קלוגער חכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:38 amפאר די שעדליכקייט פון קעמיקאלן פרעג דיין לאקאל
מעדיקל דאקטאר.
קלוגער חכם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:38 am
ניטאמאל דאקטורים האלטן אז מעדיקעישן איז אזוי געזונט ווי דו האלסט
וואס איז אזוי דראמאטיש מיט מיין מ-ע-ד-י-ק-ל דאקטאר אז אויב ער זאגט אז ס'איז שעדליך איז עס נאך דאס ארגסטע?
און אז "ניטאמאל זיי" האלטן עס איז עס נאך די גרעסטע באווייז, אה, דאס איז שוין א שאכמאט!
איך ווייס די תירוץ, דאס האט מיט אן אומריכטיגע וועג וויאזוי ענק קוקן אויף די זאך.
אין ענקער וועלטל איז די וועלט צוטיילט צווישן "מעדיקל" און "נאטורליך", ווען א גרויסארטיגע קאמף קומט פאר צווישן די צוויי זייטן.
פון איין זייט שטייען די קאנווענציעלע דאקטוירים וואס ווערן געזען ביי ענק ווי פארברענטע חסידים פון מער פראצעסירטע מעדיצינען
(וואס ענק רופן "מעדיקעישאנ'ס") מיט אן התנגדות צום געדאנק זיך צו היילן מיט ווייניגער פראצעסירטע מעדיצינען
(וואס ענק רופן "נאטורליכע הייל מיטלען"), און פון די אנדערע זייט שטייען די אלטערנאטיווע דאקטוירים וואס זענען פונקט פארקערט.
די שוין מער טאלערירנדע פון צווישן ענק וועלן זיין אפן צו נייטראליטעט. זיי וועלן פארשטיין אז מ'טאר נישט זיין אינגאנצן פארקויפט פאר איין זייט, ווייל ביידע מהלכים קען מען אמאל נוצן און ביידע האבן זיך זייערע חסרונות.
דאס איז פארוואס דו ביסט אריינגעקומען אזוי דראמאטיש מיט מיין מ-ע-ד-י-ק-ל דאקטאר וואס איז
אליינס מודה (בבחינת בעל כרכו יענה) אז מעדיצינען זענען נישט אזוי געזונט, און אסאך אנדערע זאכן וואס ענק טענה'ען קומט פון דעם וואס ענק קוקן אן די זאך אזוי.
די פראבלעם איז אז ס'איז אינגאנצן נישט אזוי.
ווי מ'האט שוין אויבן געברענגט זענען וויטאמינען א זאך וואס קאנווענציעלע דאקטוירים הייסן עס נעמען ביי יעדע וויזיט וואס מ'האלט אפ ביי זיי, און ווער רעדט נאך פון זאכן וואס זענען נאך ווייניגער פראצעסירט ווי וויטאמינען
(א שטייגער ווי דיעטע, איבונגען, און צו זיין אויסגעשטעלט צו די זון) פון וואס זיי האלטן אין איין רעדן, און נישט נאר רעדן זיי דערפון נאר זיי וועלן קיינמאל נישט געבן עפעס מער אויב זיי האלטן אז ס'פעלט נישט אויס, ווייל זיי זענען אלע איינשטימיג אז ס'איז אלס בעסער צו גיין אן דעם.
און דאס אויבנדערמאנטע איז נישט עפעס א חידוש מיט וואס איך בין אויפגעקומען און מ'קען זיך דינגען דערויף, נאר דאס איז עפעס וואס יעדער וואס נוצט קאנווענציעלע דאקטוירים זעט באשיינפערליך יעדעס מאל ער האלט דארט אפ א וויזיט, און ווי דו אליינס האסט ערווענט
(ציטירט אויבן).
אלזא וואס איז יא די עכטע מערכה וואס גייט פאר? לכאורה קוקט אויס פון די אמת'ע בילד וואס איך האב יעצט אראפגעלייגט ווי די קאנווענציעלע דאקטוירים זענען גאר אין א מצב פון נייטראליטעט צווישן די צוויי זייטן וואס ענק האבן אויפגעבויט צווישן "מעדיקל" און "נאטורליך", ווען לויט ענק זענען זיי גאר די שרעקעדיגע זאך וואס ענק רופן "מעדיקל"? איז וואס גייט דא פאר???
-
נאר די זאך איז ווי פאלגענד:
קודם זענען דא מענטשן וואס זענען גאר אויסגעשפראכן קעגן פראצעסירטע זאכן און פאר זיי איז איבער גענוג דאס אז קאנווענציעלע דאקטוירים קענען
אויך געבן שטארק פראצעסירטע מעדיצינען זיי צו זען ווי דער טייוול אליינס
(ווייל לויט זיי זענען דאך די זאכן ביהרג ועל יעבור -- צומאל במלוא מובן המילה), און נאכדעם זענען דא מענטשן וואס האבן באשלאסן צו גלייבן אין געוויסע היילונגס מיטלען וואס קאנווענציעלע דאקטוירים רעקאמאנדירן נישט אדער רעדן גאר אפ דערפון
(אמאל צוליב אינפארמאציע וואס איז דא, און אמאל צוליב אינפארמאציע וואס איז נישט דא), און די ביידע מענטשן זענען נאטורליך שטארקע חסידים פון אלטערנאטיווע מעדיצין.
