נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

טייערער פריינט,

מארגן איז דער טאג פון די וואלן אין ניו יארק סיטי.

דאס איז דיין לעצטע געלעגנהייט זיך צו לאזן הערן.

מיר בעטן דיר — ביטע גיי ארויס שטימען מארגן, און ערמוטיג דיין משפחה און פריינט צו טון דאס זעלבע.

די וואלן זענען קריטיש פאר אונזערע ציבור, די רעזולטאטן וועלן האבן א לאנג-טערמיניגע השפעה אויף אונזערע ישיבות, אונזער זיכערהייט, און אונזער גאנצן לעבנס-שטייגער.

אויב מיר קומען נישט ארויס צו די וואל-פלעצער, פארלירן מיר די געלעגנהייט צו ווערן געהערט — און די שאנס צו אוועקשטעלען אונזער צוקונפט.

דעריבער ביטע גיי ארויס און שטים!

די וואל-פלעצער זענען אפן פון 6 אינדערפרי ביז 9 ביינאכט.

צו טרעפן אייער וואל לאקאציע פאר מער אינפארמאציע

אגודת ישראל איז א 501c3 נאן פאר פראפיט ארגאנאזאציע און איז פארבאטען לויטען געזעץ צו אינדארסירען סיי וועלעכע קאנדידאט אדער פארטיי
unnamed (13).jpg
unnamed (13).jpg (246.28 KiB) געזען געווארן 680 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:49 pm
סענאטאר טאם קאטן שטעלט אפ דעם געזעץ צו פערמענאנט איינפירן דעם זומער צייט

טראץ דעם וואס די רעגירונג איז יעצט צוגעשפארט, האט דער סענאט נעכטן פרובירט דורכצושטופן א געזעץ וואס זאל מאכן דעם זומער צייט פערמענאנט. אבער סענאטאר טאם קאטן, געטריי צו זיינע פריערדיגע ערקלערונגען, האט נאכאמאל פארמיטן אז דער פארשלאג זאל פאראויס גיין. שוין פאר פילע יארן האט אגודה כסדר ארויסגעברענגט זארגן וועגן די סכנות פאר קינדער וואס גייען צו די שולע אין די פינסטער און ווי אזוי א פערמענאנטער זומער צייט וואלט געווירקט אויף אידישע מנהגים.
ווי אזוי Permanant DST וואלט אויסגעקלאפט אויף אידן

שטעלט אייך פאר אויב די זין וואלט נישט אויפגשאנט ביז 8 אדער 9 אינדערפרי. ווי וואלט דאס געווירקט אויף די טעגליכע מנינים אין אייער שול? און ווי וואלטן ערליכע אידן געקענט אנקומען צו די ארבעט אדער סקול אין צייט אויב די דאווענען צייטן וואלטן געווען אזוי שפעט?

אויב מען וואלט געמאכט דעם "דעילייט סעיווינג טיים" (DST) פערמענענט, וואלט עס געווארן א מציאות פאר אסאך אידישע קהילות איבער די פאראייניגטע שטאטן.

ווען מיר רוקן די זייעגר א שעה פריער די יעצטיגע טעג, איז זייער וויכטיג צו פארשטיין די פראבלעמען פון א פערמענענטע DST.

א גרויסע פראבלעם אויב דער "דעילייט סעיווינג טיים" זאל ווערן פערמאנענט, וואלט געווען די השפעה אויף תפילה. אין געוויסע געגנטער פון די פאראייניגטע שטאטן וואלט די נץ החמה פארקומען נאך 9 אזייגער אינדערפרי פאר עטליכע וואכן דורכאויס ווינטער, און נאך 8 אזייגער פאר א נאך לענגערע צייט (קליקט דא צו זען א טאוול). דאס וואלט געמאכט שווער פאר געוויסע שולן און קהילות צו צוזאמשטעלן א שחרית מנין, און אסאך איינצלנע וואלטן געהאט שוועריגקייטן צו דאווענען מיט א מנין, אדער אפילו בכלל צו דאווענען, ספעציעל די וואס דארפן אנהייבן ארבעטן פרי.

נאך א פראבלעם מיט שטענדיגע "דעילייט סעיווינג טיים" איז אז עס וואלט געמאכט אז אסאך קינדער דארפן פארן צו די סקול אין פינסטערניש. טאקע, אין די 1970'ער יארן האט קאנגרעס צוריקגעצויגן א געזעץ וואס האט איינגעפירט פערמאנענטע "דעילייט סעיווינג טיים" נאך צענדליגער באריכטן פון קינדער וואס זענען פארוואונדעט געווארן ביים פארן צו סקול אויף פינסטערע גאסן.

בשנת תשל"א , האט הגאון הגדול און פוסק הדור רבי משה פיינשטיין זצ"ל געשיקט א תשובה צו העסקן הדגול הרב משה שערער ז"ל, וועלכער איז דעמאלט געווען דער פרעזידענט פון אגודת ישראל. די תשובה האט אדרעסירט די שאלה בנוגע א פריערדיגע לעגיסלאטיווע פרואוו צו מאכן דעם "דעילייט סעיווינג טיים" פערמאנענט. רבי משה האט ארויסגעברענגט די שוועריגקייטן וואס עס וועט ברענגען פאר תפילה בציבור פאר די וואס ארבעטן. ער האט געשריבן אז עס איז קלאר אז מען דארף זיך קעגנשטעלן אזא געזעץ מיט אלע מעגליכע שתדלנות מיטלען, זאגנדיג אז עס וואלט געווען "א עכטע גזירה אויף די תפילות פון די יראי ה'."

unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (357.65 KiB) געזען געווארן 637 מאל

