Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:40 am
נאכ'ן שרייבן מיינע 3 שורות האב איך זייער הנאה געהאט צו ליינען וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס מיט א קלארקייט אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין
די מקור פון מצוה טאנץ ווייס איך נישטוואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:19 am כ'האב געוואלט שרייבן עפעס אזוי, אז יעדע עבודה האט זיין צייט און מ'קען נישט ביי יעדע זאך שרייען ״ביטול תורה״, אבער איך האב נישט געהאט די קלארקייט דערין בינעך געבליבן שטיל.
דאס איז זיכער אז ר' נקודות האט א נקודה, און אויך איז קלאר אז יעדע זאך האט זיין צייט, די שאלה בלייבט נאר צו די נער'ישע מהלך פון די מצוה טענץ וואס האט זיך אוועקגעשטעלט נישט דוקא דורך גדולי ישראל אדער מסורה, איז גענוג שטארק.
אויב אזוי? דעמאלס תיכף אראפ מיט די גאנצע הספדעראציע!שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:00 pmדי מקור פון מצוה טאנץ ווייס איך נישטוואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:19 am כ'האב געוואלט שרייבן עפעס אזוי, אז יעדע עבודה האט זיין צייט און מ'קען נישט ביי יעדע זאך שרייען ״ביטול תורה״, אבער איך האב נישט געהאט די קלארקייט דערין בינעך געבליבן שטיל.
דאס איז זיכער אז ר' נקודות האט א נקודה, און אויך איז קלאר אז יעדע זאך האט זיין צייט, די שאלה בלייבט נאר צו די נער'ישע מהלך פון די מצוה טענץ וואס האט זיך אוועקגעשטעלט נישט דוקא דורך גדולי ישראל אדער מסורה, איז גענוג שטארק.
אבער דאס איז זיכער א זאך וואס אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט שוין דורי דורות עס איז נישט קיין נייע היינטיגע זאך וואס מען מעג מבטל זיין
נאר די אופן וויאזוי מען מאכט היינט א מצוה טאנץ דאס איז ניי וואס מען מוז מבטל זיין
איך האב געהערט רעיקדירונגען פון מצוה טענץ פון חתונות פון 50 יאר צוריק פון ר' חיים מענדל עס האט גענומען אונטער א שעה אויפרופן די מחותן האט גענומען בערך 5 מינוט
ר' יקיר ברוין הי''ו זאגט אין א אינטערוויא אז ער האט אריינגעברענגט די היינטיגע מהלך פון היספדים וכדו'
כל המשנה ידו על התחתונה. ווער עס וויל טוישן זאל ברענגען א מקור אז מען מעג טוישן. אז איינער ווייסט נישט א מקור פון א מנהג וואס איז איינגעפירט ביי אזויפיל אידן מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין מקורנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:30 amאמת. אבער קודם כל פון וואנעט ווייסט איר אז מצוה טאנץ איז א גאר הויכע ענין, אפשר איז דאס נישט מער ווי א משוגעת? אויב איז די מקור פון די גמרא כתובות, דאן ווער זאגט אז דאס דארף זיין סוף חתונה? איז נישט גענוג אז די כלה קומט אריין צו עוד ישמע, און כל הקהל הקודש זאל טאנצן לפני חתן וכלה פאר צען מינוט און פארטיג? און אויב מוז עס דוקא יא זיין סוף חתונה, דאן ברענג איר אריין צו לשנה הבאה. ווער האט אפגעמאכט אז דאס מוז זיך ענדיגן 2-3-4 אזייגער, און דערנאך גיין אויפן חשבון פון לימוד התורה, און הרג'ענען די וואך פאר אנשים נשים וטף? אפשר קען מען יוצא זיין די גאנצע ענין און נאך זיין אינדערהיים 12 אזייגער. נישט בייגעפאלן?
אויב איז דאס אן ענין ע"פ קבלה, דאן ביטע ברענג מיר די מקור צו דעם. לאמיר כאפן א בליק און זעהן צו אונזער מצוה טאנץ האט טאקע א שייכות מיט יענע ענין. סתם לעבן אין phobias אז דאס איז גאר א הויכע ענין און דערפאר טאר איך עס נישט טשעלענדזשן, אפילו ווען עס גייט אויפן חשבון פון אלע באטייליגטע, בו בזמן וואס אפשר איז נישט א מקור צו די גאנצע ענין? ניתי ספר וניחזי, לאמיר זעהן פון וואנעט קומט די פערדעריי פון אויסרופן און מספיד זיין די באטייליגטע? וועלכע רשע איז אויפגעקומען מיט דעם אז עס דארף נעמען לכה"פ צוויי שעה, וכל המרבה הרי זה משובח? וועלכע בהמה איז אויפגעקומען מיט דעם אז די זיידעס קומען אראפ צו מצוה טאנץ, און אז עס איז אן עת לבכות? וועלכער שלעפער האט אפגעמאכט אז צווישן טאנצן און מצוה טאנץ דארף זיין א ברעיק פון לכה"פ א האלבע שעה? אדרבה, ווייז מיר א מקור פאר די גאנצע פערדעריי, נאכדעם קען מען דן זיין אויב עס מעג גיין אויפן חשבון פון די שיעורי תורה, און אויפן חשבון פון די תורה פון תינוקת של בית רבן. און אויפן חשבון פון זיין א נארמאלע מענשט די נעקסטע וואך.
ווען דו ברענגסט מיר אן ענין צו טאנצן מצוה טאנץ איין מאל א יאר, וואלט איך דיר אפשר גערעכט געגעבן אז א מצוה עוברת איז מבטל תלמוד תורה. אבער יעדע חודש נאכאמאל פון פריש? סתם ווייל איך בין ב"ה א חלק פון א גרויסע משפחה?
שוין, וואס מיר נעמט 3 פארעגרעפס, האקט @וואוילער אין דריי שורות. שיק עני וועי.