בלאט 6 פון 6

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

געפאוסט: מאנטאג מערץ 23, 2026 8:52 am
דורך מאונטען
א גרויסע עולם און וויליאסבורג וואס באלאנגען צו סאטמאר אדער סתם אידן וואס שיקן און עני אנדערע רענדעם מוסד, האבן צו זייער זייט א חבורה אדער יוצאי ישיבה אדער סתם א גוטע איד בית מדרש וואס און דעי שוהל קוקט מען זיי אן מען לעבט ווי א משפחה מיט ווארעמקייט און געפיהל, און אפילו און די גרויסע שוהלן וואס אינדערוואכן איז דאס א מנינים סענטער איז דאס אויך געווענליך שבת באזעצט מיט א אינעוויניג סירקעל ווי מען ריפט דאס, און מען לעבט נאנט גישמאק ווארעם, במילא וויליאמסבורגע ווערן אנגעקוקט און איינער קערט פארן צווייטען
נאר וואס יא! אינמיטן די וואך וואס יעדער איז ביזי לויפן פון טעסק צום צווייטן ווען געווענליך מענטשען דארפן נישט יעצט די נאנטקייט און ווארעמקייט איז דא גרויסע מנינים סענטערן וואס בדרך כלל האט מען נישט קיין גרויס שייכות איינער מיטן צוויטען יא מען טרעפט דא דארט א באקאנטן און אפילו א חברותא צו לערנען אבער יעדער האט זיך זיין עמאטיענעל ספעעס, גראדע איז דא קליינע פלעצער ווי מען קומט יא ביינאכט צוזאמען אבער בדרך כלל זיכען דאס נישט קיין מענטעשען

דאס אז די שכינים האבן נישט קיין שייכות איז אבי גערעדט! נאר וואס מען יא א שכן מיינט נישט אז איך בין יעצט מורעדיג נאנט אז איך גיי יעעצט צו יענעםס שמחה אדער מיינע קינדער זענען יצט פרענדס, אוודאי געווענליך טרעפט מען זיך 2-3 משפחות וואס מען ווערט זייער נאנט אבער נישט סתם ווייל די ביזט מיין נעבער בין איך יעצט ממש נאנט