א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 652

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:39 am ווען דו זיצט אין ביהמ"ד און א יונגל שאקלט זיינע פיסעלעך, און די אייזן פון זיין שיך קנאקט אזוי אין די אייזן אינטערן טיש, און יעדע האלבע סקונדע גיט עס אזא קלינג...
איז אינטערעסאנט ווי אזוי יעדע נומבערס ריספאנד וועט זיין,

דער מר. פירער וואס זיצט דארט ביים טישל, ווענד זיך שטארק אין זיין גיסטע,

ס'קען אים נערווירן געפערליך ביזן זיך עפענען א מויל אויפן אומשילדיג יונגל,
אדער וועט ער עס ניטאמאל הערן,
אדער וועט זיינע געפילן/מחשבות לויפן לויטן טאקט פון די קלאפערייען...
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1867

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

שכויח @טראפקעלע פארן אויפהאקן די אייז!
זייער שיין און קלאר!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1867

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

אוי. מיין פירער.

מיין הארץ גייט אויס פאר דיך, די ווערסט דערטראנקען אין דיינע געפולן.
סמיך שווער צי ציקיקן און זען ווי די פלאטשקעסט אין געפילן. געפילן. געפילן.
אלעס ביי דיר ווערט געפירט דורך דעיע איין ווארט, די פאלגסט דיין געפילן אויף יעדע טריט.

די שפיגעלסט אפ אלץ וואס ביסט דורך דאס לעצטע פאר שעה, ווען כבין נייגעריג וועלכע מאד אונזער פירער איז יעצט, וועל איך נישט דארפן ארבעטן שווער,
כוועל אים פשוט גיין גרוסן, אויב ער איז אין א גיטע מאד וועט ער צירוק גרוסען מיט א הויכע לעבעדיגע טאן, ווי געשמאק.
אבער אויב ער איז אין א אנגע... מאד, וועט ער ארויס מירמלען אזעלכע געצווינגענע ווערטער אינטערן נאז,
זאל זיין נאנטע חבר זיין דער וואס גרוסט אים יעצט, וועט קימען די זעלבע חריזמאטישקייט,
זיין גיסטע שרייט אלץ וואס ער גייט דורך.

די פירער איז זייער סענסיטיוו.
סענסיטיוו צי אלעס,
דאס זעלבער ווי ער גייט ווערן צומזיקט פין דיין נישט געמיינטע טשעפעלע, גייט די פירער ווערן און א חתונה גיסטע פין דיין יא געמיינטע קאמפלימענט.
כאב באמערקט א אינטרעראנטע באמערקונג, די פירערס זענען זייער קאלטע מענטשן, יא יא דעיע חברה וואס דרייערן זיך מיט א סוועטער אינטערן רעקעל אין בית מדרש קען אויך קימען פין זייער סענסיטיווקייט...


ער מיז אלעס פולן.
ער טרעפט זיך נאכן שאקלען ערליך די לולב אתרוג, אבער ער וואקט אוועק ציבראכן פין דארט,
כווייס נישט.. כאב עפעס נישט געפילט די הייליגקייט... אפשר האביך אפולו נישט יוצא געווען...?!! אבער אויב ער פילט יא די הייליגע מאמענט, הוהא, דעמאלטס וואקט ער אוועק פין דארט אין א הייליגע אויפגעלעבטע גיסטע, כאדאך יעצט געטון א מצוה, ווי גיט צי זיין א איד!!!
אין קורצן.
אויב פיל איך מיין דאווענען, איז דאס בעסטע. אז נישט, ווער זאגט די אויבערשטער האט עס אנגענומען...??


די פירער איז זייער דראמאטיש, יעדע קליינע אימבאמערקטע געשעניש ביי אים, איז שוין א גאנצע מסכת.. ער וועט עס איבערדערציילן מיט זאפט פין אלע באקן...!



