דאכט זיך אז די מהרש פון באבוב האט אזוי געזאגט.אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 4:41 pmברענג מיר ביטע איין גרויסער איד וואס האט געזאגט אז די חורבן איז געקומען וועגן מחלוקתשרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am אנדער האבן געזאגט אז מחלוקת צווישן אידן איז געווען בעוכרם. באקאנט איז אז אושפיצין איז געווען א שטאט מלומד במחלוקת. אן אלטע בעלזער חסיד פון מונקאטש האט מיר פארציילט אז ווען זיי זענן אנגעקומן קיין אוישוויץ האט זיין מאמע געזאגט פאר אים, "אוי, ווי נאריש אונז זע'מיר געווען. מ'האט זיך פארלייגט אויף שטותים מיט קטנות." טאקע, די דייטשע אידן, על אף וואס זיי זענן נישט געווען קיין תיקון חצות זאגערס, האבן געהאט א שטארקן מיטפיל פאר אנדערע אידן, אפי' די וואס זענן געווען ווייט פון זיי. און זיי האבן שטארק איבערגעלעבט, עפ"י דרך הטבע ווייל זיי זענן אנטלאפן.
יא. ווען די חורבן איז געקומען האט מען די טויט לאגער אויפגעשטעלט אין א מחלוקת שטאט
ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

כהאב נאכנישט געליינט די פאוסט און לאמיר דערווייל לייגן ציונות אין א זייט. די הגדרה פון תורה אז מיר זוכן צו וויסן און פאלגן די רצון השם איז שטאאארק! א לייק איז נישט גענוג. סאם האו פארגעסט מען עס און דאס ברענגט צו לערנען אויבערפלעכליך, צו לערנען לעשות את התורה קרדום לחפור בה. די ליסטע איז ענדלאז ווען די יסוד פעלט.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 12:03 am פון דער חרבן איורפה דארך מען ארויסנעמן אז דער אויבישטער'ס דין איז שארף און וויטאגליך, און מיר זאלן וויסן אז יעדער זאך אין אידישקייט איז בנפשינו, און מ'זאל עס נישט גרינג שעצן. מיר זאלן וויסן איידער מיר זיצן לערנן תורה אז מ'גייט דא מברר זיין וואס דער אויבשטער וויל, און דער וואס פארלעצט דער אויבישטער'ס ווילן, קען שטארק ליידן, ממילא איז די לימוד התורה אויך בנפשינו.
און מיר זאלן אויך וויסן אז 'הגזירה אמת והחריצות שקר', און דערמיט שטערקער מאכן אונזער בטחון בה'.
ייש”כ גדול!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
יעדע זאך האט זיין פלאץמסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 7:22 amכהאב נאכנישט געליינט די פאוסט און לאמיר דערווייל לייגן ציונות אין א זייט. די הגדרה פון תורה אז מיר זוכן צו וויסן און פאלגן די רצון השם איז שטאאארק! א לייק איז נישט גענוג. סאם האו פארגעסט מען עס און דאס ברענגט צו לערנען אויבערפלעכליך, צו לערנען לעשות את התורה קרדום לחפור בה. די ליסטע איז ענדלאז ווען די יסוד פעלט.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 12:03 am פון דער חרבן איורפה דארך מען ארויסנעמן אז דער אויבישטער'ס דין איז שארף און וויטאגליך, און מיר זאלן וויסן אז יעדער זאך אין אידישקייט איז בנפשינו, און מ'זאל עס נישט גרינג שעצן. מיר זאלן וויסן איידער מיר זיצן לערנן תורה אז מ'גייט דא מברר זיין וואס דער אויבשטער וויל, און דער וואס פארלעצט דער אויבישטער'ס ווילן, קען שטארק ליידן, ממילא איז די לימוד התורה אויך בנפשינו.
און מיר זאלן אויך וויסן אז 'הגזירה אמת והחריצות שקר', און דערמיט שטערקער מאכן אונזער בטחון בה'.
ייש”כ גדול!
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
בלעטער 3,4 און 5.איך ווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:24 pmדי אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידישאיך ווייס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:00 pm אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.
דאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)► Show Spoilerנ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן► Show Spoiler
המשך יבא בס"ד.טראץ דער די פאקט אז צייט איז די טייערסטע צייט אין דעם נושא, [האבן] סטעיט דעפארטעמנט באאמעט אפגעשטופט דער נושא פאר איבער א יאר אן צושטעלן רעזולטאטען; געבענדיג אלע מינע תירוצים; פאראויסריקענדיג קיין שום ספעצישע הצעה צו ראטעווען אידן, און די זעלבע צייט מציע צו זיין אז די גאנצע פליטים פראבלעם זאל ווערן "דורכגעטוהן" דורך דער גאוועמענט און אינטערגאווערמענטעל קאממיטיען (א"ה דהיינו אפאר גאוורעמענטס צוזאמען). בשעת דער סטעיט דעפארטמענט האט אזוי "דורכגעטוהן" דער גאנצע פליטים פראבלעם, אן מחלק זיין צעווישן די וואס זענען אין א באלדיגע געפאר פון שטראבן אין די וואס זענען נישט, [זענען] הונדרעטער טויזענטער אידן צוגעלאזט געווארן צו שטארבן.
אזוי פרי ווי אגוסט 1942 [האט] א מעלדונג פון די סעקרוטאר פון די אידישע וועלט קאנגרעס אין שווייץ (ריגנע), געשיקט דורך די בריטישע אויסערן אפיס, באריכטעט אז היטלער נעמט אין באטראכט א פלאן צו אויסראטן אלע אידן פון דייטשע באהערשטע אייראפע. אין נאוועמבער 1942 איז שוין געווען גענוג באווייז, אריינגערעכענט א באדייטנדע צאל דאקומנטירטע באווייז געשיקט דורך אונזער לעגעטשעין (א"ה א לעגעטשיען איז די דיפלאמיטען וואס ווערן געשיקט פון איין לאנד צו א צווייטער בראשות פון די אמבאסעדער, און זענען אין די עמביסי) אין שווייץ, צו באשטעטיגען אז היטלער האט פאקטיש אנגענומען און אנגפאנגן אויספירן זיין פלאן צו פארטיליגען די אידן. סומנער וועלס ( א"ה דער דאמאלסטיגע אונטער סעקרוטאר פון די סטעיט Sumner Welles) האט צוליב דעם געלאזט די אידשע ארגענאזאציס צו פארעפענטליכען די פאקטן.
דערויף, האבן די אידישע ארגענאזאציעס גענומען די נויטגע שריט צו ברענגן די שטוינדענדע פאקט צו די אויפמערקזאמקייט פון דער פובליק דורך גרויסע מיטונגען וכו', און צו אופטרייבן ברייטע שטיצע פאר גאווערמענט אקציע. אויף דעצמבער 17 1942, א בשותפתדיג'ע באשטעטינג צעווישען די פאראייניגטע שטאטען אין די אייראפשע מיטגלידער פון די פאראייניגעטר פעלקער (UN, א"ה, די UN האט נישט דאן עקזסטירט אין איהר יעצטיגע פארמאט, נאר די אליערטע קרעפטן האבן זיך אזוי גערופן) איז געמאכט געווארן, ברענגנדינג אויפמערקזאמקייט און אראפרייסענדיג דער פאקט אז היטלער פירט אויס דאס וואס ער זאגט כסדר, אז ער טראט פון אויסראטן די אידישע פאלק פון אייראפע.
זינט דער צייט וואס דער גאווערמענט האט געוויסט אז די אידן ווערן געהארגעט, [האט] אונזער סטעיט דעפארטמענט פארפעלט צו נעמען סיי וואס פאר פאזיטיווע שריט מיט'ן חשבון צו ראטעווען סיי וועלעכע פון די מענטשען. כאטש וואס די סטעיט האט גענוצט די געצייג פון אויפשטעלן אן אינטער-גאווערמענטעל ארגאנאזאציעס צו באקוקן די גאנצע פליטים פראבלעם, און רופנדיג פאר קאנפרענסען ווי די בערמודע קאנפרעס צו באטראכטען די פליטים פראבלעם, מאכן דאס אויסזעהן ווי פאזיטיווע טאהטען קענען גערכענט ווערן אויף [אין דער נאנטער צוקנויפט], אין פאקט איז גארנישט אויפגעטוהן געווארן.
נאך איידער די רעזולטאטן פון דער בערמודע קאנפרעס, וועלכע איז געהאלטן געווארן אין אפריל 1943, איז פארעפענטליכט געווארן [האט] סענטער לאנגער (א"ה אן אייזעלטשעניסט רעפובליקאנער פון נארט דאקאטע) נביאות'דיג געזאגט פאר די סענעט אויף אקטובער 6 1943:
ווי מיר שטייען יעצט האבן מיר נישט קיין באריכט פון די בערמודע פליטים קאנפרענס. מיט די בעסטע מחשבות און אלע נאכגעבענגען וואס מען קען נאכגעבן פאר דילפאמיטשע פארהאנדלענגן אין צייט פון א מלחמה, מעג איך זאגן די ביטערע חשד אז דאס פעלן פון דעם באריכט צייגט בלויז איין זאך -- דער פעלן פון טוהן.