אין די לעצטע יארן, איז געווען א באוועגונג צו מאכן "דעילייט סעיווינג טיים" (DST) פערמאנענט. אזוי ווי אין די פארגאנגענהייט, האט אגודת ישראל געשפילט א וויכטיגע ראלע אין ארויסברענגען די ספעציעלע און שטערנדע שוועריקייטן וואס א פערמאנענטע DST וואלט פאראורזאכט פאר די ערליכע אידישע געמיינדע, וואס האט דערנאך געשטערט די פארשריט דערפון אין קאנגרעס. די פארגאנגענע וואך, האט סענאטאר טאם קאטן (פון ארקענסא) אפגעשטעלט אן אפשטימונג צו שטופן פאראויס דעם "סאנשיין פראטעקשן עקט", וואס וואלט ערלויבט פאר שטאטן צו מאכן DST פערמאנענט. מיט עטליכע יאר צוריק, האט סענאטאר קאטן צוגעזאגט פאר א גרופע פון אגודה פירער אז ער וועט בלאקירן סיי וועלכע אזא אינציאטיוו אזוי לאנג ווי ער דינט אין די פאראייניגטע שטאטן סענאט, און מיר האבן אים געדאנקט די וואך פאר'ן האלטן זיין צוזאג.

צו הערן דעם סענאטער

download.png
download.png (81.13 KiB) געזען געווארן 637 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

unnamed (15).jpg
unnamed (15).jpg (215.96 KiB) געזען געווארן 634 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

2548.JPG
2548.JPG (4.11 KiB) געזען געווארן 579 מאל

סטעיטמענט פון אגודת ישראל אויף די מעיאר וואלן אין ניו יארק סיטי

י"ד חשון תשפ"ו למספרם Nov 5 2025

דעי ווילער האבן גערעדט, און אגודת ישראל אוו אמעריקע וואונשטש פאר אלע וואס זענען ערוויילט געווארן אין די יעצטיגע וואלן.

א באזונדערע נקודה פון די וואלן איז געווען די שטארקע באטייליגונג פון די היימישע ציבור אין ניו יארק סיטי. הונדערטער טויזנטער האבן זיך באטייליגט, אריינגערעכנט א גרויסע צאל וואס האבן זיך רעגיסטרירט און געשטימט צום ערשטן מאל. קהל'ישע ארגאניזאציעס איבער פלעטבוש, קווינס, בארא פארק, פאר ראקאוועי, און איבעראל אין די שטאט, צוזאמען מיט אגודת ישראל, האבן ארויסגעברענגט וויילער דורך א שטארקע, פארצווייגטע "ארויסברענגען די שטימעס" קאמפיין. די שטארקע באטייליגונג, וואס איז געווען העכער אפילו פון די שוין העכערע באטייליגונג ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג, ווייזט ארויס א טיפן געפיל פון אחריות. עס ווייזט קלאר אז מען פארשטייט אז די קול פון די עולם, וואס ווערט אויסגעדרוקט דורכן שטים-צעטל, איז סיי וויכטיג און סיי נויטיג.

די הונדערטער טויזנטער וויילער זענען געווען מאטיווירט דורך טיפע זארגן. זיי זענען געווארן אויפגערודערט דורך די שטייגנדע פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם, און די זיכערהייט פון זייערע משפחות, זייערע מוסדות, און זייערע געגנטער. זייער שטארקע באטייליגונג האט געדינט אלס א קלארע מעסעדזש אז די קריטישע ענינים דארפן אדרעסירט ווערן און קענען נישט איגנארירט ווערן.

אין זיין נצחון רעדע נעכטן נאכט, האט דער ניי-ערוועלטער מעיאר מאמדאני צוגעזאגט צו "בויען א סיטי האל וואס שטייט פעסט צוזאמען מיט אידישע ניו יארקער און שפאצירט נישט אוועק פון דעם קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם." אגודת ישראל — וואס פארטרעט די זארגן פון הונדערטער טויזנטער היימישע אידן — וועט ארבעטן צוזאמען מיט דער אדמיניסטראציע צו פארזיכערן אז די צוזאג ווערט פולשטענדיג מקוים. מיר וועלן זיך באציען קאנסטרוקטיוו מיט דער אריינקומענדער אדמיניסטראציע, ממשיך זיין אונזער צענדליגער-יעריגע שתדלנות פאר אונזערע משפחות, אונזערע מוסדות, און אונזער דרך החיים.

כאטש מיר זענען מחויב צו טון אונזער חלק, זיך אריינלייגן אין ציבור'ישע ענינים, און געבן אונזער גאנצע כח, אזוי ווי מיר האבן געטון, איז אבער לסוף, אלס תורה-טרייע אידן, אונזער אמונה אינגאנצן מיטן בורא עולם. מיר פארשטייען אז טראץ וואס מיר פירן זיך אחריותדיג, איז אונזער צוקונפט אינגאנצן אין זיינע הענט.

unnamed (4).png
unnamed (4).png (280.88 KiB) געזען געווארן 579 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

unnamed (16).jpg
unnamed (16).jpg (369.66 KiB) געזען געווארן 553 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

באגריסונג צום גאווערנער עלעקט פון ניו דזשערזי אויף איר געווינס

אגודת ישראל'ס ניו דזשערזי אפיס גראטולירט די נייע גאווערנאר-עלעקט מיקי שעריל אויף איר זיג אין היי-יאריגן גאווערנאר וואלן און שיקט איר די בעסטע וואונטשן בשעת זי גרייט זיך צו איבערנעמען די וויכטיגע אחריות פון פירן אונזער סטעיט.

"מיר האבן געהאט די געלעגנהייט צו ארבעטן מיט גאווערנאר-עלעקט שעריל פריער בשעת איר צייט אין קאנגרעס, און מיר האבן זייער געשעצט איר צוגענגליכקייט און גרייטקייט צו הערן די זארגן פון אונזער ציבור," האט געזאגט ר' שלמה שאר, דירעקטאר פון אגודת ישראל'ס ניו דזשערזי אפיס.

