עס איז א גרויסע ווייטאג די פרייזן.חנן האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 7:25 pmעולם חסד יבנה איז טאקע די ערשטע אויסוואל צו רופן, אבער למעשה איז עס נאכנישט אזוי אויפגעכאפט, אזוי אז גענוג מאל וואס מ'קען דארט נישט טרעפן קיין צוגעפאסטע טריפס און מ'דארף רופן די אחדות ליין און דארט נעמען א טריפ פאר צעדרייטע פרייזן.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:40 pmפארוואס נישט ריפן די עולם חסד ליין?טללי אורות האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:37 pm איך ווייס נישט צו איינער קומט נאך אמאל אריין דא, אבער איך מוז זיך אויסגעבן מיין ווייטאג.
איך וואוין אין מאנטריאל, און איך בין א כולל אינגערמאן, און איך קען זיך נישט בארואיגן פון די מוראידגע ליין וואס רופט זיך אחדות ליין, וואס שיינט צו זיין א סימבאל פון אחדות, אידן וואס פארן קיין נ.י. און צוריק און זיי זענען מרוב טובם מסכים צו נעמען פאסענדזשירן מיט זייער קאר....
מי כעמך ישראל! שרייט זיך ארויס!
איין מינוט, כ'האב פארגעסן צו צולייגן, ס'קאסט געלט! נישט סתם געלט! מ'שעמט זיך שוין נישט צו בעטן $130 דאללער US פאר איין אויסגעקארגטע פלאץ!
רבותי! ווי שטיי מיר??!! ס'איז א בושה און א חרפה עס אנצורופן אחדות ליין....
וועק'ס ענק אויף! יא! עס קאסט טאקע 70-80 דאללער געז, אבער פון דארט ביז בעטן $130 פון יעדע פאסאנדזשיר איז א ווייטער וועג.
כ'האף אז די עולם וועט דערהערן דאס וויי געשריי פון די פרישע כולל אינגערלייט וואס דארפן נאך פארן צו די עלטערן אפאר מאל א יאר, און די קאסטן איז העכער ווי מען קען סובל זיין!
ווי איך פארשטיי איז זיין ווייטאג נישט אזוי ווייט אויף די אחדות ליין, וואס ווי באקאנט ווערט עס קאנטראלירט דורך עטליכע דרייווערס, וואס זיי טוען דאס פאר פרנסה. זיין טענה איז אויף סתם מענטשן וואס פארן און קענען באשטיין מיטצונעמען נאך אייניגע פאסזשירן, צו העלפן דעקן די קאסטן פון די רייזע, און בעטן די צעדרייטע פרייזן, פשוט ווייל פארוואס נישט...
לעולם וואלט מען ווען געמעגט נעמען מענטשן אומזיסט אויך, דו פארסט דאך סייווי.. נאר וואס, דו ווילסט ס'זאל דיר העלפן דעקן די רייזע, נו איז בעט א נארמאלע פרייז, 70-80 דאלאר א פאסאזשיר, נעם מיט 2-3 פאסאזשירן, אדער מער, און דעק א שיינע חלק, אדער גאר די גאנצע פון דיין טריפ, אבער רייטן אויף יענעם, פשוט ווייל יענער קען/וויל נישט דרייוון, און דו יא???
ס'קומט שוין אויס ביליגער ארויסצונעמען אליין א רענטל פאר א וויקענד + די געז, ווי צו פארן מיט א צווייטן, דאס איז פלאס וואס דו האסט די קאר פאר די גאנצע 3-4 טעג, און איך דארף נאך צאלן פאר טעקסיס, אויב וויל איך פארן פון איין שטאט צום אנדערן במשך מיין צייט אין ניו יארק.
ס'איז שוין געווען א שטיקל צייט וואס עסקנים האבן אויפגעהויבן א ווייגעשריי און דעמאלטס איז טאקע אויפגעפרישט געווארן די חסד ליין, ווי רוב מענטשן האלטן זיך צום נארמאלן פרייז, אבער ס'איז נאך גענוג שווער צו טרעפן א נארמאלע פרייז. מ'דארף האלטן און איין ליארמען, ביז ווען מענשטן וועלן זיך שעמען צו בעטן העכער 100 דאלאר.
דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון קאוויד וואס דעמאלסט איז געווען איש כל הישר בעיניו און אזוי איז עס געבליבן.
פון די אנדערע זייט ווען א פריוואטער מענטש לייגט ארויף אויף די ליין אז ער ער האט פלאץ איז עס נישט נאר צי דעקן די הוצאות, ער וויל אויך מאכן געלט.
איך פאר זייער אסאך אליין אהין און צוריק, אויב וויל איך מיטנעמען פאסאזשירן איז עס מיר נאר ווערט אויב איך פארדין דערפון. עס איז א גרויסע שיעבוד צי האבן פרעמדע פאסאזשירן, ועל כלם האסטו נישט דיין פריוואטקייט.
פאר די פרישע כולל אינגעלייט איז דא א מהלך זוך צוזאמשטעלן מיט א אנדערע קאפל.