בלאט 6 פון 21
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:48 pm
דורך הלבלר בקולמסו
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:43 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:42 pm
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:35 pm
רבי יוחנן הסנדלר אומר, כל כנסיה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים.
@את פתח לו האלט אז עס גייט יא זיין... אקעי. לאמיר זען.
איך האלט גארנישט, איך שרייב א מאמר חז״ל.
וואס די אמת איז וועט זיך יעדער איבערצייגן אליינס!
וואס מיינט 'סופה', וואס מיינט 'מתקיים', וואס מיינט 'כנסיה'?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:50 pm
דורך את פתח לו
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:48 pm
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:43 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:42 pm
@את פתח לו האלט אז עס גייט יא זיין... אקעי. לאמיר זען.
איך האלט גארנישט, איך שרייב א מאמר חז״ל.
וואס די אמת איז וועט זיך יעדער איבערצייגן אליינס!
וואס מיינט 'סופה', וואס מיינט 'מתקיים', וואס מיינט 'כנסיה'?
נאו איידיע.
פראביר א בית יוסף חומש
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:50 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:10 pm
קיינמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:49 pm
איך הער אז די מעמד איז געקענסלט
ביזדערווייל איז גארנישט קלאר.
לויט ווי איך ווייס קומט יעצט פאר אן אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א, אינאיינעם מיט הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א, און הרה"ג ר' יעקב הורוויץ שליט"א.
ס'איז טאקע דא א מעגליכקייט אז מ'וועט צוריקגיין צום פלאן פון מאכן א יום תפילה אלע שטעט עקסטער, געוואנדן אין פארשידענע זאכן.
בבחינת חומותיך וויליאמסבורג?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:54 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:50 pm

אדער יעדער אין זיין שול.
באמת איז א שאד צו מאכן קאנספיראציעס בעפאר מ'ווייסט וואס עס בלייבט.
די עיקר נושא איז, אז די ליטווישע עסקנים ווילן עס זאל זיין נענטער צו לעיקוואד, נישט אין ברוקלין, און אז ס'זאל יא זיין דרשות.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:56 pm
דורך צווייזייטיג
און וואס זאגט די ועד הפעולה?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 4:08 pm
די עסקני העדה אין שפיץ פון די ועד הפעולה ארגאניזירט אז די עדה אליינס זאל - ווי אלע יארן - מאכן אן עצרת רבתי אויף ככר זופניק פאר אלע חברי העדה החרדית, צו מוחה זיין קעגן די גזירה און אויסרופן אונזער אנטריסונג פון סיי וועלכע פשרה אויפ'ן חשבון פון חרדי'שע בחורים. ס'איז ארויס א מודעה פון בי"ד, און שבת האט מען אויסגערופן אין אלע קהילות העדה אויפ'ן עצרת דעם מיטוואך.
דא האבן די אנדערע אנגעהויבן פארלאנגען מ'זאל עס אפשטיפן (לכאורה ווייל זיי ווילן עס אנפירן, און זיי ווילן עס זאל נישט זיין קיין דרשות מחמת טעמים שלהם הידועים ואכמ"ל). נעכטן זענען זיי געקומען אין בי"ד צו די חברי ביד"ץ אין נאמען פון ר' שמעון ווייס אז ער האט געהייסן אפשטיפן, האט בי"ד געזאגט "נו, וויאזוי די הנהלה באשליסט"... איז מען געגאנגען באקלעבן די גאסן מיט די צעטלעך אז ס'איז נדחה, און אז זונטאג קומט א "
תהלוכת מחאה"....
אבער היות מ'שטייט שוין מאנטאג און מ'האט נישט צוגעגרייט גארנישט איז אויפ'ן מינוט נישט זיכער וועלכע טאג ס'וועט זיין.