די פירער איז זייער ביזי מיט זיך,
ער האט א טיימער אין קאפ וואס געט אים א קיצעל אין יעדע געלעגענהייט,
ער האלט אינמיטן דאווענען, אפס. א קיצעל. כבין טאקע אזא ערליכע איד אז כשאקעל מיך אזוי שטארק...? (גיטע קשיא...)
ער זיצט אויפן מאנסי טרעילס ניצנדיג די פענסטער מיטעל צי באטראכטן אביסעל אונזער וועלטעל, אבער זיין מח איז נישט קענעקטעד צי זיין אויגן.. ער איז ביזי טראכטן, ווער בין איך?? (צים זיבעטן מאל..)
טראפקעלע זאגט אז די פירער קען זיך גיט, אבער איך מיין אז די פירער וועט קיינמאל נישט באמת וויסן ווער ער איז, ער וועט אייביג טראכטן בין איך טאקע דעס? מיט צוואנציג תרוצים פארוואס סקען נישט זיין....


איינס פין זייער גרעסטע דעגות איז, זיין 'אנדערש' פין יעדעם!
אויב בין איך פינקט ווי יעדעם, וואס בין איך ווערד..?
ער וועט אלץ פראבירן (און אויספורן!) צי זיין דיפרענט,

ווען וועסט זאגן פארן פירער ביסט אזוי אנדערש, אוי וועט ער הנאה האבן, זיין בעסטע קאמפלימענט!

די פירער פילט אז קיינער פארשטייט אים נישט.
גראדע איז ער גערעכט, קיינער קען אפולו נישט פראבירן צי פארשטיין מיין געפולישע וועלט,


זיי חאלישען פאר א טיפע רילעישענשיפ,
אבער נישט קיין חילוק ווי א נאנטע חבר ער זאל האבן, וועט ער קיינמאל זיין ציפרודן. ער זיכט עפעס וואס איז נישטא אויף אונזער וועלט...!


ווי טיף קען טיף זיין?
די פירער איז זייער א טיפע נפש, ווען ער ליינט א בוכעל וועט ער זען מער, ווי די פשוטע שווארצע אותיות.
ער וועט ליינען די זעלבע זאך ווי דיך, וועט ער אבער ארויסקימען מיט א צווייטע זאך אינגאנצן. ער זעט אין אלעס א טיפקייט. ווי גראד די ראוד זאל נאר זיין, וועט ער אבער פארן טיף.

קריעיטיוו.
ער איז א שטיק קריעטיוויטי, טאקע ווייל ער טראכט טיף, און יאנוק,


דרוילעם איז העווי ביים פארטי.
אבער ווי איז אונזער פירער? נישטא!
אלעס ביי אים ווערט געפירט פין זיין פילינגס, און אויב זיין האקעלע פילינגס וועלן נישט זיין באקוועם ביים פארטי, וועט ער פשוט נישט קומען.
לכבוד דעם, וועט מען מער ווי אפט טרעפן הרב פירער איינער אליינס, אריין געטון אין זיין אייגענע פאנטאזיע. פאנטאזיע? יא! די פירער האט עפעס א גאר הויכע שטאפעל פין פאנטאזיע, ער וועט זיין פארפלאנטערט אין שווערע געשיכטעס בלויז אין פאנטאזיע!

ארטיסטישע קעפ.
זיי פארמאגן די כלים אויסציפארעמען זייער פילינגס.



עכט פראבירט מען זיך צי האלטן קורץ און שארף,
אבער וואזאליך טון כקען מיך נישט איינהאלטן.....
כאב נאך אזויפיל צי שרייבן איבערן אומשילדיגע פירער, און כאף טאקע צי גיין ווייטער.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 652

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

@ווינטעלע זייער שיין ארויסגעברענגט!

זייער הנאה געהאט ווי אזוי דו ברענגסט ארויס ווי שטארק ער גלייכט דעם קאמפלימענט אז ער איז דיפרענט...

