איז אזוי, לאמיר מאכן א תמצית פון זיין שמועס נעכטן, און מעיר זיין, ווייל מיין הארץ האט געבאכעט ביים עס הערן...
Off Topic
1) די וועלט מוזן האבן "אנטי עסטעבלישמענט" אקטיוויסטן, עס איז א צורך פאר די וועלט, ווייל אן דעם ווערט דער יחיד צוקוועטשט.
2) די חשמונאים זענען געווען "אנטי עסטעבלישמענט" (וואס זאגט מען אנשטאט עפ"ל? עפעס וואס איז נישט קיין קללה ח"ו?). איינמאל די חשמונאים ווערן ביי די מאכט, ווערן זיי די עסטעבלישמענט, און דאן האט געמוזט קומען א צווייטע אנטי עסטעבלישמענט.
3) סאטמאר רב ז"ל איז געווען אן "אנטי עסטעבלישמענט". ער איז געגאנגען קעגן די גאנצע איינגעגעבענע עסטעבלישמענט מיט א כח היחיד.
4) איינמאל סאטמאר איז געווארן אן עסטעבלישמענט, קענען זיי שוין נישט קעירן פאר'ן יחיד, מוז זיין א סקולענע רבי ז"ל. ער איז געווען דער אנטי עסטעבלישמענט.
5) בנוגע חתונה מאכן, תקנות קען נישט אנהאלטן, און עס טוישט נישט דעם מצב. נאר א ווינט מצד דעם עולם וועט עס טוישן.
6) מ'דארף עפענען אין די גאנצע וועלט אזעלכע זאלן ווי כינור דוד אין קר"י, און אדרבה, די זאלן וועלן עס נאר ארויסגעבן אויב דער מענטש שפענדעט נישט אויף אנדערע הוצאות.
7) די סיבה פארוואס עס ווערט נישט מער אזעלכע זאלן, איז ווייל די מוסדות זענען קארופטירט, זיי קעירן נישט פאר'ן יחיד.
8) די שטריימל תקנה און אלע תקנות אין קרית יואל, זענען נישט געקומען פון די עסטעבלישמענט, נאר פון יחידים אין ישיבה און אין שול
יעצט לאמיר גיין אין די רייע.
אבער קודם א וויכטיגע הקדמה. ווי עס שיינט האט ער דא פארטוישט 2 זאכן. ס'איז קלאר אז די וועלט דארף האבן "מענטשן אינדרויסן פון די עסטעבלישמענט" וואס זאלן קענען אויפכאפן ווען א יחיד ווערט באקריוודעד, אדער ווען די עסטעבלישמענט ווערט קארופטירט.
דאס הייסט נישט "אנטי עסטעבלישמענט", דאס הייסט "אנשים מן השורה".
ווידער אנטי עסטעבלישמענט דאס זענען די מענטשן וואס אין זייער בלוט א "אנטי וויירוס". יעדע זאך וואס די עסטעבלישמענט טוט, איז פאר שלעכטיקייט. אלעס איז קארופציע. מען מאכט בעסער די מוסד? ער מיינט געלט. מען בויט א שיינע שול? ער מיינט כבוד. מען מאכט חתונה תקנות? ער זוכט קאנטראל. מען גיט וואקסינען? עס האט מח טשיפס. מען שטעלט צו א גוטן דאקטאר? ער איז א רשע. יעדער גייט מיט א שווארצע מאנטל? א שטיק פערדעריי. און אזוי ווייטער און ווייטער.
אין איין ווארט, ער איז "אנטי עסטעבלישמענט" בלינדערהייט. און דאס דארף די וועלט האבן.
אקעי, יעצט לאמיר גיין שורה ביי שורה:
1) די וועלט מוזן האבן "אנטי עסטעבלישמענט" אקטיוויסטן, עס איז א צורך פאר די וועלט, ווייל אן דעם ווערט דער יחיד צוקוועטשט.