יעצט ס'איז דא זאכן מיט וואס קאנווענציעלע און אלטערנאטיווע דאקטוירים זענען איינשטימיג, אבער נישט מיט יענע זאכן זענען אלטערנאטיווע דאקטוירים באקאנט
(ווייל מיט יענץ זענען זיי דאך נישט אלטערנאטיוו), נאר מיט די זאכן מיט וואס זיי שטעלן זיך אהער אלס אייגנארטיג וואס דאס זענען די זאכן מיט וואס זיי זענען נישט אויפ'ן זעלבן בלאט מיט קאנווענציעלע דאקטוירים.
קומט אויס אז דא איז דא א קאמף צווישן קאנווענציעלע דאקטוירים מיט זייערע מיינונגען, און אלטערנאטיווע דאקטוירים וואס זענען חולק אויף יענע מיינונגען, און ס'איז לאו דוקא געבונדן צו מ'זאל נוצן הייל מיטלען וואס זענען מער אדער ווייניגער פראצעסירט, נאר ס'איז א בכלליות'דיגע מחלוקה
(דאס אז אין רוב פעלער וועלן אלטערנאטיווע דאקטוירים ענדערש זיין פאר ווייניגער פראצעסירטע מעדיצינען ווי קאנווענציעלע דאקטוירים איז זייער פארשטענדליך, ווייל ווילאנג ס'איז אזוי קלאר אז א פראצעסירטע זאך פעלט נישט אויס אז אפילו קאנווענציעלע דאקטוירים זענען זיכער דערוועגן קענען נישט אלטערנאטיווע דאקטוירים שרייען אז מ'דארף עס יא, משא"כ פארקערט ודו"ק).
נו וואס איז יא די "יסוד" אין זייער מחלוקה? פארוואס זענען געוויסע מענטשן אזוי אבסעסירט קעגן פראצעסירטע זאכן אזש צו פסל'ן די גאנצע מעדיקל עסטעבלשמענט פאר'ן נישטי וועלן מיטגיין דערמיט? און פארוואס טוען געוויסע מענטשן באשליסן צו גלייבן אין געוויסע הייל מיטלען צו וואס די די מעדיקל עסטעבלשמענט איז סקעפטיש אזש אז איז זייער קאפ זענען קאנווענציעלע דאקטוירים "פראצאסירטע מעדיצינען פאנאטיש" קעגן די אלטערנאטיווע דאקטוירים וואס וועלן יא פרובירן צו גיין נאטורליך?
איז אדער קען מען עס אנקוקן אז דאס איז די יסודות'דיגע מחלוקה איבער די ווערט פון חכמה, וויסנשאפט, געלערנטקייט, און פראפעסיאנאליזעם.
די וואס לאכן פון דאס אויבנדערמאנטע וועלן ענדערש נוטה זיין אז "די אנגענומענע מיינונג" וואס איז געווארן אנגענומען צוליב פראפעסיאנאלע שטודיעס איז לאו דוקא ריכטיג, און אז דאס אז רוב געלערנטע האלטן עפעס מיינט נישט אז ס'איז מער ריכטיג ווי דאס וואס זיין לאקאלע פויער זאגט אים אז ער האט אליינס בייגעוואוינט ווי עפעס האט געארבעט ביי איינעם וועם ער האט באהאנדעלט.
אויך קען עס האבן א שייכות מיט סקעפטעציזם בכלל
(פון וואס דאס קומט איז א שמועס פאר זיך), וואס דאס איז גורם אז מ'זאל זיין סקעפטיש צו וואס די עסעבלישמענט זאגט.
למשל אז זיי באשטעטיגן א מעדיצין, לויפט זייער מחשבה גלייך "ווער זאגט אז זיי טוען עס נישט פאר געלט"?, ווייל זיי האבן נישט קיין טראסט אין די גאנצע "סיסטעם"
(הגם ס'ווערט גלייך שווער פארוואס אזעלכע מענטשן האבן יא טראסט אין די אלטערנאטיווע צום "סיסטעם", אבער דאס איז שמועס פאר זיך וואס האט צוטוהן מיט פארוואס בכלל זיי האבן טאקע נישט קיין טראסט אינעם "סיסטעם").
-
עכ"פ דאס איז זיכער און יעדער וואס האט אויגן אין קאפ זעט עס, אז קאנווענציעלע מעדיצין
איז די מיטל וועג צווישן די צוויי מהלכים וואס מ'קען נעמען
(מער אדער ווייניגער פראצעסירטע הייל מיטלען), און די גרעסטע באווייז צו דעם איז נאך דאס אז זיי אליינס זענען צווישן זיך נישט אייביג איינשטימיג מיט יעדע פרט
(וואס מאכט אז אפילו אויב איר האט אנגעטראפן א דאקטאר וואס איז גאר שטארק אויף איין זייט איז ער לאו דוקא די "כלל" קאנווענציעלע דאקטאר ווייל ס'איז דאך דא אנדערע וואס האלטן אנדערש -- וואס פארעמט א באלאנסירטע קאמיוניטי).