בנוגע אז ער קען זיך גיט, ווען ער וועט ליינען דיין אנאליז, אז ער איז ביזי אייביג צו טראכטן ווער/וואס בין איך, וועט ער אויפשפרינגען, יא אזוי בין איך...
(דהיינו ער קען גיט זיינע פילונגס)
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 385

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך דאפלטער »

@ווינטעלע דו שרייבסט ווי א פירער, אבער איך גלייב נישט אז דו ביסט איינס, אוועראלל האסטו אים גוט ארויס דעם פירער, אבער דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז א רחמנות און דיין הארץ גייט אויס פאר אים האט מיר געהויבן ברעמען, ניין דער פירער איז נישט קיין רחמנות! יא, ס'קען זיין אז אסאך מאל איז אים שווער, און דאס געשעט בעיקר ווען ער ברויך מחליט זיין צווישן מח (=מציאות-אויטקאם) און געפיל (=דמיון-בת היענה) אבער א געזונטער פירער וועט על פי רוב מאכן די ריכטיגע דיסיזיעס און דאן שפירן גאר גוט מיט זיין העלדישקייט, אויב מאכט ער אמאל א נישט ריכטיגע דיסיזשען וועט ער אבער אלעמאל זיך לערנען פונעם עבר אויף להבא און אזוי ארום שפירן גוט מיט דעם חלק... על כל פנים אלץ דאס אז ער לעבט אין זיינע געפילן איז ער נישט קיין רחמנות, ער אינדזשויעט עס אויף אן אמת פונקט ווי דער ניינער אינדזשויעט פרידן און דער אכטער הערשאפט...
די איינציקסטע צייט וואס א פירער איז יא א רחמנות איז ווען ער שיידט זיך פון א באליבטן, אוי איז אים דאס ציפעדיג דאן איז אים ממש א גיהנום, וד"ל כי קצרתי
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 385

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך דאפלטער »

ווער איז יא א רחמנות?
באמת פון יעדע נומער איז דא ווער ס'איז א רחמנות,
ביים איינסער איז עס ווען אלעס ארום אים פארט אויף רעדער ביז ער מאכט זיך אפ אז "דאס" איז יעצט די מצב
ביים צווייער איז עס ווען ער באקומט נישט צוריק גענוג דעם געפיל וואס ער האט זיך געראכטן צו באקומען ביים טון דעם אויסנאמליכע טובה, אדער ווען ער איז נישט באמת א גוטער און ער ברויך זיך שלאגן מיט זיך אליינס יא צו טאן דעם טובה כדאי ער זאל בלייבן גוטער, אדער טרעפן און מאכן שטימען כל מיני תירוצים פארוואס ער האט עס נישט געטון (זיי זענען גאנץ גוט דערין אגב...)
דער דרייער איז קיינמאל נישט באמת א רחמנות אבער מען קוקט אים אן מיט רחמנות ווען ער זיצט אין לאלא לענד און יעדער ארום לאכט פון אים
דער פירער כנ"ל
דער פינעווער וכן זיבענער מיין איך זענען קיינמאל נישט אין א מצב פון עכט צוקוועטשט סיריער פערסענאליטעט
פארן זעקסער ברויך מען ווען עקסטער טינט גיסן, אוי איז ער אסאך מאל א רחמנות, צו ווען ער האט א ים פון קאמפלעקס, צו ווען ער פרובירט עקטן נישט זיך, וכו'
דער אכטער ווען ער קען נישט פירן גארנישט
און דער ניינער ווען מען אינוואלווט אים אין א מחלוקת "און צד ב' באמערקט אדער האט א חשד אז ער איז אינוואלווד" (פאלשע מענטשן וואס זיי זענען...)
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1867