מן הסתם אין אלע 5703 יארן, האבן אידן ווייניג געהאט אזא טראגישע און האפענוגסלאזע צייט ווי די צייט וואס מיר גייען יעצט דורך. איינער פון די מערסטע טארגישע חלקים איבער די יעצטיגע מצב איז אז בשעת זיי זענען געאנייגט פאר צורת און קידוש השם דורך זייערע שונאים, קוקט אויז ווי זיי זענען פארגעסן געווארן דורך די פעלקער וואס עמטליך שלאגן זיך פאר די מענטשהייט. מיר זאלן געדענקען די אידישע שלאכטהויז אין אייראפע און פרעגן וואס ווערט געטוהן? -- און איך בין מגדיש די ווארט "געטוהן" -- ארויסצובאקומען די ליידענע מענטשן ארויס פון די שחיטה ווי לאנג זיי לעבן.
*** אפשר וואלט געווען נויטיג אריינצוגעבן א אפיציעלע רעזולאציע אדער צו בעטן די סעקרוטער פון סטיעט צו באריכטן צו א פאסיגע קאנגרעסינאלע קאממיטיע אויף די שריט וואס ווערן גענומען אין דעם קשר. נארמאל וואלט עס געווען די פליכט פון די רעגירונג צו ווייזן איז זי איז וואך צו דער טרעגעדיע; אבער ווען א רעגירונג פארנעכליסיגט איהר פליכט איז עס דער פליכט פון די לעגעלעסטור אין א דעמקראטיע איהר צו דערמאנען פון דעם פליכט. *** עס איז נישט וויכטיג ווער רופט דעם קול פאר טוהן, און ס'איז נישט וויכיטיג די פראדאצוער וואס ווערט גענוצט כדי מען זאל טוהן. ס'איז וויכטיג אז מען זאל טוהן.
ענליכע זארגן זענען געהערט געווארן דורך די רעפרעזענטיטיווס סעללער, דיקשטיין און קליין. סענעטער וואגנער און רעפרעזענטיוו סאדוויסקי האבן אויך גערופן צו טוהן.
די זארגן איבער די דורכפאל פון די בורמאדע קאנפרענס זענען גענצליך באשטעיטיגט געווארן ווען ברעקנרידזש לאנג (א"ה ער איז געווען די Assistant צו די סעקרוטאר פון סטעיט) האט ענדליך אנטפלעקט טייל פון די זאכן וואס זענען געשען ביי דעם קאנפרעס, אין זיין באשטעטונג צו דער קאמיטיע אויף אויסערליכע איינצעלהייטן אין די הויז [פון רעפרעזענטיטיווס] אויף נאוועמבער 26, 1943.
נאך לאנג'ס "אטפלעקונג", [האט] רעפרעזענטיטיוו סעללער געזאגט אין די הויז אויף דעצעמבער 20 1943:
ער אנטפלעקט טייל פון די זאכן וואס זענען געשען ביי דעם אזוי גערופענע בערמודע קאנפרענס. ער האט געמיינט ער פארציילט עפעס וואס איז ביז יעצט געווען פארהוילן און געהיים. וואס איז געשען ביי די בערמודע קאנפרענס האט נישט געקענט בלייבן עקזיקיטיוו (א"ה דהיינו ביי די פרעזידענט און זיין קאבינעט און זייער משמשים, לאפוקי קאנגרעס). אלע פארשלאגן און אנטדעקען פון דער בערמודע קאנפרענס זענען באוויסט געווארן צו דער אינטערגאווערמענטעל קאמיטיע פון פליטים, וואס עקזיסטירט שוין זינט די עוויען קאנפרענס אין 1938, און וועלעכע האט געארבייט די גאנצע צייט אין לאנדען. וויפיל די קאמיטיע האט אויפגעטוהן אין די אלע יארן פון איהר עקזיסטענץ. עס וועט געדענקט ווערן, אז יענער קאמיטיע ארבייט דורך אן עקזיטיוו קאמיטיע וואס באשטייט פון 6 לענדער. אמעריקע, בריטיאניע, די נידרלאנד, פראנקרייך, בראזיל, און ארגענטיניע. אמת קיין באריכט פון די בערמודע קאנפרענס איז נישט פארעפענטליכט געווארן. אבער אן איראנישע פאקט ווערט נאטירט ווערן אין די אנוועזענהייט פון ארגענטינע אין די מערסט באגלייבסטע קאמיטיען, ארגענטינע וואס האט באקומען אן אפציעלע פסק פון פרעזידענט רוזוועלט פארן פארמאכן די אידישע פרעסע, און אין איהר גרעניצען נאצי פראפאגאנדיסטען און פאלענזשיליסטס האבן יעצט הנאה פון א רומישע חגא. איך לייג פאר אז די עצם נאטור פון די צוזאמשטעל פון דעם קאמיטיע קען נישט ארבייטען אלץ די מיטל צו ראטעווען די אידישע מענטען פון אייראפע. דער אויפטוהנגען וואס מען קען זעהן פון די בערמודע קאנפרענס, אזוי ווי די אויפטוהנגען פון די פריערדיגע עוויען קאנפרענס קענען אריינגען אין א פיצילע קאפסול.
אייער פון די בעסטע איבערבליקען פון די גאנצע מצב איז אריינגערעכענט אין איין זאץ פון א באריכט אריינגעגעבן דעצעמבער 20 1943 דורך די קאמיטיע פון אויסערן באציאונגען פון די סענעט, פארשלאנגדינג דורך צו פירן א רעזולאציע (S. R. 203), אין שטיצע פון מאכן א קאממישען צו מאכן פלענער צו ראטעווען אידן פון אייראפע פון אויסראט דורך נאצי דייטשלאנד. דער קאממיטע זאגט:
" מיר האבן גערעדט; מיר האבן מיטגעפילט; מיר האבן אויסגעדורקט אונזער אויפברויז און עקל; די צייט צו טוהן איז שוין לאנג דא.
דער סענעט רעזולאציע איז אריינגעגעבן דורך סענעטער גיי מ. דזשילעט פאר זיך און 11 מיטארייבטער, סענעטעראן טעפט, טאמעס, ראדקליף, מוררעי, דזשאנסען, גופפעי, פיערגעסון, קלארק, ווען ניוס, דאונעי,און עללענדער.
דער הויז רעזולאציעס (H.R.'s 350 און 352), זענען אייניג מיט די סענעט רעזולאציע, און זענען אריינגעגבן דורך די רעפרעזעטיטיווס באלדווין און ראדזשערס.
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
א גרויסן יישר כח @איך ווייס פאר דיין שווערע ארבעט
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
6-7איך ווייס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 7:59 pm
אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.
די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידישדאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.► Show Spoiler
סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)נ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן► Show Spoiler
בלעטער 3,4 און 5.המשך יבא בס"ד.► Show Spoiler
די מערסטע בולטדיגע דוגמא פון דאס באניץ פון דער געצייג פון דער גאווערמעט צו עכט צוריקהאלטען דאס ראטעווען פון אידן זענען די מניעות וואס זענען געלייגט געווארן אויף געבן וויזעס צו דער פאראייניגטע שטאטען. אין דער צעטל וועלעכע דער סטעיט דעפארטמענט האט געשיקט צו די ברטישע אויף פעברור 25 1943 איז געשטאנען:
זינט דער אריינטריט פון די פארייניגטע שטאטען אין די מלחמה זענען קיין שום נייע צוימונגען געלייגט געווארן אויף די צאל פון אויסלענדעשער פון סיי וועלעכע פאלק וועלעכע קענען קומען צו דער לאנד אונטער עקזיסטירנע געזעצען חוץ פון דער מער גרונטליכע אויספארשאנגען פון די אויסלענדישער וועלעכע פארלאנגט זיך צוליב זיכערהייט סיבות
דער זאץ חוץ פון "צוליב זיכערהייט סיבות" דערמאנט אין דעם צעטיל איז די לץ. אונטער די שלייער פו זיכערהייט סיבות [זענען] אזוי פיל שווערקייטן געלייגט געווארען אין דער וועג פון די פליטים צו באקומען וויזעס, אז עס איז נישט קיין וואונדער אז דאס [צאל פון] אריינעמען פליטים אין דער מדינה קומט נישט צו ערגעץ נאנט צו די קוואוטע (א"ה, quota, דאס איז די מאקסימום צאל איממיגראנטען וואס אמעריקע האט אריינגענומען, לויט די דעמאלסטיגע געזעץ, די קוואוטע איז געווען צוטיילט לויט די לענדער פון אפשטאם, יעדער לאנד האט געהאט אן אייגענע קוואוטע), כאטש לאנג'ס באשטעטונג [געמאכט] אויסצוזעהן ווי דאס פארקערטע. דער נאכפאלגענדע באגרענצינוגען וועלעכע זענען אקטועל צו דאס געבן פון וויזעס זינט אנפאנג פון די מלחמה זענען געווענליך [אזוי].