"מיר ערווארטן ווייטער צו בויען אויף יענע פאזיטיווע באציאונג מיט גאווערנאר-עלעקט שעריל און צוזאמענארבעטן אויף ענינים וואס באטרעפן ניו דזשערזי'ס אידישע קהילות בשעת זי גייט אריבער צו איר נייע ראלע," האט שאר צוגעלייגט.

מיר זענען אויך ספעציעל דערמוטיגט דורך דעם אויסערגעווענליך הויכן וויילער באטייליגונג אינערהאלב אידישע קהילות איבער'ן גאנצן סטעיט. טראצדעם וואס די אלגעמיינע סטעיט באטייליגונג איז באדייטנד געשטיגן פארגלייכט מיט פריערדיגע גאווערנאר וואלן, האט אונזער עולם געזען באטייליגונג שטאפלען וואס האבן איבערגעשטיגן ערווארטונגען, וואס ווייזט א שטארקע איבערגעגעבנקייט צו בירגערליכע באטייליגונג און צו באאיינפלוסן די צוקונפט פון אונזער סטעיט.
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
קאכעדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
Location: אריין די קארנער
x 205

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך קאכעדיג »

אין די ציוניסטישע צייטונג 'טיימס אף איזראעל' א שארפע מעסעדש צו אגודת ישראל אין אמעריקא:

אז אגודת ישראל מוז פארדאמען די סאטמאר פראקציע וועלכע האבן געשטיצט מאמדאני...! [נישט ווייל ער איז פראו-תועבה, נאר ווייל ער איז נישט קיין מדינה סימפאטיקער...]
און אויב אגודת ישראל וועט דאס נישט פארדאמען דאן קענען זיי זיך מער נישט פארופען אז זיי רעדן בשם כל ישראל...!

Agudath Israel Must Condemn the Satmar Faction That Supported Zohran Mamdani

Agudath Israel cannot pretend this is a “Satmar matter.” Silence here is endorsement. Failure to condemn is partnership.

If the Agudah leadership shrugs this off as another “local issue,” they forfeit their moral claim to speak in the name of klal Yisrael.
פיילס
TOI.png
TOI.png (227.11 KiB) געזען געווארן 455 מאל
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 366
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 313

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך פארטריבן »

קאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 10:28 pm אין די ציוניסטישע צייטונג 'טיימס אף איזראעל' א שארפע מעסעדש צו אגודת ישראל אין אמעריקא:

אז אגודת ישראל מוז פארדאמען די סאטמאר פראקציע וועלכע האבן געשטיצט מאמדאני...! [נישט ווייל ער איז פראו-תועבה, נאר ווייל ער איז נישט קיין מדינה סימפאטיקער...]
און אויב אגודת ישראל וועט דאס נישט פארדאמען דאן קענען זיי זיך מער נישט פארופען אז זיי רעדן בשם כל ישראל...!

Agudath Israel Must Condemn the Satmar Faction That Supported Zohran Mamdani

Agudath Israel cannot pretend this is a “Satmar matter.” Silence here is endorsement. Failure to condemn is partnership.

If the Agudah leadership shrugs this off as another “local issue,” they forfeit their moral claim to speak in the name of klal Yisrael.
אינטערעסאנט אז זיי באציען זיך כלפי אגודת ישראל כאילו זיי האבן אנגענומען א שטילקייט, און אז זייער סיילענס\שטילקייט אין אזא פאל איז אן אינדארסמענט.
איך זעה אז זיי זענען בכלל נישט שטיל, נאר דא איז געווען אראפגעברענגט וואס זיי האבן ארויסגעלייגט א סטעיטמענט נאך די וואלן וואו זיי ברענגען נאך מאמדאני'ס ווערטער אז גייט באשיצן די אידן פון אנטיסעמיטיזם, און אז אגודת ישראל וועט מיטארבעטן מיט די מאמדאני אדמיניסטראציע דאס זיכער צו מאכן.

(אגב, די שארפע רעטאריק פון דעם איזראעלישן צייטונג, ווי אויך פון אנדערע עקסטרעם ציוניסטישע פאליטיקאנטן דאהי אין ניו יארק, וואס טוען אראפרייסן און אטאקירן דעם ניי ערוועלט מעיאר מאמדאני, כאילו ער איז א אידן פיינט און אנטיסעמיט, דאס אליין קען גאר ח"ו גורם זיין דאס מערסטע שנאת ישראל ביי די גויים דאהי אין ניו יארק וואס מיר זענען ביי זיי אין גלות, כידוע וואס אלע גדולי ישראל האבן געזאגט קעגן די אלע ציוניסטן נאך פון אנהייב די רעיון הציוני וואס האבן כסדר געשפילט דעם קאזאק הנגזל און געוויינט אנטיסעמיטיזם, אז זיי האבן גאר אליין מיט זייערע פעולות נאך די מערסטע אויפגערייצט די אומות העולם און גורם געווען די גרעסטע שנאת ישראל כידוע.)
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

פארטריבן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:25 am

אינטערעסאנט אז זיי באציען זיך כלפי אגודת ישראל כאילו זיי האבן אנגענומען א שטילקייט, און אז זייער סיילענס\שטילקייט אין אזא פאל איז אן אינדארסמענט.
איך זעה אז זיי זענען בכלל נישט שטיל

אגודת ישראל זייענדיג א 501c3 נאן פאר פראפיט ארגאנאזאציע טאר לעגאל נישט אינדארסירען אדער גיין קעגן סיי וועלעכע קאנדידאט וכך הוה
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (33.51 KiB) געזען געווארן 366 מאל

וויכטיגע אינפארמאציע בנוגע פאליאטיוו/סופערטיוו הילף

פרעג א דעת תורה וואס פארשטייט צו די ענינים. איידער א חולה אדער משפחה באטראכט פאליאטיוו קעיר, איז זייער וויכטיג קודם צו פרעגן א שאלת חכם. כאטש פאליאטיוו קעיר קען האבן געוויסע מעלות, ברענגט עס אויך מיט זיך באזונדערע הלכה'דיגע שאלות וואס פאדערן גרויס פארזיכטיגקייט און ריכטיגע הלכה'דיגע הדרכה.