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 2:14 pm @ווינטעלע דו שרייבסט ווי א פירער, אבער איך גלייב נישט אז דו ביסט איינס, אוועראלל האסטו אים גוט ארויס דעם פירער, אבער דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז א רחמנות און דיין הארץ גייט אויס פאר אים האט מיר געהויבן ברעמען, ניין דער פירער איז נישט קיין רחמנות! יא, ס'קען זיין אז אסאך מאל איז אים שווער, און דאס געשעט בעיקר ווען ער ברויך מחליט זיין צווישן מח (=מציאות-אויטקאם) און געפיל (=דמיון-בת היענה) אבער א געזונטער פירער וועט על פי רוב מאכן די ריכטיגע דיסיזיעס און דאן שפירן גאר גוט מיט זיין העלדישקייט, אויב מאכט ער אמאל א נישט ריכטיגע דיסיזשען וועט ער אבער אלעמאל זיך לערנען פונעם עבר אויף להבא און אזוי ארום שפירן גוט מיט דעם חלק... על כל פנים אלץ דאס אז ער לעבט אין זיינע געפילן איז ער נישט קיין רחמנות, ער אינדזשויעט עס אויף אן אמת פונקט ווי דער ניינער אינדזשויעט פרידן און דער אכטער הערשאפט...
די איינציקסטע צייט וואס א פירער איז יא א רחמנות איז ווען ער שיידט זיך פון א באליבטן, אוי איז אים דאס ציפעדיג דאן איז אים ממש א גיהנום, וד"ל כי קצרתי
כמיין אז שרייבן ווי א פירער איז א קאמפלימענט, סוי שכח.

כבין נייגעריג אויף אביסעל מער אינפוי וואס מאכט מיר יא אדער נישט זיין קיין פירער פין מיין שרייבעריי...

(א רחמנות? א רחמנות זעמיר אלע.) אבער כמיין אז די פירער פירט שווערע מלחמות אויף א מינוטליכע פארנעם מיט זיין פילינגס, וואס דעס איז ביטערע יסורים.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1867

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

לאמיר זיך אריין ווארפן א מינוט אינעם עולם הדמיון.


ווען די פירער וואלט געווען

א חיה.
וואלט איך אים דערקלערט אלץ די פאפעגיי, זייער שיינע קאלירן. הארציגע קול וואס וועקט אויף הערצער. אסאך טאלאנט. טשעפעט נישט די ארומיגע.

א עסן.
כמיין די וואנילע וועיפערס,
דרוילעם גלייכט עס עפעס נישט. אבער וועמנס טעיסטבאדס איז איינשטימונג מיטן טעם וועט קלעבן צי דעם.

געלט.
זעט מיר אויס ווי די צווייער ביל, נישט פאפאלער, אבער יא יאניק, אין הויכע צייטן ווי למשל פורים שיינט ער ארויס גאר ווייט. נישט פארגעסן פונעם נאסטאלגיע בילד אויף דעם.

א נאטור.
די לבנה אודאי. מזעט אים ווען ער ליגט אין טונקעלקייט, אבער שיינען שיינט ער טאקע ווען סנאכט.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 652

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 2:14 pm @ווינטעלע דו שרייבסט ווי א פירער, אבער איך גלייב נישט אז דו ביסט איינס, אוועראלל האסטו אים גוט ארויס דעם פירער, אבער דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז א רחמנות און דיין הארץ גייט אויס פאר אים האט מיר געהויבן ברעמען, ניין דער פירער איז נישט קיין רחמנות! יא, ס'קען זיין אז אסאך מאל איז אים שווער, און דאס געשעט בעיקר ווען ער ברויך מחליט זיין צווישן מח (=מציאות-אויטקאם) און געפיל (=דמיון-בת היענה) אבער א געזונטער פירער וועט על פי רוב מאכן די ריכטיגע דיסיזיעס און דאן שפירן גאר גוט מיט זיין העלדישקייט, אויב מאכט ער אמאל א נישט ריכטיגע דיסיזשען וועט ער אבער אלעמאל זיך לערנען פונעם עבר אויף להבא און אזוי ארום שפירן גוט מיט דעם חלק... על כל פנים אלץ דאס אז ער לעבט אין זיינע געפילן איז ער נישט קיין רחמנות, ער אינדזשויעט עס אויף אן אמת פונקט ווי דער ניינער אינדזשויעט פרידן און דער אכטער הערשאפט...
די איינציקסטע צייט וואס א פירער איז יא א רחמנות איז ווען ער שיידט זיך פון א באליבטן, אוי איז אים דאס ציפעדיג דאן איז אים ממש א גיהנום, וד"ל כי קצרתי
ביידע איז אמת, אזוי ווי דו שרייבסט אליין, כל זמן ער איז מער ווייניגער געזונט און זיינע געפילן זענען אין איינקלאנג מיטן מציאות, איז עס טאקע געשמאק און א שטיק לעבן פון אים.

