בלאט 6 פון 40
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די פאמיליע פון אוסטין טייס, אן אמעריקאנער דזשורנאליסט וואס איז פארשוואונדן געווארן אין סיריע אין 2012, גיבט יעצט פרישע האפענונג אים צו טרעפן.
פרעזידענט ביידען זאגט אז ער איז ביי די מיינונג אז אוסטין איז נאך ביים לעבן, און ער וועט אפגעפונען ווערן.

- maxresdefault (1).jpg (89.41 KiB) געזען געווארן 518 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דרום קארעא פרעזידענט איז פארבאטן געווארן צו פארלאזן דאס לאנד, נאך די מארשאל לאו איבערקערעניש פארגאנגענע וואך.

- 5022.jpg (26.41 KiB) געזען געווארן 517 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
זעלענסקי זאגט אז 43,000 זעלנער זענען שוין אומגעקומען אינעם קריג, אבער אמעריקאנע באאמטע שאצן אז די ציפער איז באמת אסאך העכער.

- ukraine-russia-war.jpg (174.44 KiB) געזען געווארן 514 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די טראמפ ריעל עסטעיט פירמע פלאנט זיך אויסצוברייטערן אין אינדיע, און וועט בויען פרישע זעקס לוקסוסריעזע פראיעקטן אין לאנד.

- BN-UC721_gertru_ER_20170703093740.jpg (34.43 KiB) געזען געווארן 510 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:31 pm
דורך שאינו יודע לשאול
184 עלטערע מענטשן זענען גע'הרג'עט געווארן אין א מאסן מארד דורך א גענג אין האיטי.
דער גענג פירער'ס זון איז קראנק געווארן און געשטארבן, און ער האט באשולדיגט די עלטערע לייט אינעם געגנט אז זיי האט אים קראנק געמאכט דורך כישוף, דעריבער האט ער אויסגעפירט א נקמה מאסן שחיטה אויף זיי.

- https---cloudfront-us-east-2.images.arcpublishing.com-reuters-QE6QEMR57RJ43KQZWYADIA4WFY.jpg (160.32 KiB) געזען געווארן 509 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:35 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דעוועלאפער אין יאפאן האבן אנגעהויבן בויען גאר שמאלע הייזער, טייל אזוי שמאל ווי א געווענטליכע אויטא, צו קענען אריינשטופן נאך אפארטמענטס אין די צושטופטע געגנטער.

- יאפאן.jpg (156.75 KiB) געזען געווארן 505 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער פארשוין וואס איז ארעסטירט געווארן אין פענסילוועניע און ווערט באטראכט אלס דער יונייטעד העלטקער מערדער איז אנגעקלאגט געווארן מיט פינף טשארזשעס.

- unnamed - 2024-12-09T200835.825.jpg (83.64 KiB) געזען געווארן 456 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפס שנור האט אפגעטרעטן פון איר פאזיציע אלס קא-פארזיצער פון די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע, אן אנגעבן די סיבה דערצו.
שפעקולאציעס זענען אז זי וויל איבערנעמען די סענאט זיץ פון מארקא רוביא אין פלארידע, וואס וועט ליידיג ווערן אויב ער ווערט באשטעטיגט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט.

- logo-Republican-National-Committee.jpg (36.54 KiB) געזען געווארן 451 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א רייע לינקע אקטיוויסטן און פאמיליעס פון ארעסטאנטן זענען ארויסגעקומען לייגן דרוק אויף פרעזידענט ביידען צוריקצודרייען אלע פעדעראלע טויט-אורטיילן בעפאר טראמפ קומט אריין אין אפיס און פירט עס אויס.
ווען ביידען איז געלאפן האט ער זיך ארויסגעשטעלט קעגן טוט-שטראף אבער האט נאך גארנישט געטון דאס צו ענדיגן.

- activists-participate-vigil-death-penalty.jpg (32.3 KiB) געזען געווארן 450 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:27 pm
דורך זיבן פעטע קוען
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:11 pm
דער פארשוין וואס איז ארעסטירט געווארן אין פענסילוועניע און ווערט באטראכט אלס דער יונייטעד העלטקער מערדער איז אנגעקלאגט געווארן מיט פינף טשארזשעס.unnamed - 2024-12-09T200835.825.jpg
דעיס איז ברעקינג נייעס!
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
רעפובליקאנער אין נארט קאראליינע פרובירן צו איבערדרייען די רעזולטאטן פון די עלעקשאנס פאר סטעיט סופרים קארט ריכטער, וואו דער רעפוליקאנער דזשעפערסאן גריפין האט פארלוירן מיט בלויז 734 שטימען, אין איינס פון די נאנטסטע פארמעסטן אינעם סטעיט היסטאריע.
די רעפובליקאנע פארטיי וויל די געריכט זאל פסל'ען ארום 60,000 בעלאטס וואס זענען נישט ריכטיג אויסגעפילט געווארן.