פאליאטיוו קעיר האט דעם ציל צו פארבעסערן באקוועמליכקייט און לעבנס-קוואליטעט פאר מענטשן וואס מוטשען זיך מיט ערנסטע קרענק. אפטמאל קען עס געגעבן ווערן אינאיינעם מיט נערונג און וויכטיגע, לעבן-פארלענגערנדע באהאנדלונגען ווי כימאטעראפיע, דיאליזיס, ווענטילעיטאר הילף, אדער כירורגיע.

כאטש דער טערמין "פאליאטיוו/סופארטיוו קעיר" מיינט צו געבן שטיצע און ווייטאג-פארלייכטערונג כדי צו פארמינערן דעם חולה'ס אומבאקוועמליכקייט אן אויפהערן באהאנדלונג, אין פראקטיק, טוישט זיך אפט דער צוגאנג פון לעבן-פארלענגערנדע קעיר צו "קאמפארט קעיר." דאס פירט דערצו אז באקוועמליכקייט ווערט פריאריטיזירט איבער לעבן-פארלענגערונג, וואס ברענגט אפט שנעלערע באשלוסן צו באגרעניצן קעיר. געוויסע העלטקעיר פראוויידערס האבן פארארטיילן קעגן אגרעסיווע קעיר און קענען פרובירן צו איבעררעדן א שוואכן חולה אדער אן עמאציאנעל אויסגעמוטשעטן משפחה מיטגליד צו מסכים זיין צו עפעס וואס שטימט נישט מיט תורה'דיגע ווערטן.

דערצו, געוויסע פאליאטיוו קעיר פראטאקאלן דערמוטיגן נישט אדער פארמיידן אפילו באהאנדלונגען וואס ווערן באטראכט אלס "צו שווער," ווי אינטובעישאן, דיאליזיס, ריסאסיטעישאן, אדער אפילו נערונג. שמועסן מיט חולים און משפחה מיטגלידער ווערן אפט געפירט אויף אן אופן וואס זאל זיי אפרעדן פון ברייטע אדער פאסיגע באהאנדלונג מאסנאמען וואס דער חולה זאל כלומר'שט נישט אויסוועלן, אנשטאט צו געבן אומפארטייאישע אפציעס און רעספעקטירן בארעכטיגטע חולה אויטאנאמיע.

מען זאל געבן ווייטאג-מעדיצינען און בארואיגונגס-מיטלען נאר מיט א שאלת חכם פון א רב וואס פארשטייט צו מעדיצינישע ענינים. צו פארגרינגערן ווייטאג איז א וויכטיגע און הלכה'דיגע ערלויבטע זאך, אבער אומריכטיגע דאזעס קענען חלילה אפשוואכן דעם אטעם און אפילו פארשנעלערן דעם טויט. די ריכטיגע דאזעס פון שטארקע ווייטאג-מעדיצינען וועלן אפטמאל געבן גוטע הקלה אן קיין סכנה פאר'ן חולה'ס לעבן.

אין געוויסע שפיטעלער זענען "פאליעטיוו קעיר" און "האספיס קעיר" שטארק פארבינדן, און משפחות פארשטייען נישט אז ווען מ'וועלט אויס איינס, קען עס פירן צום צווייטן, וואס ברענגט אפט צו אויפהערן מיט היילונג באהאנדלונגען. די יעצטיגע אינשורענס פאליסיס מאכן עס זייער שווער צו באקומען פאליעטיוו קעיר אינדערהיים, וואס פירט אפט דערצו אז פאציענטן ווערן ארויסגעשיקט אהיים אויף האספיס אן צו פארשטיין אינגאנצן וואס דאס מיינט.

חיים ארוכים - אונזערע ערפארענע רבנים זענען מומחים אין מעדיצינישע הלכה און זענען גרייט אייך צו העלפן און אייער דאקטער דורך די דעליקאטע און וויכטיגע באשלוסן. די סכנה איז פשוט צו גרויס צו פארמעסטן זיך מיט די שוועריקייטן אן קיין הדרכה.

חיים ארוכים 24-שעה האטליין: 718-278-2446 ספרדי'שע אפטיילונג 347-578-8200
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:38 pm
אגודה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:49 pm
סענאטאר טאם קאטן שטעלט אפ דעם געזעץ צו פערמענאנט איינפירן דעם זומער צייט

► Show Spoiler

ווי אזוי Permanant DST וואלט אויסגעקלאפט אויף אידן

► Show Spoiler
אגודת ישראל דרוקט אויס קעגנערשאפט צו אנהאלטן זומער זייגער פאר א גאנץ יאר ביי סענאט טראנספארטאציע קאמיטע הירינג

ניו דזשערסי - מאנטאג איז פארגעקומען א הירינג אין די ניו דזשערסי סטעיט סענאט טראנספארטאציע קאמיטע איבער ביל נומער 1510 וואס איז פארגעשלאגן געווארן מיט צוויי יאר צוריק, וואס טוהט פארשלאגן אז די זומער זייגער זאל אנגיין א גאנץ יאר אין די סטעיט, אויב טוהט די פעדעראלע רעגירונג באשטעטיגן אן ענליכע געזעץ ׳די זונשיין פארזיכערונג אקט׳ וואס ליגט אויפן טיש אין סענאט אין וואשינגטאן און פארמאגט שטיצע פון סענאטארן פון ביידע פארטייען.