דורך לא ימושו מפיך
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:50 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:10 pm
קיינמאל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 4:49 pm
איך הער אז די מעמד איז געקענסלט
ביזדערווייל איז גארנישט קלאר.
לויט ווי איך ווייס קומט יעצט פאר אן אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א, אינאיינעם מיט הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א, און הרה"ג ר' יעקב הורוויץ שליט"א.
ס'איז טאקע דא א מעגליכקייט אז מ'וועט צוריקגיין צום פלאן פון מאכן א יום תפילה אלע שטעט עקסטער, געוואנדן אין פארשידענע זאכן.
בבחינת חומותיך וויליאמסבורג?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:57 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:54 pm
די עיקר נושא איז, אז די ליטווישע עסקנים ווילן עס זאל זיין נענטער צו לעיקוואד, נישט אין ברוקלין, און אז ס'זאל יא זיין דרשות.
און ווער איז דערקעגן?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:58 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:56 pm
און וואס זאגט די ועד הפעולה?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 4:08 pm
די עסקני העדה אין שפיץ פון די ועד הפעולה ארגאניזירט אז די עדה אליינס זאל - ווי אלע יארן - מאכן אן עצרת רבתי אויף ככר זופניק פאר אלע חברי העדה החרדית, צו מוחה זיין קעגן די גזירה און אויסרופן אונזער אנטריסונג פון סיי וועלכע פשרה אויפ'ן חשבון פון חרדי'שע בחורים. ס'איז ארויס א מודעה פון בי"ד, און שבת האט מען אויסגערופן אין אלע קהילות העדה אויפ'ן עצרת דעם מיטוואך.
דא האבן די אנדערע אנגעהויבן פארלאנגען מ'זאל עס אפשטיפן (לכאורה ווייל זיי ווילן עס אנפירן, און זיי ווילן עס זאל נישט זיין קיין דרשות מחמת טעמים שלהם הידועים ואכמ"ל). נעכטן זענען זיי געקומען אין בי"ד צו די חברי ביד"ץ אין נאמען פון ר' שמעון ווייס אז ער האט געהייסן אפשטיפן, האט בי"ד געזאגט "נו, וויאזוי די הנהלה באשליסט"... איז מען געגאנגען באקלעבן די גאסן מיט די צעטלעך אז ס'איז נדחה, און אז זונטאג קומט א "
תהלוכת מחאה"....
אבער היות מ'שטייט שוין מאנטאג און מ'האט נישט צוגעגרייט גארנישט איז אויפ'ן מינוט נישט זיכער וועלכע טאג ס'וועט זיין.
און וואס זאגט טראמפ?
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:26 pm
טראמפ
זיי דיסטרויען אונזער עקענאמיע,
איך וועל עס צוריק בויען
און געדענק דעס,
זי איז ביידען. זיי טרייט צו אוועקגיין פון דעם אבער זי איז ביידען
העריס:
קודם איך בין נישט ביידן, און נישט טראמפ,
איך וועל ברענגן א נייע גוטע פיוטשער פאר די לאנד
איך האב א פלאן צו געבן 50 אלפים טעקס דידאקשען פאר נייע ביזנעסער,
איך האב פלענער... 25 אלפים פאר ערשטע הייזער
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:59 pm
דורך וואוילער
צומאהל קען מען זאגן ״מ'זעהט די סייעתא דשמיא!״
אדער זאגט מען ״א גוטע זאך קומט אן שווער״
און אזוי קען יעדער שטעלן זיין מיינונג אויב ס'איז לשם שמים אדער נישט.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:01 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:57 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:54 pm
די עיקר נושא איז, אז די ליטווישע עסקנים ווילן עס זאל זיין נענטער צו לעיקוואד, נישט אין ברוקלין, און אז ס'זאל יא זיין דרשות.
און ווער איז דערקעגן?
ווילסט פארן 2 שעה, ווען ס'איז ממילא נישט אין מאנהעטן?
ווילסט ס'זאל זיין דרשות וואס זענען פאסיג פאר אלע קרייזן און מ'זאל זיך טענה'ן צו ס'איז יא קנאיש אדער נישט?
אבער בעיקר, איך האב נישט אויסגעפרעגט אלע צדדי הענין, צוערשט וועל איך לאזן די גדולי ישראל זיך אויסשמועסן צווישן זיך און מאכן החלטות.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:22 pm
דורך שאינו יודע לשאול
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:35 pm
רבי יוחנן הסנדלר אומר, כל כנסיה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים.
פירוש תוס' יו"ט:
ובמד"ש מפרש על הכנסיה עצמה והיינו דתנן סופה לומר שאע"פ שתראה בתחלה בעוני הכנסיה סופה להתקיים
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:02 pm
דורך יורה דעות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:22 pm
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:35 pm
רבי יוחנן הסנדלר אומר, כל כנסיה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים.
פירוש תוס' יו"ט:
ובמד"ש מפרש על הכנסיה עצמה והיינו דתנן סופה לומר שאע"פ שתראה בתחלה בעוני הכנסיה סופה להתקיים
די משנה גייט ארויף אויף א כינוס וואס איז געווען, אז די בירור אויב ס'איז געווען לשם שמים צו נישט, איז אויב ס'האט א קיום.
ס'איז נישט א בירור אויף יעדע געפלאנטע כינוס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט, אז ס'איז נישט לשם שמים.
#מיין סברא
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:06 pm
דורך יורה דעות
האב איך אמאל געהערט א הלצה,
כל כנסיה שהיא לשם שמים, וועלכע כינוס איז לשם שמים, סופה להתקיים, אז מ'גייט זיך שטעלן...
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:40 pm
דורך דער תהלים איד
אין די מינוטן האט זיך געענדיגט דער אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), איבער די בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די ראשי ישיבות הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הרה"ג ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.
עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע אסיפה פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אן קיין דרשות.
אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבבות ישראל!
דער רבי שליט"א האט באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.
מען האט דערביי קלאר דן געווען איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות. די החלטה איז געבליבן אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביים ערשטן אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, וואס יענע החלטה איז געווען געמאכט לתועלת הענין נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.
אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.
אצינד וועלן די עסקנים שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.
דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.
ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:51 pm
דורך דעת קדשי
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:55 pm
דורך זילבער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:40 pm