דער יחיד ווערט נישט געראטעוועט דורך די אנטי עסטעבלישמענט, פונקט ווי דער בעל הסמארטפאון ווערט נישט געראטעוועט פון דעם וואס פ]ירט א מערכה קעגן טעקסט מעסעדזשעס אדער טאטש סקרין. קאפ אין וואנט איז נישט אפעקטיוו. פאקט.
ער ווערט נאר געראטעוועט פון פשוטע אידן מן השורה, וועלכע האבן אויפריכטיגע אויגן און זעען "ווען דער יחיד איז גערעכט" און מע דארף אים העלפן.
די וואס האבן נעבעך די אנטי וויירוס, זיי ראטעווען נישט. אבער לו יהא כדבריו, אז זיי פעלן למעשה אויס, ווייל זיי מאכן די ווינט, זיי בייגן דעם בוים אויף די צווייטע זייט, מען קען עס דעבאטירן. אבער, דאס איז פונקט ווי די וועלט דארף האבן משוגעים. די וועלט דארף האבן בהמות. די וועלט דארף האבן כלבים נובחים. עס איז באמת א צורך. אזוי האט דוד המלך איינגעזען... די נערווירנדע שפינען וועבעכץ האבן אים געראטעוועט. אלעס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן איז א צורך פאר די וועלט.
איך גיב עס נאך.
אבער, וואלט איך ארויס אין די גאסן שרייען אז "איך בין דער משוגענער וואס די וועלט דארף"?! "איך בין דער כלב נובח"?! "איך בין דער געשלאגענער אנטי וויירוס, וואס למעשה דארף די וועלט אויך דאס"?!...
איך
@דער תהלים איד, ווער עס קען מיך ווייסט, אז איך קען זיין פייער קעגן עסטעבלישמענט, ווען איך זע אז עפעס איז קארופציע. מצד שני אבער קען איך אסאך עסטעבלישמענט פאקטן, און עס קומט מיר צו לאכן און וויינען ווען איך הער און ליין וואס די מענטשן מיט די אנטי וויירוס רעדן און שרייבן.
זיין אויפריכטיג? דאס איז גוט! נארמאל! געזונט! אבער סתם א "אנטי עסטעבלישמענט" אקטיוויסט ביי הוק און ביי קרוק? חרפות און בושות.
2) די חשמונאים זענען געווען "אנטי עסטעבלישמענט" (וואס זאגט מען אנשטאט עפ"ל? עפעס וואס איז נישט קיין קללה ח"ו?). איינמאל די חשמונאים ווערן ביי די מאכט, ווערן זיי די עסטעבלישמענט, און דאן האט געמוזט קומען א צווייטע אנטי עסטעבלישמענט.
ווי געשריבן גלייך, כ'ווייס נישט וויאזוי זיך אויסצודרוקן.
דער טריגער וואס האט געברענגט די חשמונאים ארויסצוטרעטן, איז ווייל זענען געווען אנטי'ס? חס מלהזכיר!!!
זיי זענען "נישט געווען" אנטי עסטעבלישמענט. זיי האבן "געטון א פעולה" במקום הצורך קעגן די דאן-פארדארבענע עסטעבלישמענט.
יחי ההבדל! ואם יש דעת יש הבדלה.
3) סאטמאר רב ז"ל איז געווען אן "אנטי עסטעבלישמענט". ער איז געגאנגען קעגן די גאנצע איינגעגעבענע עסטעבלישמענט מיט א כח היחיד.
4) איינמאל סאטמאר איז געווארן אן עסטעבלישמענט, קענען זיי שוין נישט קעירן פאר'ן יחיד, מוז זיין א סקולענע רבי ז"ל. ער איז געווען דער אנטי עסטעבלישמענט.
דאס איז די זעלבע נקודה ווי פריער. סאטמאר רב האט געהאט א נאטור פון אנטי עסטעבלישמענט? ער איז "געווען א" (דאס הייסט מבהותו) אנטי? חס ושלום!
