אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 7:43 pm
ברכת מזל טוב פאר הרב אברהם צבי ברייער הי”ו פון קהל חסידים ד’קאסא גראנדע און מוסדות עץ חיים אין קאסא גראנדע.
(די מוסדות זענען בראשות הרב אברהם ראבינוביץ שליט”א רב ד’קהל חסידים ד’קאסא גראנדע אריזאנע).
Mazel-Tov-01.png
ווען איינער ניצט יענעם'ס לאגא ווערט עס נאכנישט זיינ'ס. אבער
@מסתמא זעה נאר וואס איך האב געשריבן אז מען רעדט סך הכל פון מענטשן וועלעכע וואוינען אין ניו יורק ומצודתם פרוסה על קאסא גראנדע. הרב ר’ אברהם ראבינוביץ הי”ו וואוינט אין בארא פארק, אבער איז רב, וואו? אין קאסא גראנדע!? הרב ר’ אברהם הירש ברייער, וואוינט אין בארא פארק און איז מטובי העיר נישט פון בארא פארק נאר פון קאסא גראנדע!? ...
ליין איבער וואס איך האב געשריבן בעפאר. און די בילד וועט זיין קלאר.
@מסתמא הכל הולך אחר הגמר און פון דיינע לעצטע ווערטער "צו מברר זיין ביי די תושבים" ווייזט אויס אז דו ביזט נישט קיין תושב און דו גיבסט מיך די סמכות פון נאמנות ווייל איך די שרייבער פון די שורות בין יא תושב פון קאסא גראנדע, און עס טוט מיר זייער וויי וויאזוי מענטשן פונדערווייטענס קענען נעמען א מעשה שלא היה און אזוי פארדרייען און זיך נאך ארויסשטעלן אויף די גאס כאילו בעל המעשה עומד לפניו. ומכאן הכלל יוצא אויף אלעס וואס מענטשן שמועסן, ענטפער נישט וואס דיין חבר פארציילט דיר פון א געשמאקע לשון הרע, אדער אויב דו ביזט געווען פאר עטליכע טעג און געהערט פון איינעם. נאר אויב דו האסט מיטגעלעבט. אויב נישט ביזטו סתם א מחרחרי ריב און האסט נישט קיין נאמנות.
יעצט צום עניין. פונעם תושב וואס לעבט מיט די וואוקס דא אין שטאט א גאנצע צייט שוין עטליכע יאר ממש פון דער אנהייב.
איך שפיר ווי די הקדמה איז שוין גענוג צו ווייזן אז עס איז נישט ווערד צו ספענדן צייט צו אויפווייזן די אמת כאילו עס איז דא א מחלוקת, מיט צדדים... עס דערמאנט מיר די באקאנטע מעשה ווי איינער איז געווארן בייז אויף א רב און האט געסטראשעט אז ער גייט באשמיצן דעם רב אז זיין טאכטער איז אפגעפארן. האט דער רב זיך אויסגעלאכט און געזאגט אז ער האט נישט קיין טאכטער אויף וואס דער באשמיצער האט געענטפערט פארן רב אז דאס וועט ער שוין דארפן ענטפערן אבער באשמיצט וועט ער סייווי זיין. הכלל, וואס זאל איך ענטפערן? איך זאל שרייען אז איר זאגט ליגענט!?
איין כלל גדול איז יא דא. די ערשטע תושבים און גרינדער פונעם פלאץ הרב רובין מיט זיין פאטער האדמו"ר מדינוב שליט"א האבן געבויעט די פלאץ לויט זייער רוח און הדרכה, זיי האבן אינוועסטירט שווערע מיליאנען דאלארן, אלעס צוויי א האלב טויזענט מייל אוועק פון די היימישע ציבור, זיי האבן קיינעם נישט געבעטן אהינצוקומען וואוינען, און ווער עס קומט דארט וואוינען פארשטייט אז עס איז נישט שיין צו אהינקומען זיי צו שטערן פון זייער עבודת הקודש, אפילו אויב ער האט א אנדערע חוות דעת. מיט דעם אלעם איז אלץ דא אינוועסטארס וואס וואו נאר זיי הערן אז עפעס א שטעטל הייבט אן האבן הצלחה וועלן זיי תיכף אריינשפרינגן צו אינוועסטן דארט און מאכן שטייטער די וואוקס פון די פלאץ, טראכטענדיג נאר פון זייער טאש אויפן חשבון פון (זייערע) אידישע ברודער. און ווען מען איז מצליח זיי צו שטערן און מען מאכט תקנות קעגן זיי, איז דא אזעלעכע וועלעכע פארשטייען און גייען ווייטער, אבער פארהאן אזאנע וועלעכע וועלן זיך שטעלן מלחמה האלטן. יא איר ליינט גוט זיי וועלן בלייבן וואוינען אין ניו יארק און פייניגן די נחשונים און גרינדער פון דעם ישוב.
