז האט פראבירט צו שטערן זיין שווארץ-אפּעל פון אויג - די שטאט קרית יואל!"
לפי זה קימט אויס אז דאס עפענען נאך מוסדות אין קרית יואל, נאך א קהל יטב לב, חתונה זאלן, ווילידש אוו סאוט בלומינגרויוו, זיך אויס ציען אינדרויסן פין קרית יואל, זענען נישט געווען אקעגן דעם רבין ז"ל, איין ווילעדש אוו סעווען ספרינגס האט די רבי נישט געוואלט, אין דאס איז טאקע די רבי בייגעקומען,

ב" ה אז תשפ"ה זענען שוין אלע צדדים דאס מודה,
איינער וועט נאך באלד מיינען אז דו האסט געענטפערט אויף וואס ער האט געזאגט. לאמיר זיין זייער קלאר.

דער רבי ז"ל האט געשריבן זייער שארף קעגן שריטה קלה בכותלי המוסדות. דאס מיינט אבער נישט אז ווער עס האט געמאכט א שריטה קלה האט מיאוס אפגעשניטן. און ס'מיינט אויך נישט אז יעדער וואס האט געטון עפעס וואס האט שוואך געמאכט סאטמאר אדער פארשעמט סאטמאר, האט נישט געקענט מצליח זיין.

וואס מ'זאגט דא איז, אז ווען ס'קומט צו די נושא פון צוברעכן די יסודות פון זיין שטאט, די נשמה אליינס, האט מען שוין געזען אויסטערלישע זאכן. און מ'וועט עס אי"ה ווייטער זען.

UJC איז דא מיט א מיסיע וואס זי פרובירט ניטאמאל צו באהאלטן, @בלומינגראווער איד. זיי האבן באשלאסן אז דעם רבינס שטאט ענדיגט זיך ביי די פייער גאראדזש, און פון דארט און ווייטער גייט זיין א מקום הפקר, און אויטאמאטיש עווענטועל איינשלינגען און מפקיר זיין די גאנצע מושג פון קרית יואל.

און וויזניץ איז יעצט זייער שטעקן דערפאר.

און סיי די UJC און סיי יעדער וואס איז זייער שטעקן, וועט זיכער חרטה האבן. ווייל אין הימל טראכט מען אנדערש ווי דא, און אז מ'שפילט זיך מיט פייער ווערט מען פארברענ"ט. ווי דער עבר אין בלומינגראוו-קרית יואל האט געוויזן.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:43 pm
דורך איד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 10:35 pm

און אויב ח''ו וועט זיך אויסשטעלן אז וויזניץ וועט יא אנקומען
וועט מען אפלערנען אז זיי זענען א ערליכע קהילה וואס צוברעכט נישט די עצם כח און ממילא האבן זיי יא א קוים...

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:49 pm
דורך דער תהלים איד
איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:43 pm און אויב ח''ו וועט זיך אויסשטעלן אז וויזניץ וועט יא אנקומען
וועט מען אפלערנען אז זיי זענען א ערליכע קהילה וואס צוברעכט נישט די עצם כח און ממילא האבן זיי יא א קוים...
העמיר זיין בקשר דעמאלס... ונזכה ונחי' ונראה.

פאקט איז, אז א איד וואס האט געוואוינט אין די גלילות און געקומען אין שול, און געווען א מחלל שבת רח"ל, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

א גראסערי וואס UJC האט געשטיפט צו פייפן אויף ועד הצניעות פון קרית יואל און מאכן מ'זאל קענען זיצן דארט און עסן פון די רעסטוראנט, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

אוי, דער מלאך המשחית האט זיך טועה געווען.. חחח.. ער האט געמיינט ס'איז יא קרית יואל.

נישט אלעס איז פאליטיק, נישט אלעס איז דזשאוק.

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:55 pm
דורך איד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:49 pm

איך בין מיט דיך 100%

איך זעה נאר ווי דו אליינס פארשטייסט אז אפי' ווען בני יואל האט געעפנט אירע מוסדות האט מען עס בשעתו אנגעקוקט ווי א שרעקליכע הירוס אין די הייליגע שטעטל, און היינט פארשטייסטו אליינס אז ס'איז נישט געפערלעך (למעשה זענען זיי סאטמארע חסידים וכו')

זעלבע קען זיין גייט מען זאגן אויף וויזניץ (אויב זיי גייען ח''ו יא האבן א הצלחה) אז למעשה זענען זיי ערליכע אידן, און נישט אויף דעם איז זיך רביה''ק מתנגד וכו'

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:17 am
דורך מחישי
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:49 pm
איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:43 pm און אויב ח''ו וועט זיך אויסשטעלן אז וויזניץ וועט יא אנקומען
וועט מען אפלערנען אז זיי זענען א ערליכע קהילה וואס צוברעכט נישט די עצם כח און ממילא האבן זיי יא א קוים...
העמיר זיין בקשר דעמאלס... ונזכה ונחי' ונראה.

פאקט איז, אז א איד וואס האט געוואוינט אין די גלילות און געקומען אין שול, און געווען א מחלל שבת רח"ל, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

א גראסערי וואס UJC האט געשטיפט צו פייפן אויף ועד הצניעות פון קרית יואל און מאכן מ'זאל קענען זיצן דארט און עסן פון די רעסטוראנט, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

אוי, דער מלאך המשחית האט זיך טועה געווען.. חחח.. ער האט געמיינט ס'איז יא קרית יואל.