פארקערט! זיין חכמה איז געווען טאקע דאס, אז אפילו ווען ער איז געווארן אן עסטעבלישמענט, האט ער נישט געדארפט אנקומען צו סקולענע רבי צו זארגן פאר יחיד, נאר ער איז אליינס אויך געווען א סקולענע רבי!
אמת, ס'איז דא זאכן וואס אן עסטעבלישמענט טאר נישט טון, ווי אליעזר זאגט, צוליב זייער אחריות פארן כלל, און דאן מוז מען האבן א יחיד, און בד"וו סאטמאר רב ז"ל איז אין אזא צייט אליינס געווען דער יחיד, באט לאמיר זאגן אז נישט, איז דאס ווייטער נישט קיין "אנטי". עס איז מאיינער פונדרויסן. סימפל. יא, דאס איז זייער וויכטיג, נישט אויסמישן און נוצן דאס צו בארעכטיגן און נארמאליזירן און פארענטפערן די גייסט פון אנטי עסטעבלישמענט. פלעין א בלינדע דעקונג פאר בלינדע טפשות.
5) בנוגע חתונה מאכן, תקנות קען נישט אנהאלטן, און עס טוישט נישט דעם מצב. נאר א ווינט מצד דעם עולם וועט עס טוישן.
מיין שאלה איז זייער פשוט. פארוואס נאך 5 יאר האמערן און בראקן, קען נישט אליעזר קרויס ברענגען צופיל מער ווי איין משל פון עפעס א חתן, בזמן וואס עס זענען דא "אפאר טויזנט" חתונות א יאר?
פארוואס איז נאכאלס נישט כאטש איין צענטל פון א פראצענט וואס מאכט חתונה אויף א נייע סטאנדארט צוליב דער שמועס וואס האט רבבות צוהערער?! פארוואס מוז מען זיך אויפטון מיט א מעשה וואס איז ניטאמאל אחד מני אלף?
ומנגד זה, די "תקנות וואס ארבעטן נישט", האבן שוין געטוישט מענטשן, און געראטעוועט לעבנס! הונדערטער חתונות יעדעס יאר קאסטן האלב פרייז אדאנק די נארישע תקנות!...
אמת, עס פעלט אויך אויס אויפוואכונג, אן דען גייט גארנ ישט, דער עולם דארף מיטארבעטן, אבער פארפאלן, דער "כח היחיד" קאמפיין איז געווען באמת א מאסיווע קאמפיין אבער ליידער נישט געפירט אין ערגעץ. ס'איז א "גוד וויש" צו זאגן אז מענטשן גייען זיך אליינס טוישן. יעדע מאן האט א פרוי, יעדע שידוך האט נאך א צד, יעדע טאטע האט א קינד מיט פרענדס, ס'איז זיסע חלומות אז זאכן גייען זיך פלעין טוישן. סוויט דריעמס.
6) מ'דארף עפענען אין די גאנצע וועלט אזעלכע זאלן ווי כינור דוד אין קר"י, און אדרבה, די זאלן וועלן עס נאר ארויסגעבן אויב דער מענטש שפענדעט נישט אויף אנדערע הוצאות.
פאר א טשעינדזש, איי עגרי 100%.
כאטש די עסקנים פון פרדס פיגא האבן אויך א טענה, זיי ווילן ארייננעמען ענדערשט א גרעסערע פראצענט עולם און יעדער זאל צאלן אביסל מער, מ'קען דן זיין, אבער איך שיהי', דער יסוד איז א ביליגע זאל.
טא פארוואס ווען עס האט זיך געעפנט דער צווייטער כינור דוד, אין בארא פארק (וויאזוי הייסט עס נאר?) האט עס אליעזר קרויס אראפגעריסן? ער האט מסביר געווען אז אזא זאל איז די סיבה פארוואס מענטשן טוישן זיך נישט...