- Screenshot 2024-12-09 203427.jpg (28.46 KiB) געזען געווארן 440 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די טיימס דעקט אויף אז געציילטע טעג בעפאר עלעקשאן דעי האבן א גרופע העריס קאמפיין איינגעשטעלטע זיך צוזאמגענומען אין געהיים אין א דאנקין דאנאטס געשעפט וואו זיי האבן אויפגעשטעלט אן אייגענע הויפטקווארטיר און פרובירט ארויסצוברענגען קאלירטע וויילער.
זיי האבן געהאלטן אז אז די קאמפיין פארנאכלעסיגט זייער ארבעט צו ארויסברענגען לאטינא און שווארצע וויילער, און זענען ארומגעגאנגען קלאפן אויף טירן אויף די אייגענע האנט אן באקומען ערלויבעניש פון די העריס הויפטקווארטירן.
איינער פון זיי פארציילט אז זיי זענען ערשטוינט געווארן צו הערן פון טייל איינוואוינער אז זיי האבן בכלל נישט געהערט פון די העריס קאמפיין.

- unnamed - 2024-12-09T203842.970.jpg (94.35 KiB) געזען געווארן 438 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:58 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Rupert Murdoch, דער 93 יעריגער ביליאנער און אייגנטומער פון פאקס נייעס, איז דורכגעפאלן אין זיין פרואוו צו אריבערפירן פאקס צו זיין עלטסטער זון, אז ער זאל זיין דער איינציגער יורש.
פאקס איז א פאמיליע ביזנעס וואס באלאנגט אויך צו זיינע געשוויסטער, און ער האט אומסוקסעספול פרובירט זיי אויסצוקרויזן.

- d4c36600b830bd734b955643b052775a.jpg (37.01 KiB) געזען געווארן 438 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:10 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 3:13 pm
פעדעראלע געזונטהייט באאמטע ווארענען אז רויע מילך וואס איז נישט פעסטשורייזט, קען אריבערפירן די פייגל פלו צו מענטשן.raw-milk_1733296437589_hpEmbed_3x2.jpg
דאס איז די אזוי געזוכטע פויגל מילך?
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:44 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:11 pm
דער פארשוין וואס איז ארעסטירט געווארן אין פענסילוועניע און ווערט באטראכט אלס דער יונייטעד העלטקער מערדער איז אנגעקלאגט געווארן מיט פינף טשארזשעס.unnamed - 2024-12-09T200835.825.jpg
ער איז געווארן אנגעקלאגט אין צווייטע גראד מארד, לויט די טיימס.
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:48 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:44 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:11 pm
דער פארשוין וואס איז ארעסטירט געווארן אין פענסילוועניע און ווערט באטראכט אלס דער יונייטעד העלטקער מערדער איז אנגעקלאגט געווארן מיט פינף טשארזשעס.unnamed - 2024-12-09T200835.825.jpg
ער איז געווארן אנגעקלאגט אין צווייטע גראד מארד, לויט די טיימס.
פארוואס נישט ערשטע גראד?
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אפדעיט:
- די פאליציי זאגט אז זיי האבן געפונען ביים פארדעכטיגן יונייטעד העלטקער מערדער א נאוט ביכל וואו ער האט זיך פארצייכנט פונקטליכע פלענער וויאזוי דורכצופירן דעם מארד -טיימס.
- לויט CNN האט די פאליציי געפונען פינגערפרינטס אויפן קריים סצענע וואס שטימען מיטן ארעסטירטערס.
דער ארסטירטערס לויער האט נעכטן ביים ערשטן הירינג פרובירט צו בלאקירן זיין קליענטס אויסליפערונג קיין ניו יארק מיטן ארגומענט אז עס איז נישט דא גענונג באווייז.

