יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 486
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 769
פארבינד זיך:

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך הימל »

הגה"צ ריש ישיבת סאטמאר ב"ב שליט"א
sjxh.jpg
sjxh.jpg (47.57 KiB) געזען געווארן 332 מאל
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 486
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 769
פארבינד זיך:

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך הימל »

האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י קומט יעצט אן צום ציון.
מיט קלארקייט
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:12 pm
x 106

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך מיט קלארקייט »

בקיצור
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 519
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 679

Re: יומא דהילולא כ"ו אב אין סאטמאר

פאוסט דורך בקיצור »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 10:37 pm פייערדיגע אזהרה פאר די גאנצע וועלט:

יעצט ביי די דברות קודש האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אויסגערופן גאר שארפע ווערטער איבער די מלחמה אז "קיין שום משפחה" וואס באלאנגט נישט אין קרית יואל זאל נישט וואוינען נישט אין צענטער קרית יואל און נישט אין קרית יואן המורחבת!

"ווען דער פעטער האט געמאכט קרית יואל" האט דער רבי געזאגט "איז דאס נישט געווען מיט גרעניצן. ס'איז געווען פראבלעמען מיט די שכנים פון מאנרא, האט מען געמוזט מאכן א ווילעדזש. דער ווילעדזש האט געמוזט האבן גרעניצן, אבער קרית יואל איז נישט א ווילעדזש! נישט דאס האט דער רבי געמיינט! קרית יואל האט נישט קיין גרעניץ!"

מ'דארף וויסן אז דער רבי האט געבויט זיין שטאט נאר פאר ווער ס'איז אין זיין שיטה, און יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז ביי זיי "הייליג", אין אלע ענינים! בפרט בעניני אמונות ודיעות. נאר פאר די וואס האבן נישט קיין שייכות נישט צו די מדינה און נישט צו די אגודה! און אויך אין צניעות!

"איך קען נישט פארשטיין, וויאזוי ס'איז שייך אז ס'איז דא יחידים וואס זענען בסתר מסייע זיין לדבר עבירה צו ברענגען קיין קרית יואל, אדער קרית יואל המורחבת, משפחות וואס זענען נישט אין דעם שיטה."

מ'טוט עס בסתר! אבער בעולם העליון זעט מען דעם אמת מי במעל הזה! איך קען קלאר זאגן: דער פעטער ז"ל וועט זיך נוקם זיין אין זיי מיט'ן שארפסטן! הוי זהיר בגחלתן!

זיי שפילן זיך מיט פייער! איך מיין די וואס בויען פאר זיי, די וואס פארקויפן פאר זיי, און די וואס זענען מסייע! בגלוי אדער בסתר! זיי זאלן מורא האבן פון רבי'ן זי"ע בעולם העליון!!!

און דער רבי חזרט איבער: ווער עס קויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת, זאל נישט צאלן מער ווי $250 א סקווער פיס! ווייל אפילו מיט דעם סכום מאכט מען אסאך געלט. אויב מ'צאלט איין דאלאר מער, איז דאס אויסגעקוועטשטע געלט אן קיין בארעכטיגונג. אידיש געלט איז נישט הפקר!
אוי. די פריעדיגע יארצייט האבן מיר נאך געהאט מיט אונז דער לוחם אחרון. @דער תהלים איד זכותו יגן עלינו. יעצט האבן מיר שוין דאס אויך נישט. בלייבט נאר איבער איינצוחזר'ן זיינע דיבורים. און בעיקר די ברען און פייער מיט ווא סער האט גערעדט. און ער זאל זיין א מליץ יושר.
שרייב פאוסט