פישל'ע, אלימלך ברוך.
די גאנצע וועלט ווארט אויס אויף גיטע נייעס, מ'הערט ס'דארף זיין א קאורט בקרוב, ענק זאלן שוין קענען ארויס גיין אויף די פרייע פון די שעלטער.
ווי אזוי איז אריבער די שבת?
ווילסט הערן עפעס אינטערסאנט? ס'נישט דער סארט מעשה וואס די וועסט זיך רישן, אבער גאר אינטערסאנט.
גייענדיג ערב שבת א פאר שעות פאר שבת אין שוהל, (כדי צי לערנען א פאר שעה פאר שבת קודש, דארך דעם מאכן א ריכטיגע הכנה דרבה פאר דעם הייליגע גאסט שבת קודש).
זעה איך אויף די גאס א שגץ'ל שלעפען שווערע קאסטענעס פון ווער ווייסט וואס, און ער זאגט מיר אויף אנגליש "היי ראביי", ענטפער איך עם צירוק "היי" און איך גיי מיר ווייטער מיין וועג.
זאגט ער מיר ראביי די האסט א מינוט? ס'ווערט מיר שווארץ פארן אויגן, איך טראכט מיר וואס וואל דער פאר'רוצט'ע גוי פון מיר?! ער וויל מ'סתם איך זאל עם העלפן שלעפען זיין לאסט.
און איך פארשטייט זיך האלט נישט דערביי, טראכט איך צי מיר, איך זיי עם זאגן איך יאג מיר שטארק, און פארטיג.
זאגט ער מיר, אנגליש געמישט מיט לשון קודש'דיגע און אידישע ווערטער, אזוי ווי חרדי'שע יודן רעדען.
ער זאגט מיר ער העלפט צי אן ארגינזאציע וואס טיילט פאר משפחות פון חולי ישראל, און זיי שיקן יעצט פאר משפחות וואס ס'דא איינער אין שפיטאל, שטעלען זיי צי די הייסע ווארעמע עס'ן שבת, יו''ט, און נאכטמאל יעדער טאג.
ער טראגט יעצט די קאסטענעס ארויף צי 2 משפחות רח"ל מיט קינדער וואס שלאגען זיך פאר זייער לעבען, און די עלטערן זענען פארנומען לויפ'ן און ברענגען פון דאקטער צום שפיטאל, וכו' וכדומה, ביידע ליידער אויף איין גאס.
פרעג נעם איך פון איהם אראפ א קאסטען און איך בין מקיים דעם עזוב תעזוב עמו, אין איך גיי מיט איהם, און ער רעט מיט מיר, ווי א ערליכע יוד.
ער האט הנאה איז ער זעט מ'גייט לערנען פאר שבת, און אפשר זאל ער אנהייבען אזוי טוהן.
אין איך זעה ער יאגט זיך אויכט באמת שוין פון לאנג א היים, זיך ציגרייטן פאר די הייליגע גאסט שבת קודש.
ווען איך האב דאס געזען פרעג איך עם איידעלער אהייט. זאג נאר די גייסט אן א קאפל, זעסט אויס ווי א ריכטיגע שגץ, און די רעדסט אזוי ערליך?
איך בין ממשיך און זאג עם, ציערשט האב איך געמיינט אז די ביסט א גוי, דארנאך א אפגעפארן יונג, און נאך דעם א בחור וואס גליטשט רח"ל אין אידישקייט, אבער פארט זיין אידישע הארץ צוהט איהם צי העלפן אנדערי יודן, און יעמט זעה איך גאר אז די ביסט א ערליכער בעל משפחה, און איך האב באמערקט ווען איך האב איהם געזען אראפ לייגן די קעסטעלעך מיט די מטעמים לשבת ביי די טירן ווי ער נעמט ארויס א כשר'ע טלפון צי רופ'ן זאג'ן אז ער איז דא.
זאגט ער מיר, ווארט צי 2 מינוט און די וועסט אלעס פארשטיין.
בין איך געגאנגען און דער ווייל צי דער 2 אדרעס אראפ געלייגט די קאסטן פאר די טוהר, און געזען פון די ווייטענס ווי ביי די 1'טע משפחה עפענט די טיר א קליין קינד.
ער זאגט א פרייליכע גוט'ן ערב שבת,און גייט אריין, ער קומט ארויס 2 מינוט שפעטער.
נאך די טוהר פארמאכט זיך קומט ער אראפ צי גאס און זאגט ער מיר אזוי:
איך גיי שוין יארן יעדער וואך טיילן עסען.