- unnamed - 2024-12-11T123316.975.jpg (114.68 KiB) געזען געווארן 291 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:43 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מאליבו, קאליפארניע מוטשעט זיך מיט א פרישער וואלד פייער וואס האט שוין פארניכטעט איבער 3,000 אקער.
די פייער ברענט גאר נאנט צו באוואוינטע בנינים שאפנדיג א געפאר פאר די ארטיגע איינוואוינער.

- Screenshot 2024-12-11 124302.jpg (67.38 KiB) געזען געווארן 283 מאל

- unnamed - 2024-12-11T123918.665.jpg (120.66 KiB) געזען געווארן 283 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 12:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נתניהו האט נעכטן אויפגעטרעטן צום ערשטן מאל אין געריכט אנבאלאנגט זיין קארופציע קעיס וואס ציט זיך שוין יארן.

- unnamed - 2024-12-10T185945.043.jpg (127.19 KiB) געזען געווארן 275 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
FBI דירעקטאר קריסטאפער רעי זאגט אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט בעפאר טראמפ קומט אריין אין אפיס.

- unnamed - 2024-12-11T142250.539.jpg (98.1 KiB) געזען געווארן 239 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:26 pm
דורך א טויב
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:24 pm
FBI דירעקטאר קריסטאפער רעי זאגט אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט בעפאר טראמפ קומט אריין אין אפיס.unnamed - 2024-12-11T142250.539.jpg
איך האב נישט קיין טענות איך וואלט געטוען די זעלבע אין זיין שיך.
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די טרעזשורי דעפארטמענט וועט פארבארגן צוואנציג ביליאן דאלאר פאר אוקריינע, ארויסצוהעלפן מיט די מלחמה און אנדערע קאסטן.
די געלט קומט פון פראפיטן וואס קומען אריין פון אינוועסטמענטס וואס באלאנגען פאר די רוסישע רעגירונג און זענען פארפרוירן געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן.

- TELEMMGLPICT000320316326.jpeg (113.31 KiB) געזען געווארן 231 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ענגלאנד האט איפלעמענטירט א נייע רעגולאציע וואס וועט פארלאנגען אן עלעקטעראנישע טרעוול אויטאריזאציע [ETA] דאקומענט פון יעדער וואס וויל אריינקומען אין לאנד, אפילו פון אזעלכע לענדער וואו מען דארף נישט קיין וויזע צו טרעוולען קיין ענגלאנד.
דער ETA וועט מען קענען פיילן אנליין, און עס וועט קאסטן א דרייצן דאלאר אפצאל.

- 2019-09-12T182331Z_1_LYNXNPEF8B1SB_RTROPTP_4_BRITAIN-HEATHROW-scaled-e1661222224520-960x553.jpg (46.07 KiB) געזען געווארן 220 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:42 pm
דורך א טויב
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:39 pm
ענגלאנד האט איפלעמענטירט א נייע רעגולאציע וואס וועט פארלאנגען אן עלעקטעראנישע טרעוול אויטאריזאציע [ETA] דאקומענט פון יעדער וואס וויל אריינקומען אין לאנד, אפילו פון אזעלכע לענדער וואו מען דארף נישט קיין וויזע צו טרעוולען קיין ענגלאנד.
דער ETA] וועט מען קענען פיילן אנליין, און עס וועט קאסטן א דרייצן דאלאר אפצאל.2019-09-12T182331Z_1_LYNXNPEF8B1SB_RTROPTP_4_BRITAIN-HEATHROW-scaled-e1661222224520-960x553.jpg
ערווארטעט פון השומרים א ענגלאנד בויקאט.
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 9:20 pm
דורך אנדערער
א טויב האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:42 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 2:39 pm
ענגלאנד האט איפלעמענטירט א נייע רעגולאציע וואס וועט פארלאנגען אן עלעקטעראנישע טרעוול אויטאריזאציע [ETA] דאקומענט פון יעדער וואס וויל אריינקומען אין לאנד, אפילו פון אזעלכע לענדער וואו מען דארף נישט קיין וויזע צו טרעוולען קיין ענגלאנד.
דער ETA] וועט מען קענען פיילן אנליין, און עס וועט קאסטן א דרייצן דאלאר אפצאל.2019-09-12T182331Z_1_LYNXNPEF8B1SB_RTROPTP_4_BRITAIN-HEATHROW-scaled-e1661222224520-960x553.jpg
ערווארטעט פון השומרים א ענגלאנד בויקאט.