אגודת ישראל האט אראפגעשיקט דער לעגיסלאטיווער דירעקטאר ר׳ שלמה שור צו פארשטעלן די קעגנערשאפט פון די אידישע געמיינדע אין ניו דזשערסי קעגן דעם געזעץ, ר׳ שלמה האט ערקלערט פאר די סטעיט סענאטארן אז אויב גייט אזא געזעץ אריבער וועט דאס דיסקרימינירן אידן וואס וועלן נישט קענען אנקומען צו די ארבעט אין צייט, דאס איז וויבאלד די נץ החמה וועט מיט די זומער זייגער אין די ווינטער סעזאן אויסקומען צווישן 8:00 און 8:30 וואס מיינט אז מען וועט נישט קענען אריינגיין צו די ארבעט אין צייט זייענדיג נאך ביים דאווענען, די קאמיטע ספיקער האט אנגענומען די ארגומענטן און געזאגט אז מען וועט דאס דעבאטירן ביי א קומענדיגע געלעגנהייט.

@זעמל נייעס
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (33.51 KiB) געזען געווארן 301 מאל

א וויכטיגע מעלדונג פאר מעדיקעיר באקומער און אפליקאנטן

פון אקטאבער 15 ביז דעצעמבער 7, קומט פאר די "מעדיקעיר ענראלמענט פיריאד". רוב אמעריקאנער בירגער פון 65 יאר און העכער זענען בארעכטיגט פאר מעדיקעיר דעקונג. מעדיקעיר חלק A, B, און D דעקן אלע די קאסטן פארבינדן מיט מעדיצינישע באהאנדלונג, שפיטאל אויפהאלטן, רעהאביליטאציע, אוטפעישענט סערוויסעס, און פרעסקריפשאנס. כאטש רוב סערוויסעס ווערן געדעקט ביז 80%, קען מען דורך מעדיקעיר A, B, און D מיט א שטארקע צוגאב פאליסי, פארגרעסערן די דעקונג ביז 100%.

אין די לעצטע יארן, האבן אסאך אינשורענס קאמפאניס שטארק געשטיפט מעדיקעיר בענעפיטארן זיך איינצושרייבן אין "מעדיקעיר אדוואנטעדזש" אדער "מעדיקעיר קאמפליט" מענעדזשד קעיר פלענער. מען פארזיכערט די באטייליגטע אז זיי וועלן נישט דארפן טוישן זייערע העלטקעיר פראוויידערס און אז אלע זייערע פרעסקריפשאנס וועלן זיין געדעקט. א גרויסע צוציאונג איז אז, אנדערש ווי צוגאב פאליסיס, קומען די פלענער מיט קיין שום חודש'ליכע קאסט פאר די איינגעשריבענע. אינשורענס קאמפאניס שטעלן אויך אריין נאך בענעפיטן אזוי ווי ברילן. אסאך עלטערע מענטשן שרייבן זיך איין פאר די פלענער, און זענען אריינגעלאקט אין דעי פלאן ביז די קומענדיגע אפען ענראלמענט פיריאד.

צו גוט צו זיין אמת?

יא, די פלענער האבן ערנסטע פראבלעמען

אסאך גרויסע שפיטעלער נעמען שוין נישט אן קיין סאך מענעדזשד קעיר פראגראמען. דאס מיינט אז אויב דו זוכסט די בעסטע דאקטוירים, וועט דיין האספיטאליזאציע און דער סורדשען פון דיין אויסוואל נישט זיין געדעקט.

מיט רעגולערע מעדיקעיר (די ווייסע קארטל מיט רויטע און בלויע סטרייפס), דארפן טעסטן ווי עם.אר.איי., סי.טי. סקענס, און אי.אר. פראצעדורן נישט קיין פריערדיגע באשטעטיגונג. מענעדזשד קעיר, אבער, קען אפזאגן סיי וועלכע פון די פראצעדורן לויט זייער אייגענעם באשלוס.

אויב איינער, השם ישמור, ליידט פון א הארץ אטאקע, סטראוק, אדער ענליכע עמערדזשענסי און דארף א ספעציאליזירטע ערהוילונגס פלאץ, וועלן רוב מענעדזשד קעיר פלענער דאס נישט באשטעטיגן. מיט טראדיציאנעלע מעדיקעיר איז די באשטעטיגונג פאר דעם נויטיגן סארט פלאץ אויטאמאטיש, אויב מען שטימט מיט די מעדיצינישע קריטעריעס.

ווען מ'ווערט 65 יאר אלט און מ'איז געזונט און שטארק, איז גרינג צו טראכטן אז מ'קען שפארן געלט און נאך אלץ באקומען גוטע אינשורענס, אלזוי פארוואס נישט? ליידער באקומט חיים ארוכים אפט טעלעפאן קאלס פון צוטרייסלטע משפחות וועמענס נאנטע האבן פלוצלינג געליטן פון א סטראוק, הארץ אטאקע, אדער מח טומאר ה"י. חיים ארוכים איז דא צו העלפן אונזער ציבור באקומען די העכסטע קוואליטעט באהאנדלונג. די מענעדזשד קעיר פראגראמען וועלן נישט דעקן אזא שטאפל פון באהאנדלונג, און לאזן איבער די משפחות מיט קיין אנדערע ברירה נאר צו באצאלן צענדליגער טויזנטער דאלארן פון זייער אייגענעם טאש.

אויב איר זענט איינגעשריבן אין מענעדזשד קעיר, איינמאל איר גייט אריבער דעם דעצעמבער 7 דעדליין, זענט איר פארפליכטעט פאר א גאנץ יאר. עס איז נישטא קיין מעגליכקייט צו מאכן ענדערונגען אינמיטן יאר.

רופט אייער מעדיקעל אינשורענס אגענט אדער מרת לאה באלד אויף 732-276-6590.
medicareleah@gmail.com
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 12:13 pm
The Agudah National Action Summit

The forum where actions will speak loudest.