א) אסאך אפליקאציעס פאר וויזעס ווערן צוריקגעוויזן אויף די סמך אז דער פליט האבן נאנטע קרובים אין די עקסיס [דייטשע] קאנטרילירטע אייראפע. דער חשבון פון דאס איז אז דער פיינט וועט קענען לייגן דרוק אויף די פליט אלץ רעזולטאט פון די פאקט אז דער שונא האט די כח פון טויט און לעבן אויף זיין נאנטע משפחה
ב) נאך א בעגרענצינוג וועלעכע טוהט שטארק פארגרעסען די ביוערקראטיע און אפשופטנג אין דאס באקומען די וויזע, און פארלאנגט צעווישען אנדערע צוויי עפידעוויטס (שבועות) פון צוהילפן און אויסהאלטען וואס מוז קומען מיט יעדער ביטע פאר א וויזע. צו יעדער עפידעוויט פון הילף און אויסהאלטען, מוז אויך זיין צוויי בריוו פון אנערקעטנע אמעריקאנע בירגער, כדי זיך נאכצופרעגן [אויף דער חותם אויף די שבועה] (א"ה, דער עפידעווידט'ס ציל איז געווען אז אן איממיגראנט פון אויסלאנד זאל נישט פאלן צו לאסט אויף די אמעריקאנער וועלפעיר, מילא האט מען געמוזט באקומען א שבועה פון איינעם אין אמעריקע, וועלעכע שווערט אז ער גייט אויסהאלטען דעם איממיגרענט, אין פאל פון נויט)
אויב איינער וואלט פראבירט אויסצוארבייטן באצוימענגען ספעציעל אויסגערעכענט צוריקצוהאלטען אידישע פליטים פון אריינקומען אין דעם לאנד איז שווער צו טראכטן פון מער ווירקזאמע באצוימונגען וואלט מען געקענט לייגן פון די וואס מען האט שוין געלייגט אויף די סמך פון "זיכערהייט".
ס'איז קלאר אוודאי אז די באצוימונגען זענען נישט נייטיג פאר זיכערהייט סיבות. טא, פליטים אויפ'ן אנקום צו דעם לאנד וואלט מען געקענט לייגן אין לאגערן ענדליך צו די פאר די יאפאנזער אויך די מערב ברעג און ארויסגעלאזט נאר נאך א צופרידעשטעלענדע אויספארשונג. נאכמער, אפילו מיר זאלן נעמען די פליטים און זיך אויף פירן צו זיי ווי צו קריגס געפאנגענע וואלט עס געווען בעסער ווי צו לאזן זיי זאלן שטארבן.
רעפרעזניטיוו דיקשטיין האט געזאגט אין די הויז אויף דעצעמבער 15:
אויב מיר נעמען אין באטראכט אז דער דורכשניטליע אריינעמענוג [פון פליטים] וועלן דאן זיין ביי א ראטע פון ווייניגער פון 58,000 א יאר, ס'איז קלאר אז די חלקים פון אונזער רעגירונג האבן נישט אויסגפילט זייער פליכט. דער עקזיסטירענע קוואוטעס רופן פאר'ן ארייננעמען מער פון 150,000 יעדער יאר, אזוי אז וואלטן די קוואוטעס אליין געווארן אנגעפילט דאן וואלט געווען אלעס צוזאמען אנדערטהאלבען מיליאן און נישט 580,000 אין די דערמאנטע צייט שניט.
אבער דאס איז נישט די גאנצע מעשה. קיין שום מיה פון סיי וועלעכע סארט איז געמאכט געווארן צו ראטעווען פון טויט אסאך פון די פליטים וואס וואלטן געקענט געראטעוועט ווערן אין דער צייט וואס די טראנספארטאציע לינעס זענען געווען אפן, אן קיין שום שטער זיי אריינצונעמען צו די פאראייניגטע שטאטען. חוץ דער מניעות'דיג'ע פאליסי פון אונזער גאווערמענט, בפרט די סטעיט דעפארטמענט, וואס האט געזעהן פאר ריכטיג זיך צו באפעסטיגען מיט רולס און רעגולאציעס, אנשטאט פון גרינגער מאכן די רולס און רעגולאציס [וואס דאס האט גורם געווען] א מצב אזוי אז נישט אפילו דער עקזיסירע קוואוטעס זענען אנגעפילט געווארן.
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
8-10איך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 10:33 pm
אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.
די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידישדאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.► Show Spoiler
סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)נ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן► Show Spoiler
בלעטער 3,4 און 5.המשך יבא בס"ד.► Show Spoiler
6-7► Show Spoiler
רעפרעזענטיטיוו סעללער האט געזאגט אין די הויז יוני 30:
מיסטער ספיעקער, פעלקער האבן דערקלערט מלחמה אויף דייטשלאנד, און זייער הויעך-ראנקיגע באאמע האבן פראקלימירט ערליכע מחאות קען דער נאצי מארד פון אידישע קרבנות, אבער קיין איינער פון די מדינות ביז יעצט האט געזאגט אז זיי זענען וויליג אריינצונעמען די פליטים, סיי אויף אייביג אדער אלץ געסט, אדער סיי וועלעכע פון די מינערטעטען וואס פראבירן צו אנטלויפן דעם היטלער תפיסה און שלאכטהויז.
גאעבלס (א"ה דער נאצי פראפאגאנדע מיניסטער) זאגט: דער UN וועט נישט נעמען קיין אידן. אונז וויל מיר זיי נישט. לאמיר זיי הארגענען. און אזוי ער און היטלער פארצייכנען אייראפע אידנריין.
אן קיין שום טויש צו אונזער אימיגראציע מצב קענען מיר באקומען א באדייטנדע צאל פון די וואס זענען גליקליך גענוג צו אנטלויפן פון די נאצי גיהנום, נעם זיי אריין אלץ באזוכער, דער אימיגראציע קוואוטס אין דער זייט געלייגט. מען קען זיי לייגן אין לאגערן און האלטן זיי אין אזעלעכע פלעצער ביז נאכ'ן קריג. פריוואטע צדקה אגענטורן וואלטן געווען וויליג צו באצאלן די גאנצע קאסט דערפון. עס וואלט נישט געווען קיין שום הוצאה אויף דער חשבון פון די רעגירונג בכלל. די אגענטורן וועלן אפילו באצאלן פאר טראנספארטאציע פאר שיפן אהין און צוריק פון דעם לאנד.
מיר היימען און האלטן נאצי געפאנגער, אסאך פון זיי אן קיין צוויפיל שולדיג פאר נאצי פארברעכנס. מיר זאלן טוהן נישט ווייניגער פאר די קרבנות פון די כעס פון דער האנס (א"ה Hun, דאס איז א כינו, א שפעט ווארט פאר דייטשען).
נאכאמאל אויף דעצעמבער 20 האט ער געזאגט:
לויט עירל ג. הערריסען (Earl G. Harrison), קאממישינער פון די איממיגראציע און נאטורליזעשעון סערוויס. נישט זינט 1862 זענען געווען ווייניגער אויסלענדישער אריינקומענדיג אין דער לאנד.
אפען גערעדט, ברעקרידזש לאנג, לענ"ד, האט די ווייניגסטע מיטגעפיל צו די פליטים אין די גאנצע סטעיט דעפארטמענט, איך לייג אויף עם דאס ארויפשטעל די טראגישע שוועריקייטען אין באקומען וויזעס.
דער אינטערדערפאטמעל ריוויא קאמיטע וועלעכע קוקט איבער דער ביטעס פאר וויזעס באשטייט פון איין באאמטע פון דער פאלגענדע דעפארטמענטס. מלחמה, נעווי, FBI, סטעיט און איממיגראציע. יענער קאממיטיע איז געווען ווי אייז אין איהר שטייטקייט און קאלטבלוטגקייט. עס קען נעמען חדשים און חדשים צו שענקען די וויזע און דאן קומט עס געווענליך אן צו א קערפער.
איך האב געברענגט דער שווערקייט צו די אויפמערקזיימקייט פון דער פרעזידענט. ער האט געבעטן לאנג זאל דאס זאפארט אויספארשען. ניין, עס איז נישט געווען קיין שום טויש אין די מצבים. דער עקלדיגע צוריקהאלטענוגען עקזיסטערט נאך.
2) סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן נישט נאר פארפאלט מיטצוארבייטען מיט פריוואטע ארגאנעזאציעס אין די פראוון פון די ארגאנעזאציעס אויסצוארבייטען אייגענע פראגראמס אליין, אבער האבן גענומען שריט אויסגערעכנט צוריקצוהאלטען די פראגרעמן פון צושטאנד קומען.