איז געווען א באטייליגטער מטעם קהילות מהרי"י, פאר די אסיפה פין די פלענער פין די געמיינזאמע עצרת פין אלע שיכטן און קרייזן?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:58 pm
דורך לינדען תושב
זילבער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:55 pm

איז געווען א באטייליגטער מטעם קהילות מהרי"י, פאר די פלענער פין די געמיינזאמע עצרת פין אלע שיכטן און קרייזן?
ווי איך הער איז דא אסאך חילוקי דעות און דעים נושא און דאס וואס שטייט דא איז נאר איין זייט פונעם מטבע
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:59 pm
דורך דעת קדשי
לינדען תושב האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:58 pm

די אנדערע זייט זאגט אז ס'איז געקענסעלד
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:10 pm
דורך וואוילער
איך האב א קלארע ראי' אז ס'איז נישט געקענסלד!
כ'האב יעצט באקומען א ראבא קאלל אז די ראלי פון זונטאג נצו״י איז א שיתוף פעולה מיט די אגודה רח״ל און וועט נאר ברענגען פשרות...
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:12 pm
דורך לינדען תושב
עפעס שטימט נישט אז סזאל זיין א מיטינג בבית האדמו"ר מסאטמאר מהר"א און דארט זאל באשטימט ווערן אלע דעטאלן אויב סאיז אפציעל דורך ביידע קהילות
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:16 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:10 pm
איך האב א קלארע ראי' אז ס'איז נישט געקענסלד!
כ'האב יעצט באקומען א ראבא קאלל אז די ראלי פון זונטאג נצו״י איז א שיתוף פעולה מיט די אגודה רח״ל און וועט נאר ברענגען פשרות...
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:29 pm
דורך דער תהלים איד
לינדען תושב האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:12 pm
עפעס שטימט נישט אז סזאל זיין א מיטינג בבית האדמו"ר מסאטמאר מהר"א און דארט זאל באשטימט ווערן אלע דעטאלן אויב סאיז אפציעל דורך ביידע קהילות
אלע אסיפות זענען געווען מיט ביידע סאטמארע קהלות אינאיינעם.
אבער ימות המשיח איז נאכנישט... און די רבי'ס זיצן נאכנישט אינאיינעם. דא האט זיך געהאנדלט פון א שאלה צו מען זאל טוישן פון וואס מען האט אפגעמאכט אנהויב, און די ראשי ישיבה האבן געוואלט הערן וואס דער רבי מהר"א זאגט דערוועגן. און היות דער רבי האלט אז אויב וועט יא זיין דרשות פון רעדנער וואס זענען נישט פון סאטמאר וועט בהכרח זיין פאנטשערס, און דערפאר האט מען אזוי געהאט אפגעשמעסט מתחילה, און באמת איז דער עיקר די מעסעדזש פאר די פרעסע ווייל מ'דארף דא קיינעם נישט מעורר זיין... ממילא איז געבליבן זיך צו האלטן דערצו.
שמועות זאגן אז טייל ווילן זיך ארויסציען אויב בלייבט מען מיט דעם ארגינעלן פלאן, זיי ווילן דוקא יא דרשות. איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת. ס'קען זיין סתם שמועות.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:32 pm
דורך צפרא טבא
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:16 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:10 pm
איך האב א קלארע ראי' אז ס'איז נישט געקענסלד!
כ'האב יעצט באקומען א ראבא קאלל אז די ראלי פון זונטאג נצו״י איז א שיתוף פעולה מיט די אגודה רח״ל און וועט נאר ברענגען פשרות...
רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געלאזט רעדן ביי א פראטעסט אקעגן ציונות!
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יורה דעות האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:02 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:22 pm
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:35 pm
רבי יוחנן הסנדלר אומר, כל כנסיה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים.
פירוש תוס' יו"ט:
ובמד"ש מפרש על הכנסיה עצמה והיינו דתנן סופה לומר שאע"פ שתראה בתחלה בעוני הכנסיה סופה להתקיים
די משנה גייט ארויף אויף א כינוס וואס איז געווען, אז די בירור אויב ס'איז געווען לשם שמים צו נישט, איז אויב ס'האט א קיום.
ס'איז נישט א בירור אויף יעדע געפלאנטע כינוס וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט, אז ס'איז נישט לשם שמים.
#מיין סברא
האסט געזען פון וועם איך האב עס נאכגעברענגט?
און דו זאגסט אז?
אהא.
---
באמת האסטו צוגעטראפן צום ערשטן -לכאורה פשוטן- פשט. אבער זעט אויס אז
@את פתח לו האט נישט געלערנט די ערשטע פשט... האב איך אים געברענגט וויאזוי די תוס' יו"ט איז מסביר די צווייטע וועג.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
DailyMonroe: During a visit of Rushei Yeshiva in Kiryas Yoel, it was discussed that no speeches will take place at the Atzeres, but rather messages directed to the media. Also, the Rushei Yeshiva asked the Atzeres take place in New Jersey closer to the thousands upon thousands of Bnei Torah in Lakewood who just started the new Zman.