יא גערעכט. די גרינדער און טובי העיר שטייען מיט א שטארקע האנט קעגן אלע וועלעכע ווילן זיך משתלט זיין אויף זיי, און שטערן זייער מהלך וויאזוי צו בויען דעם ישוב. יא איר ליינט גוט. די אינוועסטאר ווילן קאנטראלירן די גרינדער און שרייען אויף די גרינדער היתכן ער קאנטראלירט זיין פראיעקט... היתכן ער וויל זיין פלאן זאל ארבייטן... יא רבי איד, ווייל דער גרינדער האט די כוחות צו טוהן וואס דו וואלסט געוואלט טוהן נאר דו האסט נישט די כוחות, דערפאר שטייט ער און שלאגט זיך מיט די אינוועסטירער מבית ומבחוץ און מיט געציילטע מחרחרי ריב פון דאהי וועלכע האבן צוליב פינאנציעלע אינטרעסן זיך צוזאמגעשטעלט מיט די אינוועסטירער און מייקרי השער.
זייט ווען הייסן א גרופע פון אינוועסטירער א קהילה? זייט ווען איז דא אזא זאך ווי קהילת המשקיעים? אויב זיי נעמען א (אינוועסטאר און באטיטולט אים אלץ רב אדער) מורה דרך, פון א צווייטע שטאט. הייסט עס שוין א קהילה? אויב יא דאן איז דא טאקע דא צוויי קהילות. אבער איך בין א תושב וואס וואוינט דא און זעה בכלל נישט קיין צוויי קהילות כנ"ל.
איך זעה אז אונז האמיר דא אויפן פלאץ
• א חשובע מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א, א איד אויף וועם מיינע קינדער קענען ארויפקוקן און זיך לערנען פון זיין רייכע ערליכע התנהגות.
https://khalchasidimcg.com/gallery.php?id=75
• א חשובע רב המפורסם הרה"ג רבי חיים שלמה בערגער שליט"א וואס איז ממונה אויף אלע רוחניו'דיגע אנגעלגענהייטן אין שטאט וואו די מקווה (
viewtopic.php?p=98912#p98912), מקווה טהרה
https://drive.google.com/drive/folders/ ... U63L_7_JjA, מוסדות, עירוב, כשרות, די דריי בתי מדרשים וואס הרב רובין האט אויפגעשטעלט. אדרבה אויב איינער ווייסט פון נאך עפעס וואס איז נישט אינטער זיין הנהגה אין שטאט זאל ביטע ארויפברענגן. וואס גאר אסאך אידן זענען נהנה ממנו עצה וחכמה.
• א חשובע דיין א תלמוד חכם מופלג הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער שליט"א.
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=c ... um9hsBUX4f
• א חשובע קבוצה פון טובי העיר אריינגעוועלט דורך די תושבי המקום סיון תשפ"ב וואס זיי פירן אן די "ועד העיר" און שטייען צו די האנט פאר אלע פאטענציאלע תושבים. און ווי אויך זענען זיי דן אלע עניינים פון אינוועסטאר'ס מיט א אויסנאמע געטריישאפט.
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=2 ... UKzjAZ8Hz7
• א הערליכע תלמוד תורה מיט ארום 15 יונגעלעך קע"ה איינגעטיילט צווישן 3 חשובע מלמדים.
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=g ... OYeeIuWOTR
• א הערליכע מיידל שולע מיט ארום 25 מיידלעך כ"י, איינגעטיילט אין 5 קלאסן. מיט די צוויי מיידלעך פון די עלטצטע קלאס ווערן יעצט פיפצן יאר.
• א הערליכע גראסערי, צו די באקוועמליכקייט פון די תושבים און די פילע געסט. (יא. די פרייזן פאר תושבים זענען בערך די זעלבע ווי די פרייזן פון ניו יארק)
https://thekoshercanyon.shop/Casa-Grande-AZ https://khalchasidimcg.com/gallery.php?id=79 https://g.co/kgs/4444i6Q
• א מהודר'דיגע בוטשער אינטער די שטרענגע השגחה פון די קהילה
https://canyonglattkosher.com/
• א געשמאקע טעיקאויט צו באשטעלן שבתים און נאכטמאלס ביי "געשמאק".
https://geshmakinarizona.com/
• פילע רבנים קומען כסדר אונז באזוכן און זענען אונז מחזק מיט די עבודת הקודש. און שטייען אונז צו די רעכטע האנט.
• טעגליכע שיעורי תורה
https://drive.google.com/drive/folders/ ... XmIW74EZAb
אדרבה נאך די ליסט אויב איינער קען פאר מיר א תושב מסביר זיין וואס דא טוט זיך. דארף ער זיין א זשיניעסט.