דער בעסעט ראי' אויף דעם קלאגע זענען די פאקטן ביחס צו דער הצעה פון די וועלט אידיש קאנגרעס ארויסצונעמען אלע אידן פון רומעניע און פראנקרייך. דער הויעך פונקטען פון די באמיהונגען פון סטיעט דעפארטמענט באאמטע צוריקצוהאלטן די הצעה פון צושאטנד קומען זענען די נאכפאלגענדע: (א"ה די וועלט אידישע קאנגרעס איז געגרינדערט געווארן אין 1936, און האט זיך באצויגען אלץ די דיפלאמטישע ארעם פון די אידשע פאלק, עס איז געווען א צוזאמארבייט פון אסאך אידישע ארגענאזאציעס, די וועלט אידישע קאנגרעס גייט נאך אן עד היום, ווי ערליך ס'איז געווען, און וויפיל שטיצע עס האט געהאט ביי היימישע אידן, ווייס איך נישט)
א. אויף מערץ 13 1943, א טעלעגראם איז אנגעקומען פון א וועלט אידישע קאנגרעס פארשטייער אין לאנדען זאגענדינג אז ידיעות זענען אנגעקומען אויף לאנדאן אנדייטענג אויף א מעגליכע הצלה פון אידן אויב געלטער וואלט פריי געווען פאר די אידשע וועלט קאנגרעס פארשטייער אין שווייץ.
ב. אויף אפריל 10 1943, סומנער וועלעס האט געשיקט א טעלעגראם צו אונזער לעגשטשעין אין בערן, און געבעטן זיי זאלן זיך פארשטענדיגען מיט די אידישע וועלט קאנגרעס פארשייטער אין שווייץ, וועם וועלעס האט באקומען א ידיעה אז ער האט וויכטיגע ידיעות אבער דער מצב פון די אידן.
ג. אויף אפריל 20 1943, א טעלעגראם איז אנגעקומען פון בערן, בשייכות צו די פארגעשלאנגע געלט איינגעלהייטען בקשר צו דאס ארויסנעמען די אידן פון רומעניע און פראנקרייך.
ד. אויף מאי 25 1943, די סטעיט דעפארטמענט האט צוריק געשיקט א טעלעגראם פאר א אויסקלארענג אין די פארגעשלאגענע געלט איינגלעהייטען. דער נושא איז נישט געברענגט געווארן צו די אויפמערקזאמקייט פון די טרעזושרי דעפארטמענט ביי די צייט.
ה. דער גאנג שאלה פון באצאלן דער אנטלויף פון רומעניע און פראנקרייך איז ערשט געברענגט געווארן צו די אויפמערקזאמקייט פון די טרעזשורי דעפארטמענט אויף יוני 25 1943
ו. א קאנפרעס איז אפגעהאלטען געווארן מיט די סטעיט דעפארטמענט בקשר צו די נושא אויף יולי 15 1943.
ז. א טאג דערויף אויף יולי 26 1943 האט די טרעזשורי דעפארטמענט מודיע געווען אז זי איז גרייט צו געבן א לייסענס אויף דעם נושא
ח. דער לייסענס איז נישט געגעבן געווארן ביז דעצעמבער 18 1943.
בשעת די 5 חדשים צייט צעווישען די צייט וואס דער טרעזושרי האט געזאגט אז זי איז גרייט צו געבן די לייסענס און די צייט וואס די לייסענס איז אין פאקט געגעבן געווארן אפשטופניגען און טענות פון אלע סארט האבן זיך געגאסן פון באאמטע פון די סטעיט דעפארטמענט, פון אונזער לעגעשען אין בערן, און צום סוף פון די בריטשע. דער עכטע וויכטיגקייט פון די אפשטופנגען און טענות איז ארויסגעברענגט געווארן צו די סטיעט דעפארטמעט וואס די [די טרעזשורי סעקרוטאר הענרי מארגענטוי] האסט געשיקט צו סעקרוטאר הול אויף נאוועמבער 24 1943 און דעצעמבער 17 1943, וועלעכע האבן גענצליך צונישט געמאכט די "תירוצים" וואס די סטיעט דעפארטמענט באאמטע האבן פאראויסגערוקט. אויף דעצעמבער 18 די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט באשטעלט א מיטונג דורכצושמועסן די נושא מיט סעקרוטאר הול אויף דעצעמבער 20. און דערנאך א וואונדערליכע אבער פארשטענדליכע זאך איז געשען. אויף דעצעמבער 18, דער טאג נאך וואס די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט געשיקט [זיין] בריוו און די טאג וואס די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט געבעטען א מיטונג מיט די סעקרוטאר הול, דער סטיעט דעפארטמענט האט געשיקט א טעלעגראם צו די בריטשע אויסדרוקענדיג וואונדער איבער דער בריטישע שטאנדפונקט און באשטעטונג אז די סטעיט דעפארטמענט קען נישט מסכים זיין מיט דעם שטאנדפונקט (אין פשוטע טערמינען, דער בריטשע שטאנדפונקט פון וואס די סטעיט דעפארטמענט רעדט איז זיי זענען לפנים מסכים אז די מעגליכע -- אפילו ווארשיינליכע -- טויט פון טויזענטער איד אין דעם שונא'ס לאנד וועגן "די שווערקייטען פון פלאצירען א באדייטענדע צאל אידן אין פאל זיי זאלן געראטעוועט ווערן"). אויף דער זעלבע טאג, דער סטעיט דעפארטמענט האט געגעבן די לייסענס, אפגעזעהן די פאקט אז די טענות פון די לעגעטשעין אין בערן זענען נאך געווען און די בריטשע האט שוין ארויסגעזאגט זייער אי הכסמה. סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן זיך אזוי געיאגט צו געבן דעם לייסענס אז זיי האבן נישט בלויז נישט געבעטען די טרעזשורי צו מאכן דעם לייסענס (וואס וואלט געווען די נארמאלע מהלך) נאר זיי האבן געמאכט די לייסענס אן אפילו זיך באראטען מיט די טרעזשויר אויף די פרטים דערפון. שומעסערייען מיט געוויסע סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן באשטעטיגט וואס איז קלאר פון דער אויבן דערמאנטע פאקטן.
ברעקנידזש לאנג האט געוויסן אז זיין שטעלונג איז אזוי אומפארטיידגבאר אז ער איז נישט געווען וויליג אפילו פארבירן דאס צו פארטיידיגען ביי דיין [טרעזושרי סעקרוטאר] מיטיניג מיט סעקרוטאר הול אויף דעצעבער 20. דערפאר, האט ער געטוהן דער שריט וואס ער האט געפילט איז וויכטיג צו "פארדעקן" זיין פריעריגע שטעלונג אין דעם נושא. עס איז, אוודאי, קלאר אז אויב מיר וואלטן נישט געמאכט דעם באריכט קעגן די סטיעט דעפארטמענט, נאכגעפאלגט מיט דיין [טרעזושרי סעקרוטאר] ביטע צו זעהן סעקרוטאר הול, וואלטן די שריט וואס די סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן גענומען אויף דעצעמבער 18 אדער קיינמאל נישט געשעהן אדער אפגעשטופט געווארן אזוי לאנג אז סיי וועלעכע גוטס וואס עס וואלט געקענט ברענגן וואלט פארלוירען געגאנגן.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4322
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13411
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
און דער 'אוצר' אפטיילונג די וואך (במדבר) אין דער בלאט האט ר' משה יודא יואל ווייס א הערליכע ארטיקל ווי ער גייט אריין ווער עס איז שולדיג אין די הריגות אויף אונזערע עלטערן די 484 טויזענט הרוגי אונגארן הי"ד.
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
עד ועד בכלל.
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
וואס שרייבט ער?מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 10:10 pm און דער 'אוצר' אפטיילונג די וואך (במדבר) אין דער בלאט האט ר' משה יודא יואל ווייס א הערליכע ארטיקל ווי ער גייט אריין ווער עס איז שולדיג אין די הריגות אויף אונזערע עלטערן די 484 טויזענט הרוגי אונגארן הי"ד.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4322
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13411
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
סאיז א פארזעצונג.וואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 1:02 pmוואס שרייבט ער?מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 10:10 pm און דער 'אוצר' אפטיילונג די וואך (במדבר) אין דער בלאט האט ר' משה יודא יואל ווייס א הערליכע ארטיקל ווי ער גייט אריין ווער עס איז שולדיג אין די הריגות אויף אונזערע עלטערן די 484 טויזענט הרוגי אונגארן הי"ד.
ער איז נאכנישט צוגעקומען צו די נקודה.
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
עד ועד בכלל.
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
איך האב געהאט איבערגעטייטש נאך אפאר בלעטער פון די באריכט, אבער ס'איז פארלוירען געגאגען צוליב א טעכנישע סיבה, איך גיי פון דא און ווייטער נישט געהעריג איבערטייטשן, נאר שרייבן די תוכן פון די באריכט, פון בלאט 11 און ווייטער.איך ווייס האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 9:06 pm8-10איך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 10:33 pm
אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.