אויב אבער (בכלל נישט אזא 'אויב') ער איז נישט אזוי געזונט, טראגן אים זיינע געפילן אין זייער נישט גיטע דירעקשן'ס, איז אסאך דיפרעסט, און שליסט זיך אויס פון די ארום, און ער מאכט נעבעך מיט א גיהנים.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:03 am
קענען זיין זייער פארמאכטע מענטשן, אבער אויך גיטע ארטיסטן, זינגער,מעלער,שרייבער,וכדו', וויבאלד זיי קענען גיט ארויסברענגען זייערע געפילן,
בכלל וועלן זיי שטארק ליב האבן מיוזיק (מב"ד, קארלבאך, ישי ריבאוי, וכדו'), אדער מאלערייען, וכדו', אזא איינער האט מיר געזאגט, יעדע קנייטש פון מרדכי איז א שווערע תוספות...

כ'האף כ'האב מיך גיט ארויסגעברענגט ווייל ס'איז זייער דקות'דיגע נקידות.


זייטס געזונט.
זייער שיין ארויסגעברענגט, לגבי קארלבאך, ער איז לענ"ד געווען א 2'ער מיט אויפגעבלאזענע 4'קייט (אויפגעבלאזן דורך זיין 2'קייט...).
ווינטעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:08 pm
א גרויסן שקויעך.

אויב איר קענט אויך אביסעל אויסקלארן די דרייערס געפולן,
איך ווייס אז די דרייער וועט נישט רעדן פין זיין אמתע פולינגס, אבער אנדערע האבן געטענהט אז יא..
א דרייער וואס רעדט נישט פון זיינע געפילן, איז א 3X6, און זיין 6'ישע סעקיוריטי וועט באשיצן זיין דמיון פון כבוד. בפרט אויב ווען ער וועט רעדן דערפון, קען אפשר ווערן א געשפרעך דערפון. והתוצאות, זענען שוין נישט אזוי רעספעקט-סעקיורד. אבער א 2-3 למשל טראמפ, וועט יא רעדן פון כבוד, און אזוי אויך א 7-3, אבער א 4-3, ווענדט זיך אין זיין גיסטע. ער וועט עס נאר טון אויב ס'וועט אים אויסזען אז אזוי וועט ער פילן מער אויטענטיש מיט זיין זוכעניש פאר רעספעקט.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 652

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:14 am
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:03 am
קענען זיין זייער פארמאכטע מענטשן, אבער אויך גיטע ארטיסטן, זינגער,מעלער,שרייבער,וכדו', וויבאלד זיי קענען גיט ארויסברענגען זייערע געפילן,
בכלל וועלן זיי שטארק ליב האבן מיוזיק (מב"ד, קארלבאך, ישי ריבאוי, וכדו'), אדער מאלערייען, וכדו', אזא איינער האט מיר געזאגט, יעדע קנייטש פון מרדכי איז א שווערע תוספות...

כ'האף כ'האב מיך גיט ארויסגעברענגט ווייל ס'איז זייער דקות'דיגע נקידות.