Get in on the Action!
► Show Spoiler
אי"ה וועט מען צווישן אנדער הערן דרשות דורך

הגאון ר' אהרן לאפיאנסקי שליט"א

הגאון ר' דוד כהן ר"י חברון חבר המועצת פון דגל התורה

הגאון ר' אלי ברודני שליט"א חבר המועצת ור"י מיר פלעטבוש

הגאון ר' ראובן פיינשטיין ר"י ישיבה דסטעטין איילינד

הגאון ר' שלום קמינצקי ר"י פילדלפיה

הגאון ר' ארון רייך ר"י ישיבה דוואדלעיק

הגאון ר' יעקב בנדר ר"י דרכי תורה

כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א

אגודה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 6:58 pm
אגודה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 3:48 pm

זיך איינצושרייבען
1.JPG

דער אהייאו H3 ביזנעס הלכה סאמיט

דער נאציאנאלער H3 ביזנעס הלכה סאמיט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2018, מיט'ן ציל צו אויפהייבן דעם פארשטאנד פון די פארפלאנטערטע קאמפליקאציעס אין ביזנעס הלכה און השקפה. אזוי ווי די שוועריקייטן טוישן זיך שטענדיג, איז געווארן א געוואלדיגע געברויך פאר א שטארקע קוואל וואס זאל קענען געבן הדרכה און חיזוק. דער סאמיט איז געשאפן געווארן צו ערפילן דעם געברויך דורך צושטעלן צוטריט צו פילע וועלט-בארימטע רבנים, דיינים, און ערליכע פראפעסיאנאלן, וועלכע וועלן לערנען, ווייזן, און באלייכטן יעדן טייל פון דעם נושא. דער ערשטער אונטערנעמונג, וואס האט צוזאמגעברענגט אידישע ביזנעס אייגנטימער, פירער, און ארבעטער, האט געזען זיין ערשטע קאנפערענץ באגעגנט מיט אויסערגעווענליכע באגייסטערונג און הצלחה. פון זינט זיין אנהייב, האט דער סאמיט מיטגעמאכט א געוואלדיגע וואוקס אין ביידע פארנעם און השפעה. עס איז געוואקסן פון 150 באטייליגטע צו איבער 700, פארטרעטנדיג 450 אינדוסטריעס, און זיך פארברייטערט פון איין פלאץ צו קאנפרענצען אין 7 שטעט איבער דער וועלט, דער H3 סאמיט האט זיך פארוואנדלט אין א וועלטליכע באוועגונג. דורך זיך באטייליגן אין אן H3 סאמיט, ווייזן די באטייליגטע זייער איבערגעגעבנקייט צו אויפהאלטן די העכסטע הלכה'דיגע און השקפה'דיגע סטאנדארטן אין זייערע פראפעסיאנאלע לעבנס, בשעת זיי האבן אויך הנאה פון נייע פארבינדונגען און ווערטפולע נעטווארקינג געלעגנהייטן. מיר שעצן אייער באטייליגונג אין דער באוועגונג; עס קען זיך ארויסשטעלן אלס די מערסט באלוינענדע אינוועסטמענט פון אייער קאריערע.

Wednesday, November 12th, 2025
Cleveland, Ohio
The Ohio H3 Business Halacha Summit will begin at 9:30 AM and end at 4:30 PM
H325_Whatsapp_Schedule02.jpg
H325_Whatsapp_Schedule02.jpg (354.82 KiB) געזען געווארן 151 מאל
H325_Whatsapp_Schedule02.pdf
(203.55 KiB) נאכנישט דאונלאודעד
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 2:45 pm
אגודה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 12:13 pm
The Agudah National Action Summit

The forum where actions will speak loudest.

Get in on the Action!
► Show Spoiler
אי"ה וועט מען צווישן אנדער הערן דרשות דורך

הגאון ר' אהרן לאפיאנסקי שליט"א

הגאון ר' דוד כהן ר"י חברון חבר המועצת פון דגל התורה

הגאון ר' אלי ברודני שליט"א חבר המועצת ור"י מיר פלעטבוש

הגאון ר' ראובן פיינשטיין ר"י ישיבה דסטעטין איילינד

הגאון ר' שלום קמינצקי ר"י פילדלפיה

הגאון ר' ארון רייך ר"י ישיבה דוואדלעיק

הגאון ר' יעקב בנדר ר"י דרכי תורה

כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א
פיילס
unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (282.27 KiB) געזען געווארן 176 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

פרייטאג האט פרעזידענט דאנאלד טראמפ אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיוו ארדער וואס נעמט אריין, צווישן אנדערע זאכן, א באפרייאונג פון רעסיפראקעל טעריפס פאר "ברויט... וואס ווערט גענוצט פאר רעליגיעזע צוועקן" (ווי למשל מצה) און פאר די ארבע מינים.

אזוי ווי די מערסטע פון די פראדוקטן קומען פון ארץ ישראל און אנדערע אויסלענדישע לענדער, וואלטן די טעריפס געשטעלט אין געפאר דעם צוטריט און פארגרעסערט די הוצאות פון מקיים זיין די מצוות. די צושטעלונג בויט אויף שוין עקזיסטירנדע פרעצעדענטן פאר באפרייאונגען פון געוויסע רעליגיעזע זאכן אינעם הארמאנייזד טעריף סקעדזשול און שטימט מיט דעם טראמפ אדמיניסטראציע'ס שטארקע אונטערנעמונג צו באשיצן רעליגיעזע פרייהייט.

הרב א.ד. מאצען, אגודת ישראל'ס נאציאנאלער דירעקטאר פון גאווערמענט אפעירס, האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב: "מיר דאנקען די טראמפ אדמיניסטראציע פאר נאכאמאל אקאמאדירן רעליגיעזע מנהגים דורכן באפרייען די ארבע מינים און מצה פון רעסיפראקעל טעריפס, אזוי ארום פארגרינגערנדיג פאר אידישע משפחות צו פייערן זייערע יום טובים. מיר שעצן די ערנסטקייט מיט וועלכע דער ווייסן הויז האט אדרעסירט די זארגן ווען מיר און אנדערע האבן זיי אויפגעברענגט, און זייער צוזאמענארבעט מיט די רעלעוואנטע אגענטורן צו טרעפן א לייזונג."
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

2025_GOTV_Summary.jpeg
2025_GOTV_Summary.jpeg (209.53 KiB) געזען געווארן 153 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