די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידישדאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.► Show Spoiler
סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)נ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן► Show Spoiler
בלעטער 3,4 און 5.המשך יבא בס"ד.► Show Spoiler
6-7► Show Spoilerרעפרעזענטיטיוו סעללער האט געזאגט אין די הויז יוני 30:
מיסטער ספיעקער, פעלקער האבן דערקלערט מלחמה אויף דייטשלאנד, און זייער הויעך-ראנקיגע באאמע האבן פראקלימירט ערליכע מחאות קען דער נאצי מארד פון אידישע קרבנות, אבער קיין איינער פון די מדינות ביז יעצט האט געזאגט אז זיי זענען וויליג אריינצונעמען די פליטים, סיי אויף אייביג אדער אלץ געסט, אדער סיי וועלעכע פון די מינערטעטען וואס פראבירן צו אנטלויפן דעם היטלער תפיסה און שלאכטהויז.
גאעבלס (א"ה דער נאצי פראפאגאנדע מיניסטער) זאגט: דער UN וועט נישט נעמען קיין אידן. אונז וויל מיר זיי נישט. לאמיר זיי הארגענען. און אזוי ער און היטלער פארצייכנען אייראפע אידנריין.
אן קיין שום טויש צו אונזער אימיגראציע מצב קענען מיר באקומען א באדייטנדע צאל פון די וואס זענען גליקליך גענוג צו אנטלויפן פון די נאצי גיהנום, נעם זיי אריין אלץ באזוכער, דער אימיגראציע קוואוטס אין דער זייט געלייגט. מען קען זיי לייגן אין לאגערן און האלטן זיי אין אזעלעכע פלעצער ביז נאכ'ן קריג. פריוואטע צדקה אגענטורן וואלטן געווען וויליג צו באצאלן די גאנצע קאסט דערפון. עס וואלט נישט געווען קיין שום הוצאה אויף דער חשבון פון די רעגירונג בכלל. די אגענטורן וועלן אפילו באצאלן פאר טראנספארטאציע פאר שיפן אהין און צוריק פון דעם לאנד.
מיר היימען און האלטן נאצי געפאנגער, אסאך פון זיי אן קיין צוויפיל שולדיג פאר נאצי פארברעכנס. מיר זאלן טוהן נישט ווייניגער פאר די קרבנות פון די כעס פון דער האנס (א"ה Hun, דאס איז א כינו, א שפעט ווארט פאר דייטשען).
נאכאמאל אויף דעצעמבער 20 האט ער געזאגט:
לויט עירל ג. הערריסען (Earl G. Harrison), קאממישינער פון די איממיגראציע און נאטורליזעשעון סערוויס. נישט זינט 1862 זענען געווען ווייניגער אויסלענדישער אריינקומענדיג אין דער לאנד.
אפען גערעדט, ברעקרידזש לאנג, לענ"ד, האט די ווייניגסטע מיטגעפיל צו די פליטים אין די גאנצע סטעיט דעפארטמענט, איך לייג אויף עם דאס ארויפשטעל די טראגישע שוועריקייטען אין באקומען וויזעס.
דער אינטערדערפאטמעל ריוויא קאמיטע וועלעכע קוקט איבער דער ביטעס פאר וויזעס באשטייט פון איין באאמטע פון דער פאלגענדע דעפארטמענטס. מלחמה, נעווי, FBI, סטעיט און איממיגראציע. יענער קאממיטיע איז געווען ווי אייז אין איהר שטייטקייט און קאלטבלוטגקייט. עס קען נעמען חדשים און חדשים צו שענקען די וויזע און דאן קומט עס געווענליך אן צו א קערפער.
איך האב געברענגט דער שווערקייט צו די אויפמערקזיימקייט פון דער פרעזידענט. ער האט געבעטן לאנג זאל דאס זאפארט אויספארשען. ניין, עס איז נישט געווען קיין שום טויש אין די מצבים. דער עקלדיגע צוריקהאלטענוגען עקזיסטערט נאך.
2) סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן נישט נאר פארפאלט מיטצוארבייטען מיט פריוואטע ארגאנעזאציעס אין די פראוון פון די ארגאנעזאציעס אויסצוארבייטען אייגענע פראגראמס אליין, אבער האבן גענומען שריט אויסגערעכנט צוריקצוהאלטען די פראגרעמן פון צושטאנד קומען.
דער בעסעט ראי' אויף דעם קלאגע זענען די פאקטן ביחס צו דער הצעה פון די וועלט אידיש קאנגרעס ארויסצונעמען אלע אידן פון רומעניע און פראנקרייך. דער הויעך פונקטען פון די באמיהונגען פון סטיעט דעפארטמענט באאמטע צוריקצוהאלטן די הצעה פון צושאטנד קומען זענען די נאכפאלגענדע: (א"ה די וועלט אידישע קאנגרעס איז געגרינדערט געווארן אין 1936, און האט זיך באצויגען אלץ די דיפלאמטישע ארעם פון די אידשע פאלק, עס איז געווען א צוזאמארבייט פון אסאך אידישע ארגענאזאציעס, די וועלט אידישע קאנגרעס גייט נאך אן עד היום, ווי ערליך ס'איז געווען, און וויפיל שטיצע עס האט געהאט ביי היימישע אידן, ווייס איך נישט)
א. אויף מערץ 13 1943, א טעלעגראם איז אנגעקומען פון א וועלט אידישע קאנגרעס פארשטייער אין לאנדען זאגענדינג אז ידיעות זענען אנגעקומען אויף לאנדאן אנדייטענג אויף א מעגליכע הצלה פון אידן אויב געלטער וואלט פריי געווען פאר די אידשע וועלט קאנגרעס פארשטייער אין שווייץ.
ב. אויף אפריל 10 1943, סומנער וועלעס האט געשיקט א טעלעגראם צו אונזער לעגשטשעין אין בערן, און געבעטן זיי זאלן זיך פארשטענדיגען מיט די אידישע וועלט קאנגרעס פארשייטער אין שווייץ, וועם וועלעס האט באקומען א ידיעה אז ער האט וויכטיגע ידיעות אבער דער מצב פון די אידן.
ג. אויף אפריל 20 1943, א טעלעגראם איז אנגעקומען פון בערן, בשייכות צו די פארגעשלאנגע געלט איינגעלהייטען בקשר צו דאס ארויסנעמען די אידן פון רומעניע און פראנקרייך.
ד. אויף מאי 25 1943, די סטעיט דעפארטמענט האט צוריק געשיקט א טעלעגראם פאר א אויסקלארענג אין די פארגעשלאגענע געלט איינגלעהייטען. דער נושא איז נישט געברענגט געווארן צו די אויפמערקזאמקייט פון די טרעזושרי דעפארטמענט ביי די צייט.
ה. דער גאנג שאלה פון באצאלן דער אנטלויף פון רומעניע און פראנקרייך איז ערשט געברענגט געווארן צו די אויפמערקזאמקייט פון די טרעזשורי דעפארטמענט אויף יוני 25 1943
ו. א קאנפרעס איז אפגעהאלטען געווארן מיט די סטעיט דעפארטמענט בקשר צו די נושא אויף יולי 15 1943.
ז. א טאג דערויף אויף יולי 26 1943 האט די טרעזשורי דעפארטמענט מודיע געווען אז זי איז גרייט צו געבן א לייסענס אויף דעם נושא
ח. דער לייסענס איז נישט געגעבן געווארן ביז דעצעמבער 18 1943.