ועוד, ער זאגט גאר אז די זאלן מעגן פארלאנגען זיך צוצושטעלן צו נאך פרטים פון שניידן הוצאות. רח"ל... דאס איז דאך א חורבן! ניין? דאס מיינט אז דו קאנטראלסט יענעם אנשטאט יענער זאל עס אליינס פארשטיין! אתמהה! ווייל עס טוישט נאמען פון "תקנות" צו "פאדערונג פון א זאל"? וויאזוי שטימט איין שמועס מיט'ן צווייטן. די זאך איז זייער נישט מסודר!
7) די סיבה פארוואס עס ווערט נישט מער אזעלכע זאלן, איז ווייל די מוסדות זענען קארופטירט, זיי קעירן נישט פאר'ן יחיד.
דאס איז א גוטע דוגמא פון "אנטי".
זאג, די מוסדות זענען מחוייב צוצושטעלן ביליגע פורניטשור אויך? און שניידן שכר לימוד אויך? וואס האט די מוסדות מיט דיין מאוומענט פון חתונה מאכן ביליג?
אודאי, א מוסד וואס טוט עס קומט אסאך עפרישיעישן! בעסער געזאגט, א מעדאל! אבער דער וואס טוט עס נישט איז עפעס ראנג? פארוואס? די מוסדות זארגן יא פאר'ן יחיד, אבער נישט פאר זיין זאל, נאר פאר זיין קינד'ס חינוך. זהו. און אויב פאר דעם צוועק דארף ער האבן אינקאם, און ער האט א לאנטשרום וואס ער קען דערפון מאכן א חתונה זאל צו פארדינען געלט פאר'ן מוסד, דארף ער עס טון! ווייל ער זארגט פארן יחיד אז דער חינוך אפאראט זאל אנגיין.
אויב האסטו נגידים וואס זענען גרייט צו אינוועסטירן פאר'ן יחיד, נו, זאלן זיי ליעסן עני ווערהאוז אדער גאר בויען א בילדינג. וואס עפעס איז דער מוסר "קארופטירט" אדער "קעירט נישט פארן יחיד" ווען ער וויל נישט אוועקשענקען זיין ביזנעס'דיגע אינקאם פאר'ן מוסד החינוך?
אדרבה, מ'דארף ארויסהייבן די וואס טוען עס יא! זיי טוען לפנים משורת הדין! זיי באדינען דעם ציבור אויסערן תחום פון זייער מערכת החינוך! א געהעריגע עקסטערע סערוויס, א עקסטערע נדבה יעדע נאכט פארן יחיד!
8) די שטריימל תקנה און אלע תקנות אין קרית יואל, זענען נישט געקומען פון די עסטעבלישמענט, נאר פון יחידים אין ישיבה און אין שול
העפנס טו בי אז איך בין געווען זייער אינוואלווד, און דער מציאות איז ממש פארקערט.
הגם, ס'איז נישט קיין סתירה, יחידים מעגן אויפקומען מיט גוטע געדאנקען, אויב איז עס רעאליסטיש.
אבער אין סאטמאר קרית יואל איז עס געקומען פון די עסטעבלישט עסקנים, פון ר' שמואל ווידער, פון ר' בנציון זולדאן, פון ר' יעקב אלי' רייזמאן, אא"וו. אשרי להם ואשרי חלקם. יא זיי האבן געקענט זיין אין א עסטעבלישמענט און דאך זארגן פאר יחידים מיט רעאליסטישע זאכליכע רעוואלוציעס.
----
איך האב נישט קיין מושג פארוואס כ'האב פארגענט צייט פאר אזא לאנגע תגובה, אבער מגיה זיין האב איך שוין זיכער נישט צייט... ס"ה האב איך די פלו מיט פיבער און זייט מלמד זכות אויב די פיבער איז אריין אין מיין קיבארד...