זייטס געזונט.
זייער שיין ארויסגעברענגט, לגבי קארלבאך, ער איז לענ"ד געווען א 2'ער מיט אויפגעבלאזענע 4'קייט (אויפגעבלאזן דורך זיין 2'קייט...).
ווינטעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:08 pm
כ'האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען אז פירערס האבן ליב די סארט מינע בעלי מנגנים.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 109

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך א קלער »

ווען קומט מען אן צום קומענדיגע סטאנציע?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 652

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

דער פינעווער איז דאך היפש צופלויגן....

@ווינטעלע אונז ווארט מיר!
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 171

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך קשאנובער »

ווינטעלע איז אריין אין א שטארקן היבערנאציע......!! עמער מיזן ווארטן....
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:23 pm בילד
קודם א גרויסן שכח, זעט אויס אינטערעסאנט, גיימיר עס אויסהערן אי"ה.


כ'פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'צוטיילט עס אין די 3 קאטיגאריעס.

4,3,2- feeling
7,6,5- thinking
1,9,8- acting

א 7 איז א טראכטער?
א 3 געפילן?
ועוד.
ס'איז גרינגער צו אידענטיפיצירן 7'קייט דורך זיין ווישי וואשי וועג פון טראכטן, ווי דורך סיי וואס. און יא, 3'קייט איז א (אפשר פאלשע) געפיל, נישט קיין שכל. (איך האב אן אשכול וועגן דעם ענין, וואס געט א בעסערע קלארקייט). די כלומר'שט-שכל'דיגע פאליטישע חשבונות זיינע, שטאמען פון 6-7קייט (6 איז לאיאל און באשיצט, אבער פירט צו 1'קייט און ערלויבט נישט אראפצוקריכן ווען ס'פעלט אויס. משא"כ די 7'קייט געט דעם פאלשקייט וואס ער דארף).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
קאנטראקטאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 11:22 pm
x 4

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך קאנטראקטאר »

ווילסט מיר זאגן אז די בוסט א פירער?
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

קאנטראקטאר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 12:59 pm ווילסט מיר זאגן אז די בוסט א פירער?
ניין. 5, 2-3, 9, און איך פרוביר אויפצוארבעטן אביסל 8'קייט אן קיין 1'קייט.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:40 am
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:23 pm בילד
קודם א גרויסן שכח, זעט אויס אינטערעסאנט, גיימיר עס אויסהערן אי"ה.


כ'פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'צוטיילט עס אין די 3 קאטיגאריעס.

4,3,2- feeling
7,6,5- thinking
1,9,8- acting

א 7 איז א טראכטער?
א 3 געפילן?
ועוד.
ס'איז גרינגער צו אידענטיפיצירן 7'קייט דורך זיין ווישי וואשי וועג פון טראכטן, ווי דורך סיי וואס. און יא, 3'קייט איז א (אפשר פאלשע) געפיל, נישט קיין שכל. (איך האב אן אשכול וועגן דעם ענין, וואס געט א בעסערע קלארקייט). די כלומר'שט-שכל'דיגע פאליטישע חשבונות זיינע, שטאמען פון 6-7קייט (6 איז לאיאל און באשיצט, אבער פירט צו 1'קייט און ערלויבט נישט אראפצוקריכן ווען ס'פעלט אויס. משא"כ די 7'קייט געט דעם פאלשקייט וואס ער דארף).
פאר מער זע: https://drive.google.com/file/d/1zUolO0 ... sp=sharing
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך אני-הק' »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 02, 2023 10:29 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:40 am
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:23 pm בילד
קודם א גרויסן שכח, זעט אויס אינטערעסאנט, גיימיר עס אויסהערן אי"ה.


כ'פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'צוטיילט עס אין די 3 קאטיגאריעס.