בשעת די 5 חדשים צייט צעווישען די צייט וואס דער טרעזושרי האט געזאגט אז זי איז גרייט צו געבן די לייסענס און די צייט וואס די לייסענס איז אין פאקט געגעבן געווארן אפשטופניגען און טענות פון אלע סארט האבן זיך געגאסן פון באאמטע פון די סטעיט דעפארטמענט, פון אונזער לעגעשען אין בערן, און צום סוף פון די בריטשע. דער עכטע וויכטיגקייט פון די אפשטופנגען און טענות איז ארויסגעברענגט געווארן צו די סטיעט דעפארטמעט וואס די [די טרעזשורי סעקרוטאר הענרי מארגענטוי] האסט געשיקט צו סעקרוטאר הול אויף נאוועמבער 24 1943 און דעצעמבער 17 1943, וועלעכע האבן גענצליך צונישט געמאכט די "תירוצים" וואס די סטיעט דעפארטמענט באאמטע האבן פאראויסגערוקט. אויף דעצעמבער 18 די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט באשטעלט א מיטונג דורכצושמועסן די נושא מיט סעקרוטאר הול אויף דעצעמבער 20. און דערנאך א וואונדערליכע אבער פארשטענדליכע זאך איז געשען. אויף דעצעמבער 18, דער טאג נאך וואס די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט געשיקט [זיין] בריוו און די טאג וואס די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט געבעטען א מיטונג מיט די סעקרוטאר הול, דער סטיעט דעפארטמענט האט געשיקט א טעלעגראם צו די בריטשע אויסדרוקענדיג וואונדער איבער דער בריטישע שטאנדפונקט און באשטעטונג אז די סטעיט דעפארטמענט קען נישט מסכים זיין מיט דעם שטאנדפונקט (אין פשוטע טערמינען, דער בריטשע שטאנדפונקט פון וואס די סטעיט דעפארטמענט רעדט איז זיי זענען לפנים מסכים אז די מעגליכע -- אפילו ווארשיינליכע -- טויט פון טויזענטער איד אין דעם שונא'ס לאנד וועגן "די שווערקייטען פון פלאצירען א באדייטענדע צאל אידן אין פאל זיי זאלן געראטעוועט ווערן"). אויף דער זעלבע טאג, דער סטעיט דעפארטמענט האט געגעבן די לייסענס, אפגעזעהן די פאקט אז די טענות פון די לעגעטשעין אין בערן זענען נאך געווען און די בריטשע האט שוין ארויסגעזאגט זייער אי הכסמה. סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן זיך אזוי געיאגט צו געבן דעם לייסענס אז זיי האבן נישט בלויז נישט געבעטען די טרעזשורי צו מאכן דעם לייסענס (וואס וואלט געווען די נארמאלע מהלך) נאר זיי האבן געמאכט די לייסענס אן אפילו זיך באראטען מיט די טרעזשויר אויף די פרטים דערפון. שומעסערייען מיט געוויסע סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן באשטעטיגט וואס איז קלאר פון דער אויבן דערמאנטע פאקטן.
ברעקנידזש לאנג האט געוויסן אז זיין שטעלונג איז אזוי אומפארטיידגבאר אז ער איז נישט געווען וויליג אפילו פארבירן דאס צו פארטיידיגען ביי דיין [טרעזושרי סעקרוטאר] מיטיניג מיט סעקרוטאר הול אויף דעצעבער 20. דערפאר, האט ער געטוהן דער שריט וואס ער האט געפילט איז וויכטיג צו "פארדעקן" זיין פריעריגע שטעלונג אין דעם נושא. עס איז, אוודאי, קלאר אז אויב מיר וואלטן נישט געמאכט דעם באריכט קעגן די סטיעט דעפארטמענט, נאכגעפאלגט מיט דיין [טרעזושרי סעקרוטאר] ביטע צו זעהן סעקרוטאר הול, וואלטן די שריט וואס די סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן גענומען אויף דעצעמבער 18 אדער קיינמאל נישט געשעהן אדער אפגעשטופט געווארן אזוי לאנג אז סיי וועלעכע גוטס וואס עס וואלט געקענט ברענגן וואלט פארלוירען געגאנגן.
דער דריטער באשולודוג: די סטעיט דעפארטמענט האט נישט בלויז נישט פראבירט צו באקומען אינפארמאציע איבער היטלער ימ"ש פלענער, נאר זיי האבן פראבירט צו שטערן אז די אינפארמאציע זאל אנקומען.
דער פאקטן זענען אוזי, אויף אקטובער 5 1942, האט סומנער וועלעס (די אונטער סעקרוטאר פון די סטעיט) געשיקט א טעלעגראם צו אמעריקאנער אמבאסאדער אין שווייץ, אז עס איז אנגעקומען שמועות אז טויזענטער אידן ווערן געהארגעט אין מזרח אייראפע דורך די נאציס, וועלעס האט געשריבן צום שווייצער אמבאסאדער אז ער האט פראבירט עפעס צו הערן דורך די וואטיקאן, אבער האט דערווייל נישט מצליח געווען צו באשטעטיגען די שמועות, אבער ער האט געהערט פון רעביי ווייז אז ס'איז דא באווייז אין שווייץ, אבער מען קען עס נישט שיקן אין די פאסט קיין אמעריקע, וויבאלד די שווייצער צענזוער וועט עס נישט דורכלאזן, דעריבער בעט וועלעס אז די שווייצער אמבאסאדער זאל זיך פארשטענדיגען מיט די פארשטייער פון די אידישע קאנגרעס אין שווייץ, ריגנער און ליכטהיים, און באקומען פון זיי די באווייז און אז די שווייצער אמבאסאדער זאל עס שיקן צו וועלעס און אזוי ארום וועט מען אויסשניידן די שווייצער צענזוער.
צוליב די טעלעגראם פון וועלעס, האט די שווייצער אמבאסאדער צוריק געשיקט אין נאוועמבער 1942 פארשידינע דאקומענטען פון ריגנער, וועלעכע האבן באשטעטיגט די הריגות פון די אידן.
אויף יאנעווער 21 1943 האט די שווייצער אמבאסאדער געשיקט א טעלעגראם (טעלעגראם 482) צו וועלעס (מיט רשות אז וועלעס זאל דאס איבערגעבן פאר ווייז), מיט א באריכט איבער די מצב פון די אידן אין אייראפע.
די באריכט איז ווי פאלגענד
אין פולין גייט פאר מאסן הריגות אויף די אידן, לויט איין מקור 6,000 טעגליך. איידער מען הארגעט זיי, דארף זיי זיך גענצליך אויסטוהן, און זייער קליידער ווערט געשיקט קיין דייטשלאנד. די איבערגעבליבנע אידן זענען איינגשפארט אין געטאוס וכדומה. מאסן דעפארטאציעס קומען נאך פאר אין דייטשלאנד. אסאך אידן האבן זיך באהאלטען אדער באגאנגען זעלבסטמארד, מען געבט נישט די אידן קיין עסען, ביז מערץ וועט נישט פארבלייבן קיין איד אין פראג אדער בערלין. אין רומעניע זענען 130,000 אידן דעפארטירט געווארען, 60 טויזענט זענען שוין געשטארבען אין די איבריגע הונגערען. ס'איז אומבאשרייבלעך וויאזוי די אידן לעבן דארט, מען האט זיי אלעס צוגענומען געלט, עסען, חפצים. מען האלט זיין אין קעלערען אן הייצונג, צומאל 20-30 אין איין שטוב. מחלות דרייען זיך שטארק, זיי דארפן זאפארטיגע הילף.
אויף פעברור 9 1943 מהאט וועלעס איבערגעבן די אינפארמאציע צו ווייז, און געזאגט אז ער מעג עס מפרסם זיין. גראד נאכ'ן באקומען די טעלעגראם פון וועלעס האבן די אידישע ארגאנאזאציעס אראנדזשירט א דעמעסנטראציע אין מעדיסען סקווער גארדען.
אויף פעברור 10 1943 איז געשיקט געווארן דורך דער סטעיט דעפארטמענט דער פאלגענדע טעלעגראם (נוממבער 354) קיין שווייץ.
דיין 482 (דאס איז די טעלעגראם וואס האט אנטהאלט די באריכט, און באצייכענט אז די יעצטיגע טעלעגראם איז אן אטנווארט אויף יענער טעלעגראם)
פון יעצט אין ווייטער וואלטן מיר מייעץ געווען אז די זאלסט נישט אננעמען באריכטען וואס מען גיבט דיר דאס איבערצוגעבן פאר יחידים אין אמעריקע, חוץ אויב ס'איז א גוואלדיגע יוצא מן הכלל. אזעלכע פריוואטע מעסדיזשעס טוהן אויסשפילן די צענזוער פון נייטראלע מדינת, און דאס קען שאטן אז די נייטראלע מדינות וועלן אנפאנגן ליינען אונזער טעלעגראמען, און מיר וועלן נישט מער קענען שיקן סודת'דיגע טעלעגראמען פאר אפיציעלע געברויכן.
אונטערגשריבן, הול (SW)
הגם לפנים איז דאס א פשוט'ע אומשלידגע טעלעגראם, אויב אבער נעמט מען אין באטראכט די טעלעגראם אויף וואס עס באציעט זיך, איז עס גארנישט ווייניגער ווי א באפעל אויפצוהערן שיקן אינפארמאציע איבער די מארד פון אידן דורך היטלער.
כאטש די טעלעגראם איז אונטערגעשריבן פאר הול דורך SW (סומנער וועלעס) דערמאנט עס גארנישט אז דאס איז געמאכט צוריקצודרייען די פריערדיגע ביטע פון וועלעס צו שיקן אינפארמאציע איבער די מארד פון די אידן, און עס איז די סארט טעלעגראם וואס א פארנומנע מענטש שרייבט אונטער אן קיין פראגן.