נישט אלעס איז פאליטיק, נישט אלעס איז דזשאוק.
און פארוואס די ביהמ”ד אין ירושלים און אין מאנטשעסטער האבן זיך פארברענט ווייסטו אויך? דו פרובירסט דא פלעין צו מאניפליטען די וואס האלטן אנדערש ווי סלוינט זיך פאר דיינע אינטערסן, און יא אונז אלע גלייב מיר באמונה שלימה אז יעדע פייער און שאדן וכו’ האט א פונקליכע חשבון,

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:08 am
דורך נפתלי
מחישי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 8:17 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:49 pm
איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:43 pm און אויב ח''ו וועט זיך אויסשטעלן אז וויזניץ וועט יא אנקומען
וועט מען אפלערנען אז זיי זענען א ערליכע קהילה וואס צוברעכט נישט די עצם כח און ממילא האבן זיי יא א קוים...
העמיר זיין בקשר דעמאלס... ונזכה ונחי' ונראה.

פאקט איז, אז א איד וואס האט געוואוינט אין די גלילות און געקומען אין שול, און געווען א מחלל שבת רח"ל, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

א גראסערי וואס UJC האט געשטיפט צו פייפן אויף ועד הצניעות פון קרית יואל און מאכן מ'זאל קענען זיצן דארט און עסן פון די רעסטוראנט, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

אוי, דער מלאך המשחית האט זיך טועה געווען.. חחח.. ער האט געמיינט ס'איז יא קרית יואל.

נישט אלעס איז פאליטיק, נישט אלעס איז דזשאוק.
און פארוואס די ביהמ”ד און ירושלים און אין מאנטשעסטער האבן זיך פארברענט ווייסטו אויך?
כדי צי באקימען געלט פון אינשורענס צו קענען בויען די נייע בנין

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:18 am
דורך נויז מאשין
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:49 pm
איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 11:43 pm און אויב ח''ו וועט זיך אויסשטעלן אז וויזניץ וועט יא אנקומען
וועט מען אפלערנען אז זיי זענען א ערליכע קהילה וואס צוברעכט נישט די עצם כח און ממילא האבן זיי יא א קוים...
העמיר זיין בקשר דעמאלס... ונזכה ונחי' ונראה.

פאקט איז, אז א איד וואס האט געוואוינט אין די גלילות און געקומען אין שול, און געווען א מחלל שבת רח"ל, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

א גראסערי וואס UJC האט געשטיפט צו פייפן אויף ועד הצניעות פון קרית יואל און מאכן מ'זאל קענען זיצן דארט און עסן פון די רעסטוראנט, איז פארברענט געווארן, בידי שמים, ה"י.

אוי, דער מלאך המשחית האט זיך טועה געווען.. חחח.. ער האט געמיינט ס'איז יא קרית יואל.

נישט אלעס איז פאליטיק, נישט אלעס איז דזשאוק.
דעיס זאגט ער. אויב וועלן זיי אין ענדע אנקומען וועט מען זעהן אז די רבי ז"ל האלט נישט וויזניץ פאר אזא פראבלעם ווי מחללי שבתות און זיצן אין רעסטוראנט.

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:48 am
דורך new news
איך פרוביר צו פארשטיין עפעס
ס'עכט דא מענטשן דא אויף אידטיש וואס האלטן אז וויזניץ'ע רבי'ס איינציגסטע סיבה פאר די שטעטל איז צו חרוב לייגן ק"י?

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:00 am
דורך בן נביאים
new news האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:48 am איך פרוביר צו פארשטיין עפעס
ס'עכט דא מענטשן דא אויף אידטיש וואס האלטן אז וויזניץ'ע רבי'ס איינציגסטע סיבה פאר די שטעטל איז צו חרוב לייגן ק"י?
ניין, ער ווייסט אבער אז סיי לעבן וועלעכע שטעטל ער וועט גיין וועט עס שטערן פאר די רבנים/אדמו"רים אין שכינות, וויל ער ענדערש שטערן אנדערע , נישט זיינע ברודערס (מאנסי קאמישע לעיק) אדער פעטער (סקווירא)

בד"וו קען ער גיין לעבן קרית ייט"ל בלומענבערג, זיי וועלן זיי אויפנעמען בספ'י

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 12:11 pm
דורך נויז מאשין
בן נביאים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 11:00 am
new news האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:48 am איך פרוביר צו פארשטיין עפעס
ס'עכט דא מענטשן דא אויף אידטיש וואס האלטן אז וויזניץ'ע רבי'ס איינציגסטע סיבה פאר די שטעטל איז צו חרוב לייגן ק"י?
ניין, ער ווייסט אבער אז סיי לעבן וועלעכע שטעטל ער וועט גיין וועט עס שטערן פאר די רבנים/אדמו"רים אין שכינות, וויל ער ענדערש שטערן אנדערע , נישט זיינע ברודערס (מאנסי קאמישע לעיק) אדער פעטער (סקווירא)

בד"וו קען ער גיין לעבן קרית ייט"ל בלומענבערג, זיי וועלן זיי אויפנעמען בספ'י
יעצט זאל ער גיין? ווען ער האט שוין א כמעט פארטיגע שטעטל?