עדיטורעל אין עמי מאגאזין דורך ר' אפרים גוריל אדוואקאט פאר די אגודה און ר' אברהם ווינשטאק טשיף אוו סטעיף פון די אגודה איבער די אויסגאנג פון די וואלן אין ניו יארק סיטי

Six_Election_Takeaways_From_the_NYC_Mayoral_Race-1.jpg
Six_Election_Takeaways_From_the_NYC_Mayoral_Race-1.jpg (407.42 KiB) געזען געווארן 148 מאל
Six_Election_Takeaways_From_the_NYC_Mayoral_Race-images-1.jpg
Six_Election_Takeaways_From_the_NYC_Mayoral_Race-images-1.jpg (308.66 KiB) געזען געווארן 144 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:33 pm פרייטאג האט פרעזידענט דאנאלד טראמפ אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיוו ארדער וואס נעמט אריין, צווישן אנדערע זאכן, א באפרייאונג פון רעסיפראקעל טעריפס פאר "ברויט... וואס ווערט גענוצט פאר רעליגיעזע צוועקן" (ווי למשל מצה) און פאר די ארבע מינים.

אזוי ווי די מערסטע פון די פראדוקטן קומען פון ארץ ישראל און אנדערע אויסלענדישע לענדער, וואלטן די טעריפס געשטעלט אין געפאר דעם צוטריט און פארגרעסערט די הוצאות פון מקיים זיין די מצוות. די צושטעלונג בויט אויף שוין עקזיסטירנדע פרעצעדענטן פאר באפרייאונגען פון געוויסע רעליגיעזע זאכן אינעם הארמאנייזד טעריף סקעדזשול און שטימט מיט דעם טראמפ אדמיניסטראציע'ס שטארקע אונטערנעמונג צו באשיצן רעליגיעזע פרייהייט.

הרב א.ד. מאצען, אגודת ישראל'ס נאציאנאלער דירעקטאר פון גאווערמענט אפעירס, האט אויסגעדרוקט הכרת הטוב: "מיר דאנקען די טראמפ אדמיניסטראציע פאר נאכאמאל אקאמאדירן רעליגיעזע מנהגים דורכן באפרייען די ארבע מינים און מצה פון רעסיפראקעל טעריפס, אזוי ארום פארגרינגערנדיג פאר אידישע משפחות צו פייערן זייערע יום טובים. מיר שעצן די ערנסטקייט מיט וועלכע דער ווייסן הויז האט אדרעסירט די זארגן ווען מיר און אנדערע האבן זיי אויפגעברענגט, און זייער צוזאמענארבעט מיט די רעלעוואנטע אגענטורן צו טרעפן א לייזונג."
אינטערוויו: עסקנים פון אגו"י האבן זיך באדאנקט פאר פרעזידענט טראמפ פאר'ן אראפנעמען טעריפס פון מצה, נאכפאלגענדיג די ד' מינים
ה' תולדות פ״ו
הרב אברהם דוד מוטצען, נעשענעל דיירעקטער אוו גאווערמענט עפעירס

https://www.yiddish24.com/interviews/12/142127
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

ohio.JPG
ohio.JPG (13.77 KiB) געזען געווארן 104 מאל

ערשטמאליגע H3 ביזנעס סאמיט פארגעקומען אין אהייאו באקרוינט מיט גרויס סוקסעס

דער ערשטער "H3" אהייא ביזנעס הלכה סאמיט, וואס איז פארגעקומען אום י"ט חשון ביים קליוולאנד מעריאט אין קי טאוער, דער מעמד וואס האט געברענגט איבער 350 ביזנעסלייט און רבנים פון איבער גאנץ אהייא האט קלאר ארויסגעוויזן דעם ברייטן התלהבות פאר די "H3" איניציאטיוו.

אין איינקלאנג מיט די ציל פון די H3 פלאטפארמע, האבן די באטייליגטע געהאט א פולע טאג פון לערנען. דער פראגראם האט זיך אנגעהויבן מיט דברי ברכה פון הרב אהרן דוד גאלדבערג, א מיטגליד פון די מועצת גדולי התורה פון אמעריקע, און א שטארקע רעדע פון הרב נח יצחק אלבוים. דער טאג האט זיך ווייטער געצויגן מיט פארשידענע סעסיעס, אריינגערעכנט: "קיקבעקס און JV'S אין הלכה" מיט הרב ארי מארבורגער; "הלכה און הדרכה פאר היינטיגע ארבעטס-פלעצער" מיט הרב אלכסנדר טשארלאפ און הרב חיים מאיר ראטה; "זיין א גוטער ארבעטסגעבער און ארבעטער" מיט הרב ברוך הירשפעלד און הרב חיים מאיר ראטה; און "פארשטיין בית דין", מיט הרב שמואל שפיץ און די דיינים פונעם קליוולאנד'ער בית דין.

א וויכטיגער סעסיע , "פרעגן פאר א פריינט: געווענליכע שוועריגקייטן, אמת'ע לייזונגען," האט געהאט אן אפענע שאלות-און-תשובות סעסיע וואס איז געפירט געווארן דורך הרב יעקב ראבינסאן. דער טייל האט צוגעשטעלט פראקטישע און קלוגע עצות פון הרב אלבוים, הרב מארבורגער, און הרב שפיץ.

די באטייליגטע האבן אויך געהאט די זכי' צו הערן א דרשה פון ר' איטשע ראזענבוים, וועלכער האט געגעבן חיזוק און הדרכה וואס איז געווען שייך צו דעם היינטיגן ביזנעס-וועלט.