(דאס הייסט אזוי, וועלעס האט געבעטן פון די שווייצער אמבאסדער צו נעמען אינפארמאציע פון ריגנער און ליכטהיים, און דאס אפשיקן קיין אמעריקע, ווי עס וועט איבערגעבן ווערן פאר סטעפן ווייז, טעכניש איז דאס א פריוואטע מעסידזש, און געמאכט אויסצושניידן די שווייצער צענזוער, אויב ליינט מען טעלעגראם 354 שנעל, קוקט נישט אויס אז די טעלעגראם ציעט צוריק פון די אריגנעלע ביטע פאר אינפארמאציע, וויבאלד די אריגנעלע ביטע איז דאך א יוצא מן הכלל, אבער היות טעלעגראם 354 באציעט זיך צו טעלעגראם 482, די טעלעגראם וואס שרייבט די שוידערליכע באריכט איבער די מצב פון די אידן אין אייראפע, מיינט דאס אז אויך אינפארמאציע איבער די הריגות זענען נכלל אין די פארבאט, די באריכט זאגט אז אין אלע ווארשיינלעכקייטען האט וועלעס נישט געכאפט וואס טעלעגראם 354 זאגט, וויבאלד ער האט נישט נאכגעקוקט טעלעגראם 482 בשעת'ן אונטערשרייבן טעלעגראם 354, און סך הכל קוקט אויס טעלעגראם 354 אויפ'ן פנים אלץ א פשוט'ע טעלעגראם)
אויף אפריל 10 האט וועלעס ווידער געבטען פון די שווייצער אמבאסאדער פאר אינפארמאציע, אפריל 20 האט די אמבאסאדער צוריקגעשריבן אז ער איז זייער צומישט צוליב דעם וואס טעלעגראם 354 האט עם דאך פארבאטן צו שיקן אזעלכע אינפארמאציע, די שווייצער אמבאסעדער פרעגט פון וועלעס אויב פון יצעט און ווייטער קען ער שיקן מעסידזשעס פון ריגנער אלץ א יוצא מן הכלל פון טעלעגראם 354.
דער פאקט אז טעלעגראם 354 איז נישט אזוי אומשולדיג ווערט אונטערגעשראכן דורך די פריוון פון די סטעיט דעפארטמענט צו באהאלטן די עקזיסטענץ פון טעלעגראם 354 פון די טרעזשורי דעפארטמענט. קודם האט די סטעיט דעפארטמענט געזאגט אז די טעלעגראם איז א פאליטשע טעלעגראם וואס האט נישט קיין שייכות צו דעם טרעזשורי, און ווען די טרעזשורי סעקרוטאר הענרי מארגענטוי האט דאס בפירוש געבעטען פון הול, האט לאנג איבערגעבן בלויז די תוכן פון די טעלעגראם, און פארשייט זיך אויסגעלאזט די חלק אז עס באציעט זיך צו טעלעגראם 482. בלויז דורך אן אונטערטירל איז געלונגען פאר די שרייבער פון די באריכט צו באקומען דעם פולן טעלעגראם.
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
איך האב געהאט איבערגעטייטש נאך אפאר בלעטער פון די באריכט, אבער ס'איז פארלוירען געגאגען צוליב א טעכנישע סיבה, איך גיי פון דא און ווייטער נישט געהעריג איבערטייטשן, נאר שרייבן די תוכן פון די באריכט, פון בלאט 11 און ווייטער.איך ווייס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 3:45 pm8-10איך ווייס האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 04, 2024 9:06 pmאיך ווייס האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 03, 2024 10:33 pm
אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.
די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידישדאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.► Show Spoiler
סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)נ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן► Show Spoiler
בלעטער 3,4 און 5.המשך יבא בס"ד.► Show Spoiler
6-7► Show Spoilerרעפרעזענטיטיוו סעללער האט געזאגט אין די הויז יוני 30:
מיסטער ספיעקער, פעלקער האבן דערקלערט מלחמה אויף דייטשלאנד, און זייער הויעך-ראנקיגע באאמע האבן פראקלימירט ערליכע מחאות קען דער נאצי מארד פון אידישע קרבנות, אבער קיין איינער פון די מדינות ביז יעצט האט געזאגט אז זיי זענען וויליג אריינצונעמען די פליטים, סיי אויף אייביג אדער אלץ געסט, אדער סיי וועלעכע פון די מינערטעטען וואס פראבירן צו אנטלויפן דעם היטלער תפיסה און שלאכטהויז.
גאעבלס (א"ה דער נאצי פראפאגאנדע מיניסטער) זאגט: דער UN וועט נישט נעמען קיין אידן. אונז וויל מיר זיי נישט. לאמיר זיי הארגענען. און אזוי ער און היטלער פארצייכנען אייראפע אידנריין.
אן קיין שום טויש צו אונזער אימיגראציע מצב קענען מיר באקומען א באדייטנדע צאל פון די וואס זענען גליקליך גענוג צו אנטלויפן פון די נאצי גיהנום, נעם זיי אריין אלץ באזוכער, דער אימיגראציע קוואוטס אין דער זייט געלייגט. מען קען זיי לייגן אין לאגערן און האלטן זיי אין אזעלעכע פלעצער ביז נאכ'ן קריג. פריוואטע צדקה אגענטורן וואלטן געווען וויליג צו באצאלן די גאנצע קאסט דערפון. עס וואלט נישט געווען קיין שום הוצאה אויף דער חשבון פון די רעגירונג בכלל. די אגענטורן וועלן אפילו באצאלן פאר טראנספארטאציע פאר שיפן אהין און צוריק פון דעם לאנד.
מיר היימען און האלטן נאצי געפאנגער, אסאך פון זיי אן קיין צוויפיל שולדיג פאר נאצי פארברעכנס. מיר זאלן טוהן נישט ווייניגער פאר די קרבנות פון די כעס פון דער האנס (א"ה Hun, דאס איז א כינו, א שפעט ווארט פאר דייטשען).
נאכאמאל אויף דעצעמבער 20 האט ער געזאגט:
לויט עירל ג. הערריסען (Earl G. Harrison), קאממישינער פון די איממיגראציע און נאטורליזעשעון סערוויס. נישט זינט 1862 זענען געווען ווייניגער אויסלענדישער אריינקומענדיג אין דער לאנד.
אפען גערעדט, ברעקרידזש לאנג, לענ"ד, האט די ווייניגסטע מיטגעפיל צו די פליטים אין די גאנצע סטעיט דעפארטמענט, איך לייג אויף עם דאס ארויפשטעל די טראגישע שוועריקייטען אין באקומען וויזעס.
דער אינטערדערפאטמעל ריוויא קאמיטע וועלעכע קוקט איבער דער ביטעס פאר וויזעס באשטייט פון איין באאמטע פון דער פאלגענדע דעפארטמענטס. מלחמה, נעווי, FBI, סטעיט און איממיגראציע. יענער קאממיטיע איז געווען ווי אייז אין איהר שטייטקייט און קאלטבלוטגקייט. עס קען נעמען חדשים און חדשים צו שענקען די וויזע און דאן קומט עס געווענליך אן צו א קערפער.
איך האב געברענגט דער שווערקייט צו די אויפמערקזיימקייט פון דער פרעזידענט. ער האט געבעטן לאנג זאל דאס זאפארט אויספארשען. ניין, עס איז נישט געווען קיין שום טויש אין די מצבים. דער עקלדיגע צוריקהאלטענוגען עקזיסטערט נאך.
2) סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן נישט נאר פארפאלט מיטצוארבייטען מיט פריוואטע ארגאנעזאציעס אין די פראוון פון די ארגאנעזאציעס אויסצוארבייטען אייגענע פראגראמס אליין, אבער האבן גענומען שריט אויסגערעכנט צוריקצוהאלטען די פראגרעמן פון צושטאנד קומען.
דער בעסעט ראי' אויף דעם קלאגע זענען די פאקטן ביחס צו דער הצעה פון די וועלט אידיש קאנגרעס ארויסצונעמען אלע אידן פון רומעניע און פראנקרייך. דער הויעך פונקטען פון די באמיהונגען פון סטיעט דעפארטמענט באאמטע צוריקצוהאלטן די הצעה פון צושאטנד קומען זענען די נאכפאלגענדע: (א"ה די וועלט אידישע קאנגרעס איז געגרינדערט געווארן אין 1936, און האט זיך באצויגען אלץ די דיפלאמטישע ארעם פון די אידשע פאלק, עס איז געווען א צוזאמארבייט פון אסאך אידישע ארגענאזאציעס, די וועלט אידישע קאנגרעס גייט נאך אן עד היום, ווי ערליך ס'איז געווען, און וויפיל שטיצע עס האט געהאט ביי היימישע אידן, ווייס איך נישט)
א. אויף מערץ 13 1943, א טעלעגראם איז אנגעקומען פון א וועלט אידישע קאנגרעס פארשטייער אין לאנדען זאגענדינג אז ידיעות זענען אנגעקומען אויף לאנדאן אנדייטענג אויף א מעגליכע הצלה פון אידן אויב געלטער וואלט פריי געווען פאר די אידשע וועלט קאנגרעס פארשטייער אין שווייץ.