די סדר איז אויף ערבי שבתות, אז אויב די עלטערן זענען נישט בנמצא אדער זענען פארנומן ווען מקומט אן צי א טיר מיט די עסי'ן אויף די אקסעל, גייט מען אריין און מאיז מסדר די בלעך און משטעלט ארויף אויף די בלעך די מאכלים וואס דארף זיין הייס.
דאס וואס מדארף, און מלייגט אריין אין פריגעדיר דאס וואס מדארף דארט אריין לייגן, אויב ס'דא עפעס פאר די פריזער לייגט מען דאס דארט.
און דערנאך לייגט ער א צעטל מיט אלעס וואס ער האט געברענגט, אויף די טיש און ווי ער האט אלעס געלייגט און ער גייט ארויס.
פרעג איך איהם, אבער פארוואס זעסט די אויס ווי ט א גוי? די גייסט דאך מיט א היט'ל אן מזאל זעהן דיין קאפל.
ענטפערט ער מיר אזוי.
איך גיי אלעמאל מיט די גאנצע יודישע טראגע, (ער איז א ליטווישער יונגערמאן, אבער מאכט גאר א ערליכער רושם), ער זאגט מיר זיין נאמן, און כאפ איך קען דער נאמען פון ערגעטס. פרעג איך עם, פון ווי קען איך דיין נאמען, בקיצור דער יוד איז א יונגער ראש כולל, און א גרויסע ערליכער תלמוד חכם. די תמיהה האלט און איין גרעסער ווערען.
איך פלעג גיין מיט די גאנצע היימישע טראגע ווען איך האב דאס געטוען, און נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, זענען די טאטע אדער מאמער אן געקומען און מיטן מיין מסדר זיין זייער צרכי שבת, און זיי האבן זיך גאר שטארק געשעמט.
נישט קענען ציקוקען זייער זיך שעמען, אז א צווייטע יונגערמאן שטייט און פארעוועט זיך ביי זיי אין קאך. האט ער מחליט געווען, זעך מבזה זיין אנשטאטס די משפחות פון חולי ישראל.
יעדער ערב שבת נאך מיטאג, נישט מער נישט ווייניגער טוהט אן היטל אויפן קאפ פארשטעקט זיין ציצית אונטער די העמד, און טון אן א קאלירט העמד ווי די ערלים, אדער אפגעפארענע וואלטן געגאנגען, אנגעשטוהן. שעמען זיך שוין נישט די עלטער'ן און זיי זאג'ן עם א גוט ווארט איהם "מקרב צי זיין".
מאכט זיל אליין אן א ים פון בזיונות, כדי נישט מבייש זיין א צווייטער יוד.
אזוי ווי ער ענדיגט מיר דאס זאגן (ער האט עס מיר געזאגט אזוי בדרך אגב'דיגע אינמיטן צי לויפן צי די אנדערע טוהר, ווי איך האב אראפ געלייגט די אנדערע קאסטען, ס'האט מיר אויסגעזען ווי ער זעט נישט די גדלות און זיך מבזה זיין אזוי שטארק, למנוע ביוש פון א אנדערע יוד.
האב איך איהם געבעטען א ברכה פאר מיינע 2 פארשטעקט ידידים פישל'ן און מיילעך'ן און פאר נאך א חולה וואס איז זקוק לרחמי שמים. האט ער ערשט געטענה'ט ער דארף גאר א ברכה פון ענק, האב איך געזאגט קען זיין, אבער ער זאל ענק אויכט אנווינטשען און דאווענען פאר ענק, האט ער אראפ גענומען ענקער נעמען און געזאגט ער וועט דאווענען פאר ענק.
אבער וואס איך האב מיר געלערנט פון די מעשה איז
1.מען טאר קיינמאל נישט דן זיין א צווייטער יוד, אפילו ווען מ'זעט און ווייסט קלאר די עוולה וואס יענער טוהט. ווייל מ'ווייסט באמת נישט, מ'מיינט אז מ'ווייסט.
2. ווי מ'דארף זארגן נישט מצער זיין אן אנדערע יוד
3.אז בזיונות אויב מ'נעמט דאס ריכטיג איז גאר א גוט'ע זאך פאר א מענטש, ס'נעמט אווער א סאך צרות וואס א מענטש דארף אריבער גיין קען ער פטר'ן מיט די בזיונות.
