בלאט 6 פון 27
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:41 pm
דורך גרינגראז
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:40 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:22 pm
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:05 pm
איך הער אז הנגיד רבי יואל לאנדא האט היינט געבעבן פאר אלע מלמדים מגיד שיעורים פון מוסדות סאטמאר מהר"יי און וו"ב טויזענט דאללער.
אזוי אויך פאר אלע יונגעלייט פון זיין כולל ריבניץ.
איך האף עס איז אמת.
דאס איז דאך להפליא.
קאנפערמד אז סאיז אמת.
א פלא פון א איד.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:20 pm
דורך לאקאלער רב
עניוואן מיט בילדער פון וויליאמסבורג'ס גרויסע חתונה נעכטן?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:03 pm
דורך שמאי הזקן
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:20 pm
עניוואן מיט בילדער פון וויליאמסבורג'ס גרויסע חתונה נעכטן?
די חתונה איז נישט געווען עפעס ספעציעל אויפגעריסען.
איך הער אז די שבע ברכות און שבת שבע ברכות וועט זיין מער אויף א גרויסע פארנעם
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:50 am
דורך שמאי הזקן
ביים שבע ברכות נעכטן פאר די כולל פון הנגיד ר יואל לאנדא איז געמאלדן געווארן אז הנגיד ר יואל וועט בויען דריי הונדרעט דירות און וו"ב מיוחד פאר די כולל יונגעלייט.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:13 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:50 am
ביים שבע ברכות נעכטן פאר די כולל פון הנגיד ר יואל לאנדא איז געמאלדן געווארן אז הנגיד ר יואל וועט בויען דריי הונדרעט דירות און וו"ב מיוחד פאר די כולל יונגעלייט.
דווקא פאר די כולל אינגעלייט?
ער האט אפילו דריי הונדערט אינגעלייט?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 3:06 pm
דורך שמח
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:13 pm
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:50 am
ביים שבע ברכות נעכטן פאר די כולל פון הנגיד ר יואל לאנדא איז געמאלדן געווארן אז הנגיד ר יואל וועט בויען דריי הונדרעט דירות און וו"ב מיוחד פאר די כולל יונגעלייט.
דווקא פאר די כולל אינגעלייט?
ער האט אפילו דריי הונדערט אינגעלייט?
אפשר אזוי וועט ער האבן דריי הונדערט...
איך ווייס נישט באמת צו ער האט, קען זיין אז יא.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:46 pm
דורך שמאי הזקן
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:13 pm
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:50 am
ביים שבע ברכות נעכטן פאר די כולל פון הנגיד ר יואל לאנדא איז געמאלדן געווארן אז הנגיד ר יואל וועט בויען דריי הונדרעט דירות און וו"ב מיוחד פאר די כולל יונגעלייט.
דווקא פאר די כולל אינגעלייט?
ער האט אפילו דריי הונדערט אינגעלייט?
סאיז בערך 260 דירות. 30% דארף גיין לעגאל פאר עפארדעבל האזינג און די איבריגע פאר די כולל. איך מיין אז סאיז דא ארום 200 כולל יונגעלייט.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:38 am
דורך שמח
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:46 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:13 pm
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:50 am
ביים שבע ברכות נעכטן פאר די כולל פון הנגיד ר יואל לאנדא איז געמאלדן געווארן אז הנגיד ר יואל וועט בויען דריי הונדרעט דירות און וו"ב מיוחד פאר די כולל יונגעלייט.
דווקא פאר די כולל אינגעלייט?
ער האט אפילו דריי הונדערט אינגעלייט?
סאיז בערך 260 דירות. 30% דארף גיין לעגאל פאר עפארדעבל האזינג און די איבריגע פאר די כולל. איך מיין אז סאיז דא ארום 200 כולל יונגעלייט.
געהערט פון איינעם אז מ'האט גערעדט פון 40 דירות (א קרוב משפחה, כ'בין נישט זיכער ער איז געווען בשעת מעשה), וואו האסטו געהערט די גרעסערע נומערן?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:52 am
דורך שמאי הזקן
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:38 am
שמאי הזקן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:46 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:13 pm
דווקא פאר די כולל אינגעלייט?
ער האט אפילו דריי הונדערט אינגעלייט?
סאיז בערך 260 דירות. 30% דארף גיין לעגאל פאר עפארדעבל האזינג און די איבריגע פאר די כולל. איך מיין אז סאיז דא ארום 200 כולל יונגעלייט.
געהערט פון איינעם אז מ'האט גערעדט פון 40 דירות (א קרוב משפחה, כ'בין נישט זיכער ער איז געווען בשעת מעשה), וואו האסטו געהערט די גרעסערע נומערן?
געזען די פלענס. מען רעדט פון א 13 שטאק בילדינג. די 40 דירות איז די דירות העכער זיין נייע בית מדרש. סאיז נישט קיין גאנצע 40..
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:27 pm
דורך פעפסי
יעצט קומט פאר די מעמד היציקת הבורות פארן נייעם ריבניץ שול אויף טרופ.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:12 pm
דורך דער תהלים איד
וואס איינער האט מיר אריינגעשיקט פון דארט
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 3:06 pm
דורך פעפסי
ר' יואל האט אויפגעטרעטן ביים מעמד יציקת הבורות פון זיין נייע שול.. ווי ער האט געזאגט דארט אזער גייט העכערן די געהאלט פון כולל פון טויזענט צו פופצן הונדערט דאלער.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 pm
דורך ווער
פרא-פאלעסטינער פראטעסטירער האבן זיך פארזאמעלט ביי די וויליאמסבורג בריק און מארשירן אראפ די בריק אויפן וועג פון וויליאמסבורג קיין מאנהעטן
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:33 pm
דורך דער תהלים איד
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 3:06 pm
ר' יואל האט אויפגעטרעטן ביים מעמד יציקת הבורות פון זיין נייע שול.. ווי ער האט געזאגט דארט אזער גייט העכערן די געהאלט פון כולל פון טויזענט צו פופצן הונדערט דאלער.