דער טאג האט זיך געענדיגט מיט א דרשה פון הרב יוסף האבער, און דערנאך איז פארגעקומען א נעטווארקינג צוזאמקום. די אקטיוויטעטן האבן געהאלפן פארזעצן די שמועסן און שאפן נייע פראפעסיאנאלע קשרים, וואס האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אזעלכע צוזאמקומען פאר'ן פארשריט און יושר פון די ביזנעס געמיינדע.

unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (188.3 KiB) געזען געווארן 104 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (125.34 KiB) געזען געווארן 104 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

הרב א.ד. מאצען, דער נאציאנאלער דירעקטאר פון גאווערמענט אפעירס ביי אגודת ישראל, און הרב אבי שנאל, אגודה'ס דירעקטאר פון פעדעראלע חינוך ענינים, האבן זיך באטייליגט אין די "עקסעלינעד נעשאנעל סאמיט אן עדיוקעישאן" וואס איז פארגעקומען אין ניו ארליענס. אסאך סעסיעס און פילע שמועסן אין די קארידארן האבן זיך געדרייט ארום ווי אזוי צו פארזיכערן די בעסטע רולס און דורכפירונג פאר די נייע פעדעראלע סקאלערשיפ טעקס קרעדיט, צוזאמען מיט סטראטעגיעס צו ערמוטיגן אלע סטעיטס דאס אנצונעמען. אגודת ישראל האט באקומען אנערקענונג דורכאויס איינע פון די סעסיעס פאר איר וויכטיגע ראלע אין די אונטערנעמונג. הרב יצחק פרענק, דירעקטאר פון אגודת ישראל אין אהייא, האט זיך אויך באטייליגט ביים סאמיט.

unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (240.16 KiB) געזען געווארן 97 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודת ישראל אוו אילינוי האט געהאוסט א באגעגעניש מיט סטעיט סענאטאר לאורא פיין, א קאנגרעסיאנאלע קאנדידאט, פאר א רונדע דעם -טיש דיסקוסיע מיט פירער פון די אידישע קהילה. די באגעגעניש האט געגעבן א וויכטיגע געלעגנהייט צו שמועסן איבער עטליכע קריטישע ענינים וואס באטרעפן די אידישע קהילה מיט סענאטאר פיין, אריינגערעכנט באקעמפן דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם, און פאראויסשטופן חינוך אינציטיווען ווי דער פעדעראלער סקאלערשיפ טעקס קרעדיט.

די דיסקוסיע איז געווען אפנהארציג און פרוכטבאר, ווען סענאטאר פיין האט אדרעסירט פארשידענע שאלות און זארגן. "יעדער וואל ציקל גיט א געלעגנהייט זיך צו פארבינדן מיט קאנדידאטן און פארזיכערן אז אונזער ציבור'ס פריאריטעטן ווערן קלאר פארשטאנען," האט געזאגט הרב שלמה סאראקא, דער דירעקטאר פון גאווערמענט אפעירס פון אגודה דאילינוי. "עס איז אזוי וויכטיג אז מיר, פון אונזער זייט, זאלן פארשטיין יעדן קאנדידאט'ס שטעלונג אויף די ענינים וואס זענען די וויכטיגסטע פאר אונזער ציבור."

unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (151.46 KiB) געזען געווארן 95 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

פארגאנגענעם מיטוואך האט אגודת ישראל פון אילינוי, אינאיינעם מיט'ן אילינוי סעקרעטערי אוו סטעיט'ס אפיס, בס"ד דורכגעפירט זייער ערשטן מאביל DMV עווענט. איבער 50 מענטשן וואס האבן פאראויס באשטעלט אפוינטמענטס האבן געקענט באקומען Real IDs און אנדערע DMV סערוויסעס ביי די אנטאניא שפיצער אידישע לייברערי, וואס געפינט זיך אין אגודה'ס אפיס. מיר זענען מכיר טובה פאר סענאטאר ראם ווילליוואלאם און רעפרעזענטעטיוו קעווין אליקאל, וועלכע זענען געקומען באגריסן די באטייליגטע, און וועמענס אפיסעס האבן געהאלפן צושטאנד ברענגען דעם עווענט.

unnamed (13).jpg
unnamed (13).jpg (272.44 KiB) געזען געווארן 92 מאל
unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (196.26 KiB) געזען געווארן 92 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 2:18 pm
ohio.JPG

ערשטמאליגע H3 ביזנעס סאמיט פארגעקומען אין אהייאו באקרוינט מיט גרויס סוקסעס

► Show Spoiler
צו הערן די דרשות

הרב נח אלבוים , עץ חיים היא- Holding on Tight in a Turbulent World

On Their Turf- Halacha and Hadracha for Today's Workplace.

הרב אבי מורבערגער Kickbacks and JVs in Halacha

From Both Sides of the Desk- Being a Good Employer and Employee

ר' איטשע ראזענבוים

Asking for a Friend- Common Challenges Real Solutions

והחזקת בּו- Parnassa for Yidden- A Shared Responsibility.

Rabbi Shmuel Spitz- Demystifying Bais Din

Closing Keynote
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
אוועיטער
אגודה
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 2:13 pm
x 48

Re: נייעס און באריכטען פון אגודת ישראל באמעריקא

פאוסט דורך אגודה »

אגודה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:22 pm
אגודה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 2:45 pm
אגודה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 12:13 pm
The Agudah National Action Summit
► Show Spoiler
► Show Spoiler
אי"ה וועט מען צווישן אנדער הערן דרשות דורך

הגאון ר' אהרן לאפיאנסקי שליט"א

הגאון ר' דוד כהן ר"י חברון חבר המועצת פון דגל התורה

הגאון ר' אלי ברודני שליט"א חבר המועצת ור"י מיר פלעטבוש

הגאון ר' ראובן פיינשטיין ר"י ישיבה דסטעטין איילינד

הגאון ר' שלום קמינצקי ר"י פילדלפיה

הגאון ר' ארון רייך ר"י ישיבה דוואדלעיק

הגאון ר' יעקב בנדר ר"י דרכי תורה

כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א[/spoil]
אגודת ישראל טוט באדאנקען אונזערע ספאנסארס

unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (183.23 KiB) געזען געווארן 33 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (63.1 KiB) געזען געווארן 33 מאל
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
שרייב פאוסט