נאכ'ן שרייבן מיינע 3 שורות האב איך זייער הנאה געהאט צו ליינען וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס מיט א קלארקייט אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין
דער אויסקוק פון אונזערע חתונות
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
נאכ'ן שרייבן מיינע 3 שורות האב איך זייער הנאה געהאט צו ליינען וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס מיט א קלארקייט אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס

*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2349
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7330
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין ווען איך וועל חתונה מאכן, כ'האף אז נישט פאר 7 יאר - ביזדערווייל איז ניטש אויפן סקעדזשול צו חתונה מאכן נוסח ברעסלעוו
אבער ווען איך מאך חתונה היינט וואלט איך ווען געזאגט פארן גראמער צו זאגן אין ראשי פרקים אלע זיידעס און געפילן נאר אלס קעפלעך
צב"ש
יעצט דא ביים מצוה טאנץ
א שמחה מיט אזא הערליכן גלאנץ
גיימער אויסרופן דער אבי החתן
נאכן מגדל זיין אזויפיל יארן
קיין פלאג אין מי נישט געטון שפארן
אינוועסטירט כוחות אזויפיל מאסן
--------
יעצט ביי די געהויבענע ריקודין
בשבח והודאה צווישן ערליכע אידן
זיך אויסגעבן פארן באשעפער די דאנקבארע געפילן
ובהאי שעתא א תפילה האבן אינזין
עס זאל זיך בויען א שטוב מיט השראת השכינה דערין
צו דינען דעם אייבערשטן בשמחה נאר צו דעם צילן
----------------
אהוי!
זיי זאלן זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים
זרע ברך ה' בתורה ויראת שמים מוצלחים
א לאנג געזונט לעבן, זאל דער באשעפער זיי געבן, מיט אפענע חסדים זיי שטענדיג באקלעבן, צום נחת פון זייערע עלטערן
אהוי!
פרנסה בהרחבה גדולה ובהרחבת הדעת,
בנחת ובכשרות נישט דארפן פארהאנדלען קיינמאל אויפן פרייז
א דירה נאה, שיעורי תורה מסודר כראוי, אלע השפעות טובות כי לו יאה, נאר גוטע גריסן שטענדיג איבער זיי הערן
------------
דערמאנען דא דער זכות פונעם רבין פון הוידאנאנאש,
ביי וועם דער מחותן האט געלערנט שנת פה תש
און הרב זילבערמאן און הרב גראס מען איז געפארן צו זיי פונדערווייט
יעצט איז געקומען דער זמן
ווען דער מחותן אבי החתן צום מצוה טאנץ ער געבט א שפאן
שרייט אלע מחותן הרב להגדיל ער גייט ער גייט! גוט שבת...
אלעס אריינווארפן אין איין קורצע ניגון
אויב דער געדאנק איז פשוט צו דערמאנען וואס צו אינזין האבן ביי מצוה טאנץ, און דערמאנען זכות אבות און דער זכות פון די רבי'ס אין וועם מען איז געווען דבוק.
(און אויב איז דאס דער געדאנק פון אויסרופן, אפשר איז גענוג אז די מחותנים זאלן זיך צוגרייטן א פריוואטע לשם יחוד און צעטל וואס ער וועט ארויסנעמען פאר מצוה טאנץ אלס רעמיינדער פארוואס ער גייט יעצט טאנצן און דאס גאנצע גראמען פעלט נישט אויס...)
אבער קען זיין אז נישט דאס איז דער באדייט פון אויסרופן... ווייסעך נישט.
מסתמא בין איך אן אויסנאם, איך ווייס די שמחה גייט זיך באלד סייווי ענדיגן, מען טאנצט, מען האט אינזין א הודאה ושבח פארן אייבערשטן, בקשות פאר די וואוילזיין פונעם פארפאלק, און געגאנגען ווייטער, איך קען נישט די סודות פון מצוה טאנץ אז דאס זאל טעכניש נעמען לאנג ביז מען ענדיגט אינזין האבן. און אויב וויל מען מאריך זיין דאן וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן, געפילן בלייבן סייווי שטורעמען לאנגע טעג נאך מצוה טאנץ און עס דארף נישט זיין אויפן חשבון פון די מענטשהייט, דער טאנץ איז א געלעגנהייט צו סימבאליזירן די געפילן און צו ארויסברענגען בכלליות די בקשות פאר די הצלחה פונעם פארפאלק.
אבער ווי געשמועסט, מעגליך האב איך זייער א אומריכטיגע בליק אויף מצוה טאנץ.

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
די מקור פון מצוה טאנץ ווייס איך נישטוואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:19 am כ'האב געוואלט שרייבן עפעס אזוי, אז יעדע עבודה האט זיין צייט און מ'קען נישט ביי יעדע זאך שרייען ״ביטול תורה״, אבער איך האב נישט געהאט די קלארקייט דערין בינעך געבליבן שטיל.
דאס איז זיכער אז ר' נקודות האט א נקודה, און אויך איז קלאר אז יעדע זאך האט זיין צייט, די שאלה בלייבט נאר צו די נער'ישע מהלך פון די מצוה טענץ וואס האט זיך אוועקגעשטעלט נישט דוקא דורך גדולי ישראל אדער מסורה, איז גענוג שטארק.