אביסל איבערגעטריבן...
לפי ידיעתי איז ביז יעצט געווען 400 און ער האט געמאלדן אז ער גייט דאפלען.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:51 pm
דורך פעפסי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:33 pm
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 3:06 pm
ר' יואל האט אויפגעטרעטן ביים מעמד יציקת הבורות פון זיין נייע שול.. ווי ער האט געזאגט דארט אזער גייט העכערן די געהאלט פון כולל פון טויזענט צו פופצן הונדערט דאלער.
אביסל איבערגעטריבן...
לפי ידיעתי איז ביז יעצט געווען 400 און ער האט געמאלדן אז ער גייט דאפלען.
ווייסטע נישט גוט. כ'בין געווען דארט ביים דרשה גערעדט מיט די יונגערלייט. ער האט געצאלט ביז יעצט טויזענט דאלער א חודש און ער האט געזאגט ער לייגט צו פופציג פערצענט.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 6:58 pm
דורך שמאי הזקן
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:33 pm
פעפסי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 3:06 pm
ר' יואל האט אויפגעטרעטן ביים מעמד יציקת הבורות פון זיין נייע שול.. ווי ער האט געזאגט דארט אזער גייט העכערן די געהאלט פון כולל פון טויזענט צו פופצן הונדערט דאלער.
אביסל איבערגעטריבן...
לפי ידיעתי איז ביז יעצט געווען 400 און ער האט געמאלדן אז ער גייט דאפלען.
ווייסטע נישט גוט. כ'בין געווען דארט ביים דרשה גערעדט מיט די יונגערלייט. ער האט געצאלט ביז יעצט טויזענט דאלער א חודש און ער האט געזאגט ער לייגט צו פופציג פערצענט.
נישט ממש. סווענט זיך ווי לאנג מען לערנט שוין דארט. ביז יעצט איז געווען 3 קאטעגאריעס, די ווייניגסטע איז געווען 900$ א חודש די מיטעלסטע איז געווען 1200$ און די מערסטע 1500. יעצט גייט עס ארויפגיין, די ווייניגסטע 1400$ מיטעלסטע 1800$ און די מערסטע 2300$...
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:47 pm
דורך דער פריץ
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:20 pm
עניוואן מיט בילדער פון וויליאמסבורג'ס גרויסע חתונה נעכטן?
חתונה
שבע ברכות
שבע ברכות#2
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:35 pm
דורך Spa 42
וויליאמסבורג בריק איז היינט געווען אפגעשפארט פאר א וויילע, אין די צייט וואס די פאלעסטינע שכנים האבן געמאכט א ראַלי דורכ-גייענדיג די בריק פון וויליאמסבורג צו מאנהעטן.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:17 pm
דורך בקי ביחוס
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:35 pm
וויליאמסבורג בריק איז היינט געווען אפגעשפארט פאר א וויילע, אין די צייט וואס די פאלעסטינע שכנים האבן געמאכט א ראַלי דורכ-גייענדיג די בריק פון וויליאמסבורג צו מאנהעטן.
וואס עפעס שכנים, געהעריגע וויליאמסבורגע איינוואוינערס

Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:18 pm
דורך שבת קודש
געווען היינט פארטאגס א האלד-אפ ביי בעדפארד ראדליטש ווי 2 גויים מיט א גאן האבן צוגענומען א קאר וואס א איד האט געהאלטן אינמיטן פארקירן. שוין געכאפט די פארברעכער
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
די סאטמארע מצה בעקעריי אויף בראדוועי איז אין פלאמען ר"ל
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:36 pm
דורך וואסאפשט
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:36 pm
די סאטמארע מצה בעקעריי אויף בראדוועי איז אין פלאמען ר"ל
????????????????
עני קלארע באריכטן
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:38 pm
דורך וואסאפשט
2 אלארם פייער !!!!!
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:40 pm
דורך וואסאפשט
דער אייבערשטער זאל אפהיטן וויפיל מצות דארט איז דא אוועקגעלייגט
מ'באקט שוין פון אב
רח"ל
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:46 pm
דורך כרוספדין
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:36 pm
די סאטמארע מצה בעקעריי אויף בראדוועי איז אין פלאמען ר"ל
דאס מיינט אז מוועט צויאגן יעצט די נייע מצה בעקעריי אין בלומיג גראוו?
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:36 am
ק/פ
Satmar HQ :
בלאמינגראוו:
ברעיקינג!
און ביהמ"ד קהל יטב לב מעריוואלד און בלומינגראוו איז פארגעקימען אן היסטארישער געשעניש היינט ביים ליינען ווען דער ראש הקהל און בונה ומקים עיר בלומינגראוו הרה"ח אברהם בער יאקאבאוויטש האט געמאלדן ביים עולה זיין, א נייעם מצה בעקעריי וואס ער נעמט זיך אונטער מנדב צו זיין לע"נ זיין מאמע וואס איז לעצטענס אוועק,
און דאס וועט זיין אונטער די מעריוואלד קהילה און בלאמינגראוו
פרטים וועלן נאכפאלגן