פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:13 pm
פאפקארן האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:26 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:07 pm
אקעי, אז דו ווילסט דוקא...
זייט די התיסדות פון קינדער שטוב שעירט זי אפיס מיט מאמענט. די אפיס איז אין ברוקלין סקווער אויפ'ן צווייטן שטאק. דאס קומט צוליב וואס די פריעדמאנס, די אונערס פון די בליק, זענען געלט שותפים אין מאמענט.
מען קען אפטמאל זען אינדרויסן פון די אפיס ווי עס קומען אן בינטלעך פון די בליק מיט די מאמענט.
זיצן אין איין אפיס איז קיין ראיה נישט!
איך זע אויך אינדרויסן מיין מיין גראסערי ווי בליק קומט אן צוזאמען מיט מאמענט און אויך מיט די וואך, ס'איז איין דיסטריביטער
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:13 pm
פאפקארן האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:26 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:07 pm
אקעי, אז דו ווילסט דוקא...
זייט די התיסדות פון קינדער שטוב שעירט זי אפיס מיט מאמענט. די אפיס איז אין ברוקלין סקווער אויפ'ן צווייטן שטאק. דאס קומט צוליב וואס די פריעדמאנס, די אונערס פון די בליק, זענען געלט שותפים אין מאמענט.
מען קען אפטמאל זען אינדרויסן פון די אפיס ווי עס קומען אן בינטלעך פון די בליק מיט די מאמענט.
זיצן אין איין אפיס איז קיין ראיה נישט!
איך זע אויך אינדרויסן מיין מיין גראסערי ווי בליק קומט אן צוזאמען מיט מאמענט און אויך מיט די וואך, ס'איז איין דיסטריביטער
מ'הארגעט זיך ארום דא אויף א נושא וואס איז נישט קיין נסתר און נישט קיין סוד וואס מ'זוכט צו באהאלטן!
אלזא!
פארוואס זאל מען זיך ארום קריגן אויב ס'איז דא קלארע פאקטן איבער די היסטאריע פון די צוויי בארימטע הערליכע רייכע אויסגאבעס...
צום ערשט ברויך מען קלאר מאכן אז די מדובר איז איבער צוויי וועלט בארימטע אויסגאבעס וואס ערשיינען וועכענטליך אויף די גראסערי שעלף פון ווי די קליענטן כאפן עס און ליינען עס דורך פון דעקל צו דעקל ברעגנדיג דערמיט א עונג שבת פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה. ביידע אויסגאבעס צוגלייך האבן באגאבטע שרייבער וואס זענען מהנה וואך וועכענטליך די ליינער מיט הערליכע ווארע וואס ווערן געשריבן מיט זייער גאלדענע שפראך. ביידע זענען אויסגעשטעלט מייסטערהאפטיג דורך די קריעטיווע גראפיקער'ס וואס ברענגן ארויס די קאליר און דיזיין ביי א יעדע פלאץ מיט א געניטקייט. עס איז היימיש, חסידיש און ערליך, און איז א אויסגאבע וואס יעדער קען אריינגעברענגט ווערן אין א יעדע סארט שטוב, פון שטריימלעך ביז א היטל מיט דריי קראכן!...
"א בליק" ערשיינט שוין פאר צענדליגע יארן נאכאנאנד, כלל ישראל האט זיך דערקוויקט דערמיט ביים האבן א קלארע בילד פון א יעדע רעבישע מעמד אדער שמחה, חצרות הקודש זענען געדעקט געווארן אויף א רייכע פארנעם, און האט אויך געהאט עטוואס נייעס און קרישקעלעך פון די יודישע און פון די אלגעמיינע וועלט
שפעטער איז די מוציא לאור פון א בליק אריינגעטאנצן אין א פרישע פראיעקט צו ברענגן היימישע ליין מאטריאל פארן ציבור אויף א העכערע שטאפל, און עס איז אים געלונגן אהערצושטעלן א נייע סארט אויסגאבע וואס זאל האבן הערליכע ארטיקלען איבער היימישע און אלגעמיינע נייעס באגלייט מיט שפאנענדע אינטעוויא'ס וואס האט עלעקטערזירט די ליינער וועכענטליך. די בעה"ב פון די א בליק האט געפענט "מאמענט" אינאיינעם מיט א גלייכע שותף, און די ערשטע צייטן אין א פריוו אז די פאפולאציע פון מאמענט זאל שטייגן אויף ארויף איז עס ערשינען אין די א בליק פעקל אלס ביילאגע, און דערנאך האט זיך עס פארקויפט אין אלע געשעפטן אלס א באזונדערע אויסגאבע
פאר עטליכע יאר צוריק איז צוגעוואקסן א פרישע פליגל וואס האט אויפגערודערט דעם היימישע יודנטום מיטן צובויען צו די ביז יעצטיגע א בליק, און עס איז צוגעלייגט געווארן דעם אלעמען באקאנטן "שטיבל" וואס האט פיל צוגעגעבן און געווארן גאר שטארק פאפולער ביים היימישן ציבור וואס האבן געליינט מיט דארשט יעדע ארטיקל און אינטעוויא צוגלייך, שטיבל האט זיך מיט די צייט פארמירט אלס א שטארקע ברענד און די קאסטומער'ס זענען געוואקסן מיט יעדע פארבייגייענדע וואך, שפאנענדע ארטיקלען זענען ערשינען דורך די אויסגעקליבענע שרייבער וואס זענען די סאמע העכסטע וואס שייך אין די שרייבעריי וועלט
ווי מיר האלטן יעצט איז, אז די שותף אין מאמענט וואס איז די בעה"ב פון שטיבל האט אויסגעקויפט די אנדערע 50 פראצענטיגע שותפות אין מאמענט, און ער האט מחליט געווען צו לייגן א שטארקע דגוש אויף די מאמענט אז עס זאל זיין מושלם אין א יעדע הינזיכט, צוליב דעם וועט ער פארמאכן אונזער באליבטן שטיבל, און ארויפבויען מאמענט אויף אסאך העכערע שטאפלען ווי ביז יעצט
מיר האפן אז ער זאל האבן הצלחה און קענען וויטער ברענגן ערליכע ליין מאטריאל פאר יודישע קינדער!