אבער דאס איז זיכער א זאך וואס אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט שוין דורי דורות עס איז נישט קיין נייע היינטיגע זאך וואס מען מעג מבטל זיין
נאר די אופן וויאזוי מען מאכט היינט א מצוה טאנץ דאס איז ניי וואס מען מוז מבטל זיין
איך האב געהערט רעיקדירונגען פון מצוה טענץ פון חתונות פון 50 יאר צוריק פון ר' חיים מענדל עס האט גענומען אונטער א שעה אויפרופן די מחותן האט גענומען בערך 5 מינוט
ר' יקיר ברוין הי''ו זאגט אין א אינטערוויא אז ער האט אריינגעברענגט די היינטיגע מהלך פון היספדים וכדו'
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2349
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7330
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
אויב אזוי? דעמאלס תיכף אראפ מיט די גאנצע הספדעראציע!שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 12:00 pmדי מקור פון מצוה טאנץ ווייס איך נישטוואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:19 am כ'האב געוואלט שרייבן עפעס אזוי, אז יעדע עבודה האט זיין צייט און מ'קען נישט ביי יעדע זאך שרייען ״ביטול תורה״, אבער איך האב נישט געהאט די קלארקייט דערין בינעך געבליבן שטיל.
דאס איז זיכער אז ר' נקודות האט א נקודה, און אויך איז קלאר אז יעדע זאך האט זיין צייט, די שאלה בלייבט נאר צו די נער'ישע מהלך פון די מצוה טענץ וואס האט זיך אוועקגעשטעלט נישט דוקא דורך גדולי ישראל אדער מסורה, איז גענוג שטארק.
אבער דאס איז זיכער א זאך וואס אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט שוין דורי דורות עס איז נישט קיין נייע היינטיגע זאך וואס מען מעג מבטל זיין
נאר די אופן וויאזוי מען מאכט היינט א מצוה טאנץ דאס איז ניי וואס מען מוז מבטל זיין
איך האב געהערט רעיקדירונגען פון מצוה טענץ פון חתונות פון 50 יאר צוריק פון ר' חיים מענדל עס האט גענומען אונטער א שעה אויפרופן די מחותן האט גענומען בערך 5 מינוט
ר' יקיר ברוין הי''ו זאגט אין א אינטערוויא אז ער האט אריינגעברענגט די היינטיגע מהלך פון היספדים וכדו'
שיק מער דעם אינטערוויו, לאמיר געוואר ווערן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט בחצרות צדיקים פארן קריג און יאללא!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
כל המשנה ידו על התחתונה. ווער עס וויל טוישן זאל ברענגען א מקור אז מען מעג טוישן. אז איינער ווייסט נישט א מקור פון א מנהג וואס איז איינגעפירט ביי אזויפיל אידן מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין מקורנקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:30 amאמת. אבער קודם כל פון וואנעט ווייסט איר אז מצוה טאנץ איז א גאר הויכע ענין, אפשר איז דאס נישט מער ווי א משוגעת? אויב איז די מקור פון די גמרא כתובות, דאן ווער זאגט אז דאס דארף זיין סוף חתונה? איז נישט גענוג אז די כלה קומט אריין צו עוד ישמע, און כל הקהל הקודש זאל טאנצן לפני חתן וכלה פאר צען מינוט און פארטיג? און אויב מוז עס דוקא יא זיין סוף חתונה, דאן ברענג איר אריין צו לשנה הבאה. ווער האט אפגעמאכט אז דאס מוז זיך ענדיגן 2-3-4 אזייגער, און דערנאך גיין אויפן חשבון פון לימוד התורה, און הרג'ענען די וואך פאר אנשים נשים וטף? אפשר קען מען יוצא זיין די גאנצע ענין און נאך זיין אינדערהיים 12 אזייגער. נישט בייגעפאלן?
אויב איז דאס אן ענין ע"פ קבלה, דאן ביטע ברענג מיר די מקור צו דעם. לאמיר כאפן א בליק און זעהן צו אונזער מצוה טאנץ האט טאקע א שייכות מיט יענע ענין. סתם לעבן אין phobias אז דאס איז גאר א הויכע ענין און דערפאר טאר איך עס נישט טשעלענדזשן, אפילו ווען עס גייט אויפן חשבון פון אלע באטייליגטע, בו בזמן וואס אפשר איז נישט א מקור צו די גאנצע ענין? ניתי ספר וניחזי, לאמיר זעהן פון וואנעט קומט די פערדעריי פון אויסרופן און מספיד זיין די באטייליגטע? וועלכע רשע איז אויפגעקומען מיט דעם אז עס דארף נעמען לכה"פ צוויי שעה, וכל המרבה הרי זה משובח? וועלכע בהמה איז אויפגעקומען מיט דעם אז די זיידעס קומען אראפ צו מצוה טאנץ, און אז עס איז אן עת לבכות? וועלכער שלעפער האט אפגעמאכט אז צווישן טאנצן און מצוה טאנץ דארף זיין א ברעיק פון לכה"פ א האלבע שעה? אדרבה, ווייז מיר א מקור פאר די גאנצע פערדעריי, נאכדעם קען מען דן זיין אויב עס מעג גיין אויפן חשבון פון די שיעורי תורה, און אויפן חשבון פון די תורה פון תינוקת של בית רבן. און אויפן חשבון פון זיין א נארמאלע מענשט די נעקסטע וואך.
ווען דו ברענגסט מיר אן ענין צו טאנצן מצוה טאנץ איין מאל א יאר, וואלט איך דיר אפשר גערעכט געגעבן אז א מצוה עוברת איז מבטל תלמוד תורה. אבער יעדע חודש נאכאמאל פון פריש? סתם ווייל איך בין ב"ה א חלק פון א גרויסע משפחה?
שוין, וואס מיר נעמט 3 פארעגרעפס, האקט @וואוילער אין דריי שורות. שיק עני וועי.