איך בין זיכער אז ענק ביידע טראכטן א סאך ווען אונז גיין ארויסגיין גייט די גאנצע וועלט וויסן אלעס וועגען מיר, און איך קען זיין וועל איך פירן צימאל אביסל מבוזה. זאלן ענק געדענקען בזיונות האט אין אירע אינהאלט 2 גרויסע מעלות. 1 אויב ס'באשערט יסורים זאל די בזיונות די מכפר זיין 2, ס'לערנט דיר אויס נישט נתפעל ווערען פון וואס יעדער זאגט, און זיין שטארק ביי זיך אפילו צווישען אנדערע מענטשן וואס זיין היימישע יוד'ן, נישט פוהלן געפאלען ביי זיך.
4. דער יוד איז שוין גלייך געווען פארנומן אויס רעכענן ווי לאנג ס'וועט עם געדוירען זיך גרייטן צי קענען גיין ווי שנעלער און בית מדרש לערנען זיך ציגרייטן דארך די הייליגער תורה פאר די שבת קודש המשמש ובא. דהיינו מדארף נישט מורא צי אנעמען א גוט'ע זאך ער האט געזען ביי א צווייטע יוד אפילו ער איז ממש א עוסק במצוה.
די עיקר סיבה איך שרייב דאס צי ענק, כדאי ענק זאלן האבן עפעס צי ליינען, אבער ס'דא אין דעם א פאר שיין זאכן צי נעמן פון דעם.
למעשה, לאמיך רעדן צי ענק מיינע טייערע ברידער, ענק מסתמא פיהלן א ביסל ציבראכן ביי זיך, אז ענק עלטערע ברידער ידידיה האט אפגעפוצט קיין אמעריקה מיט זיין 3 קינדערליך. ווייל ענק שפירן אז ענק בלייבן מער און מער אליין.
די אמת איז, אז ס'פונקט פארקערט, די מציאות איז, אז יעדער וואס גייט ארויס, מאכט מבית ומבחוץ א משונה'דיגע פרעשור ענק ארויס צי לאזן.
ציערשט די ריגירונג וויל שוין זעהן די פרשה דערנאך, און יעדער קינד וואס גייט ארויס ווערען זיי מער און מער נאכגיבעדיג צי די עסקנים וואס ארבעטען ענק צי ארויסזיין פון דעם קאשמאר.
און די עסקנים פון די אנדערע זייט שפירן ווי מ'מוז מער איין רייסען מיט שתדלנות.
און אזוי אויכעט דער צד וואס האלט צירוק זעט געצווינגענערהייט מער און מער די פאקט, אז אפילו ידידיה איז שוין געגאנגען קיין אמעריקה וואוינען.
ובעיקר, אז כלל ישראל שפירט מער און מער ענקער וויי געשריי, און דאווענעט צי בורא כל עולמים פאר ענק.
איין מער זאך האב איך געוואלט זאגן אלימלך ברוך (פישל ששש....הער נישט צי ס' א סוד פאר מייליך'ן אליין די מעגסט נאר ליינען

)
ווען איך בין געווען יענער דאנערשטיג אין די זוי איך האב ענק פארציילט וועגען. האב איך אויכעט געזען 2 בת היענה'ס איך קען נישט א נאמען דעראויף אין אידיש, אויף ספאניש רופט מען דאס א "אוועסטרוז" און אנגליש א "אסטריטש", האב איך געזען ווי זיי דרייען זיך ארום אהין און צירוק, ציזעמען מיט די ג'יראפעס.
אין איך טראכט מיר, וויפיהל מאל דרייט זיך מיילעך ברוך ארום בחוסר מעש, אהין און צירוק, ווייל ער איז פארשלאסן אין א שעלטער אזוי ווי און א שטייג?
(פישל, איז 2 יאר גרעסער און דרייט זיך אויכט ארום, אבער ער טאר נישט הערען דעם בריוו נאר ליינען האב איך אנגעכאפט מיילעך ברוך

)
שפעטער האב איך געזעהן ווי מ'ווארפט זיי ספעס אריין צי עס'ן האבן זיי ביידע אהין געפלויגן מיט די גאנצע קראפט מיט א שנעלע פלינקייט צי כאפן די עסן.
טראכט איך צי מיר, פישל'ע מיט אלימלך'ל ברוך'ל דער מינוט זיי גיין ארויס גיין וועלען זיי אויף שיינען און בליען אזוי שיין.
אבער זיי זענען אסאך קליגער ווי די בת היענה, און זיי האבן
יא א תכלית אין לעבן, און זיי ברענגן אריין די באשעפער דארט ביי די גוי'שע שעלטער, און זיי ווייסן אז יעדער מינוט דארט איז א הכנה צי די ישיבות זיי וועלען בעזרת ה' אנקומען בקרוב צו. מיר אלע ווארטן אויף ענק. איך קען שוין קוים ווארטן צי הערין אז ענק זענען אויף דא קיין אמעריקה
@גרינטליך