בלאט 6 פון 6

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 6:06 pm
דורך הדסים
אנפין נהירין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:38 pm BoroPark24: The Satmar Kehila in Boro Park has entered into contract for its third active new shul project in the neighborhood - the newly constructed building on the corner of 42nd Street and 13th Avenue. The building features a spacious 5,000-square-foot main Beis Medrash on the first floor, and will have 4 smaller minyan rooms on the lower level, a beautiful mikvah, and a Heichel HaTorah.
וועלכע?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: מיטוואך אפריל 02, 2025 11:23 pm
דורך שמח
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 6:06 pm
אנפין נהירין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:38 pm BoroPark24: The Satmar Kehila in Boro Park has entered into contract for its third active new shul project in the neighborhood - the newly constructed building on the corner of 42nd Street and 13th Avenue. The building features a spacious 5,000-square-foot main Beis Medrash on the first floor, and will have 4 smaller minyan rooms on the lower level, a beautiful mikvah, and a Heichel HaTorah.
וועלכע?
מהר''א.

ק''פ
1000362898.jpg
1000362898.jpg (288.4 KiB) געזען געווארן 498 מאל
*סאטמאר בארא פארק. הרחיבי מקום גבוליך!*

בברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זענען עסקני *ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק'* בס"ד אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן דעם נייעם הערליכען גיגאנטישן בנין אויף די דרייצען'טע עוו. ביים ווינקל פון 42'סטע סטריט, פאר א *נייעם פראכטפולן ביהמ"ד הגדול והמפואר ד'קהלתינו הק',* וואס וועט אי"ה דינען אלס א תל תלפיות און מנינים צענטער פאר די גאנצע געגענט.
ווי די עסקנים גיבן איבער האפט מען גאנץ בקרוב צו פארענדיגן דעם מקח און זיך אריינציען בשעה טובה ומוצלחת.
דער בנין מפואר וועט אי"ה ענהאלטן א גרויסן היכל ביהמ"ד פון קרוב צו פינף טויזענט סקווער פוס אויפ'ן ערשטן שטאק, מיט *4 חדרי תפילה*, און אויפ'ן אונטערשטן שטאק א גרויסע *מקוה מפוארה*, א *בית הוראה* און א ריזיגען *היכל התורה* וואס וועט דינען די גאנצע געגענט אלס א צענטער פון *תורה עבודה און גמילות חסדים*.
פרטים יבואו!
*השלם זה הבנין!*

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:05 pm
דורך צום טיש
בארא פארק קען זיך ערלויבן צו אנפילען אגוטע פאר מנינים פעקטעריס.. נישט אלעמאל דארף מען זיך אריינשטופן אינעם שומרי שבת קאנאל
נאך א שטארקע מעלה אז פאר די געגענט די נידריגע גאסן איז כמעט נישט דא קיין מנינים צענטערס
באט עניוועי אויב אלעס ארבעט זיך אויס וועט עס אפשר זיין גרייט אין יארן ארום

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:24 pm
דורך נפתלי
צום טיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:05 pm בארא פארק קען זיך ערלויבן צו אנפילען אגוטע פאר מנינים פעקטעריס.. נישט אלעמאל דארף מען זיך אריינשטופן אינעם שומרי שבת קאנאל
נאך א שטארקע מעלה אז פאר די געגענט די נידריגע גאסן איז כמעט נישט דא קיין מנינים צענטערס
באט עניוועי אויב אלעס ארבעט זיך אויס וועט עס אפשר זיין גרייט אין יארן ארום
די בנין שטייט שוין מען דארף נאר מאכן אביסל קאנסטראקשן אינעווייניג דאס צו אויסשטעלן פאר א ביהמ"ד

וועט האפענטליך זיין גרייט פאר די ימים נוראים

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:32 pm
דורך צום טיש
ריכטיג אבער איך האב מיך באצויגען בנוגע א מנינים צענטער וואס לגבי דעם (א מקוה מיט שטיבעלעך) איז עס א חסרון אז די בנין איז שטייט שוין
אזוי מיינאיך איך וועל מיך פרייען אויב נישט

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 9:34 am
דורך למען דעת
ל"ג בעומר כינוס פאר קינדער איז געקענסעלד. איינער ווייסט פארוואס?

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 15, 2025 10:13 am
דורך גארנישט מיט נישט
למען דעת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 15, 2025 9:34 am ל"ג בעומר כינוס פאר קינדער איז געקענסעלד. איינער ווייסט פארוואס?
ווער פונקליך דארף עס נאכדערצו פרייטאג נאכמיטאג.

Re: נייעס פון בארא פארק

געפאוסט: דינסטאג מאי 20, 2025 3:23 pm
דורך ווער
ינוואוינער אין בארא פארק און פלעטבוש געבן היינט אפ זייער שטימע ביי די לאקאלע פארמעסט צו ערזעצן די 22׳סטע דיסטריקט סטעיט סענאט זיץ וואס איז ליידיג געווארן דערנאך וואס ר׳ שמחה פעלדער איז אריבער צום סיטי קאונסיל.

אויף דער דעמאקראטישער טיקעט לויפט ר׳ שמואל סאטאן און אויף די רעפובליקאנער טיקעט לויפט ר׳ נחמן קאלער.