ב. אויף אפריל 10 1943, סומנער וועלעס האט געשיקט א טעלעגראם צו אונזער לעגשטשעין אין בערן, און געבעטן זיי זאלן זיך פארשטענדיגען מיט די אידישע וועלט קאנגרעס פארשייטער אין שווייץ, וועם וועלעס האט באקומען א ידיעה אז ער האט וויכטיגע ידיעות אבער דער מצב פון די אידן.
ג. אויף אפריל 20 1943, א טעלעגראם איז אנגעקומען פון בערן, בשייכות צו די פארגעשלאנגע געלט איינגעלהייטען בקשר צו דאס ארויסנעמען די אידן פון רומעניע און פראנקרייך.
ד. אויף מאי 25 1943, די סטעיט דעפארטמענט האט צוריק געשיקט א טעלעגראם פאר א אויסקלארענג אין די פארגעשלאגענע געלט איינגלעהייטען. דער נושא איז נישט געברענגט געווארן צו די אויפמערקזאמקייט פון די טרעזושרי דעפארטמענט ביי די צייט.
ה. דער גאנג שאלה פון באצאלן דער אנטלויף פון רומעניע און פראנקרייך איז ערשט געברענגט געווארן צו די אויפמערקזאמקייט פון די טרעזשורי דעפארטמענט אויף יוני 25 1943
ו. א קאנפרעס איז אפגעהאלטען געווארן מיט די סטעיט דעפארטמענט בקשר צו די נושא אויף יולי 15 1943.
ז. א טאג דערויף אויף יולי 26 1943 האט די טרעזשורי דעפארטמענט מודיע געווען אז זי איז גרייט צו געבן א לייסענס אויף דעם נושא
ח. דער לייסענס איז נישט געגעבן געווארן ביז דעצעמבער 18 1943.
בשעת די 5 חדשים צייט צעווישען די צייט וואס דער טרעזושרי האט געזאגט אז זי איז גרייט צו געבן די לייסענס און די צייט וואס די לייסענס איז אין פאקט געגעבן געווארן אפשטופניגען און טענות פון אלע סארט האבן זיך געגאסן פון באאמטע פון די סטעיט דעפארטמענט, פון אונזער לעגעשען אין בערן, און צום סוף פון די בריטשע. דער עכטע וויכטיגקייט פון די אפשטופנגען און טענות איז ארויסגעברענגט געווארן צו די סטיעט דעפארטמעט וואס די [די טרעזשורי סעקרוטאר הענרי מארגענטוי] האסט געשיקט צו סעקרוטאר הול אויף נאוועמבער 24 1943 און דעצעמבער 17 1943, וועלעכע האבן גענצליך צונישט געמאכט די "תירוצים" וואס די סטיעט דעפארטמענט באאמטע האבן פאראויסגערוקט. אויף דעצעמבער 18 די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט באשטעלט א מיטונג דורכצושמועסן די נושא מיט סעקרוטאר הול אויף דעצעמבער 20. און דערנאך א וואונדערליכע אבער פארשטענדליכע זאך איז געשען. אויף דעצעמבער 18, דער טאג נאך וואס די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט געשיקט [זיין] בריוו און די טאג וואס די [טרעזושרי סעקרוטאר] האט געבעטען א מיטונג מיט די סעקרוטאר הול, דער סטיעט דעפארטמענט האט געשיקט א טעלעגראם צו די בריטשע אויסדרוקענדיג וואונדער איבער דער בריטישע שטאנדפונקט און באשטעטונג אז די סטעיט דעפארטמענט קען נישט מסכים זיין מיט דעם שטאנדפונקט (אין פשוטע טערמינען, דער בריטשע שטאנדפונקט פון וואס די סטעיט דעפארטמענט רעדט איז זיי זענען לפנים מסכים אז די מעגליכע -- אפילו ווארשיינליכע -- טויט פון טויזענטער איד אין דעם שונא'ס לאנד וועגן "די שווערקייטען פון פלאצירען א באדייטענדע צאל אידן אין פאל זיי זאלן געראטעוועט ווערן"). אויף דער זעלבע טאג, דער סטעיט דעפארטמענט האט געגעבן די לייסענס, אפגעזעהן די פאקט אז די טענות פון די לעגעטשעין אין בערן זענען נאך געווען און די בריטשע האט שוין ארויסגעזאגט זייער אי הכסמה. סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן זיך אזוי געיאגט צו געבן דעם לייסענס אז זיי האבן נישט בלויז נישט געבעטען די טרעזשורי צו מאכן דעם לייסענס (וואס וואלט געווען די נארמאלע מהלך) נאר זיי האבן געמאכט די לייסענס אן אפילו זיך באראטען מיט די טרעזשויר אויף די פרטים דערפון. שומעסערייען מיט געוויסע סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן באשטעטיגט וואס איז קלאר פון דער אויבן דערמאנטע פאקטן.
ברעקנידזש לאנג האט געוויסן אז זיין שטעלונג איז אזוי אומפארטיידגבאר אז ער איז נישט געווען וויליג אפילו פארבירן דאס צו פארטיידיגען ביי דיין [טרעזושרי סעקרוטאר] מיטיניג מיט סעקרוטאר הול אויף דעצעבער 20. דערפאר, האט ער געטוהן דער שריט וואס ער האט געפילט איז וויכטיג צו "פארדעקן" זיין פריעריגע שטעלונג אין דעם נושא. עס איז, אוודאי, קלאר אז אויב מיר וואלטן נישט געמאכט דעם באריכט קעגן די סטיעט דעפארטמענט, נאכגעפאלגט מיט דיין [טרעזושרי סעקרוטאר] ביטע צו זעהן סעקרוטאר הול, וואלטן די שריט וואס די סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן גענומען אויף דעצעמבער 18 אדער קיינמאל נישט געשעהן אדער אפגעשטופט געווארן אזוי לאנג אז סיי וועלעכע גוטס וואס עס וואלט געקענט ברענגן וואלט פארלוירען געגאנגן.
בלאט 11-14
► Show Spoiler
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
@איך ווייס א ריזיגן דאנק פאר ברענגען און איבערטייטשן
איך ווארט פאר נאך
איך ווארט פאר נאך
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
15-סוףאיך ווייס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 3:47 pm
אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאנטע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך געענדיגט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרעטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טייטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזשורי] סעקרעטאר איבער דער צולאזונג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.
די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידישדאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.► Show Spoiler
סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)נ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן► Show Spoiler
בלעטער 3,4 און 5.המשך יבא בס"ד.► Show Spoiler
6-78-10► Show Spoilerאיך האב געהאט איבערגעטייטש נאך אפאר בלעטער פון די באריכט, אבער ס'איז פארלוירען געגאגען צוליב א טעכנישע סיבה, איך גיי פון דא און ווייטער נישט געהעריג איבערטייטשן, נאר שרייבן די תוכן פון די באריכט, פון בלאט 11 און ווייטער.► Show Spoiler
בלאט 11-14► Show Spoiler
► Show Spoiler
Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?
דער באריכט האט געהאט א שטיקל רושם, און צוליב די באריכט האט די גאווערמענט געטשעלט א נייע באורד, די מלחמה פליטים באורד. די באורד איז געפירט געווארן דורך די שרייבער פון די באריכט דזשאן פילי. טראץ די גרויסע דרוק, האט די באורד באקומען לפי ערך ווייניג געלט פון די רעגירונג, און נאר דורך דריידלעך און נדבות האט די באורד באוויזען אויפצוטוהן און ראטעווען אידן. טראץ די באריכט, האט זיך די סטעיט דעפארטמאנט גארנישט גערירט, די טיר אריין קיין אמעריקע איז געבליבן פארזיגלט, אפילו די באורד האט גארנישט געקענט טוהן דערצו. די גרעסטע אויפטוה פון די באורד איז געווען אז זיי האבן איינגעשפאנט ראועל וואלענבערג, און עם געהאלפן ער זאל קענען ראטעווען אידן אן אפהאלט.
נאך א שריט וואס האט זיך זיי נישט אזוי גוט איינגעגעבן, איז געווען אז זיי האבן געסטראשעט די אונגערישע רשע מיקלאס הארהטי, אז טאמער וואגט ער זיך איבערצוגעבן אונגערישע אידן צו דייטשלאנד, וועט ער נאך די מלחמה באהאנדלעט ווערן פונקט ווי היטלער. למעשה צום סוף האבן די דייטשען באזייטיגט הארהטי, און אליין גענומען די אידן פון אונגערן, אבער דאך האבן זיי באוויזן אפצושטופן די גזירה מיט אפאר חדשים.
עס איז געשאצט אז די באורד האט געהאט א יד אין די הצלה פון בערך 200,000 אידן. טראץ דאס, האט זיך דזשאן פילי אויסגעדרוקט נאך די מלחמה, מיר האבן געטוהן צו ווייניג, צו שפעט.