4,3,2- feeling
7,6,5- thinking
1,9,8- acting

א 7 איז א טראכטער?
א 3 געפילן?
ועוד.
ס'איז גרינגער צו אידענטיפיצירן 7'קייט דורך זיין ווישי וואשי וועג פון טראכטן, ווי דורך סיי וואס. און יא, 3'קייט איז א (אפשר פאלשע) געפיל, נישט קיין שכל. (איך האב אן אשכול וועגן דעם ענין, וואס געט א בעסערע קלארקייט). די כלומר'שט-שכל'דיגע פאליטישע חשבונות זיינע, שטאמען פון 6-7קייט (6 איז לאיאל און באשיצט, אבער פירט צו 1'קייט און ערלויבט נישט אראפצוקריכן ווען ס'פעלט אויס. משא"כ די 7'קייט געט דעם פאלשקייט וואס ער דארף).
פאר מער זע: https://drive.google.com/file/d/1zUolO0 ... sp=sharing
איך זעה אז די קונטרס הייבט זיך אן ביי 60 און ענדיגט זיך ביי 90
ווי איז בעפאר 60 און נאך 90?
אויב מעגליך ביטע ברענגען די גאנצע זאך
א דאנק פון פאראויס
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

אני-הק' האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:33 am איך זעה אז די קונטרס הייבט זיך אן ביי 60 און ענדיגט זיך ביי 90
ווי איז בעפאר 60 און נאך 90?
אויב מעגליך ביטע ברענגען די גאנצע זאך
א דאנק פון פאראויס
ס'איז ארויסגעקליבן די בלעטער וואס זענען נוגע אניאגראם, און בפרט צו פארענטפערן יענעם'ס קושיא.

אבער די גאנצע זאך ליגט שוין דא: viewtopic.php?p=8269#p8269 (איך ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט דא ווערטער אנשטאטס'ן לינק).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 652

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

המברך יתברך האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 02, 2023 10:29 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:40 am
טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:23 pm
קודם א גרויסן שכח, זעט אויס אינטערעסאנט, גיימיר עס אויסהערן אי"ה.


כ'פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'צוטיילט עס אין די 3 קאטיגאריעס.

4,3,2- feeling
7,6,5- thinking
1,9,8- acting

א 7 איז א טראכטער?
א 3 געפילן?
ועוד.
ס'איז גרינגער צו אידענטיפיצירן 7'קייט דורך זיין ווישי וואשי וועג פון טראכטן, ווי דורך סיי וואס. און יא, 3'קייט איז א (אפשר פאלשע) געפיל, נישט קיין שכל. (איך האב אן אשכול וועגן דעם ענין, וואס געט א בעסערע קלארקייט). די כלומר'שט-שכל'דיגע פאליטישע חשבונות זיינע, שטאמען פון 6-7קייט (6 איז לאיאל און באשיצט, אבער פירט צו 1'קייט און ערלויבט נישט אראפצוקריכן ווען ס'פעלט אויס. משא"כ די 7'קייט געט דעם פאלשקייט וואס ער דארף).
פאר מער זע: https://drive.google.com/file/d/1zUolO0 ... sp=sharing
א גרויסן שכח.

פון א ערשטע בליק דערין, זעט עס מיר אויס היבש אביסל א אנדערע מהלך פון וואס איך האב -פרובירט- דורכצוטון.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך המברך יתברך »

יא, יא. ס'איז איין "טראפקעלע" טיפער. און מורא'דיג אסאך אמת'דיגער. (+אז ס'העלפט פאר זאכן וואס קיין שום מהלך קען נישט העלפן).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1867

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

העלוי???
איינער ווייסט ווי מיין פען איז? אה, דא איז עס..
שוין, אז מיין פעדער שרייבט נאך לאמיר אריינטאנצן אינעם פינעווער.

די פינעווער איז א טראכטער.
אלעס ביי אים ווערט געפורט פין שכל,
די פינעווערס זענען זייער נייגעריג, ער מיז וויסן וויאזוי און פארוואס אויף יעדע זאך.

ווען זיין הרגשים קימען אים ארויף וועט ער זיי פארהאקן אין א קליינעם קעסטעל מיט א גרויסע שלאס.
כאנישט קיין השגה פארוואס, אבער ביי זיי איז 'געפולן' די גרעסטע בושה,
זיין אינגעלע וועט אים פארציילן מיט פארביטערונג, ווי א אינגעל היינט האט אים גע.... ער וועט אויסהערן און מיטפולן, אבער ער וועט בלייבן קאלט פין אינדערויסן.
סקען אסאך מאל באדערן זייער נאנטע פארן נישט ארויסווייזן זייער מיטלייד.

זייער ראיגע מענטשן.

זייער אינטעליגענט.
זיי דרייען זיך ביי דעיע פילאזאפיע קיפקעס, זיי וועלן אייביג אריינקומען מיט טעאריעס און הסברים אויף אלס.

זוכן איבעראל ידועות.
מקען זיי טרעפן אין ספרים סטאר אנגעליינט אויף א שאפע און לערנט דורך די נייע סחורה, קים צירוק א שעה שפעטער און זיי וועלן שטיין אויפן זעלבן פלאץ און מיטן זעלבען ספר אבער מיט אפאר ציגעקומענע קנייטשען אויפן שטערן.

מאכן געלט? א שאד די צייט... כקען דאך באקומען ידועות אין דעיע צייט...

רוב מאל זענען זיי דיסיפלענט.

זיין מח ארבעט אן אפשטעל, ער וועט אלעס באטראכטן פין דערזייט און אנאלאזירן די מצב, די מענטשן, די דיעות, אלעס ביי אים אין מח.

אלעס ווערט טוף דורך געטראכט. אז מקען טראכטן פארוואס דארף מען טון?
ער וועט נישט אריינטרעטן אין נייע אינטערנעמונגען פארן גוט דורך טראכטן אלע צען זייטן.

די פינעווער וועט אויפכאפן קליינע דיטעילס וואס פשוטע אויגן באמערקן נישט, כמיין אז פאר די פינעווער וועט זיין שווערע צי נעמען א זייט אין א וויכוח ווייל ער זעט ביידע זייטן פונעם בילד,

ער וועט פראבירן צי זיין ווי ווייניגער אנגעהאנגן אויף אנדערע, צי קענען זיין פריי און שלינגען נאך ידיעות.

ער פארמאגט א פחד אז אן מיין ידיעות בין איך ווערד א זערוי...
די פינעווער לעבט אין א פחד אז די וועלט איז א סכנהדיגע פלאץ, (סנישט?) ווען ער פילט זיך פארלוירן וועט ער זיך באהאלטן אין זיין מחשבה, ער פילט ווי דארט איז זיין סעיף זאון, און אלץ טופער ער לויפט אריין אין זיין מחשבה אלץ שרעקעדיגער ווערט אים די ריעליטי.

הרב פינעווער אונז קומען שוין צירוק
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 171

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך קשאנובער »

ווינטעלע איז צירוק ווי א שטארקן פינעווער.....

שטיל פאר צוויי וואכן אבער ווען ער רעדט שוין יא איז עס גוט געשריבן און גוט אויסגעארבעט

שכח ווינטעלע פארן אנגיין...!!
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1867

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

שכויעך פאר @קשאנובער און פאר די לייקערס!!



די פינעווער וועט רעדן זייער ראיג און קלאר, סוועט זיך הערן ווי יעדעס ווארט איז פונקטליך אפגעמאסטן פין פארדעם,
אפולו אין א היציגע דיסקאשין וועט ער האלטן זיין קול אויפן זעלבן טאן, ער וועט שרייען מיט א ראיגע וואויס.
מקען באמערקן ווען זיי רעדן אז זייער מח פארט מיט מיט יעדע ווארט.

זיי דארפן אסאך פריוואטקייט.
זיי קענען זיך באהאלטן פין אנדערע און פין עמוישענעל פרעשיר, ווייל זיי ווילן זיך פולן פריי, אבער דעס קען זיי אריינפורן אין א לאנגווייליג מקום.
זיי פולן אז די וועלט פאדערט אסאך אבער געבט ווייניג!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
שרייב פאוסט