בלאט 6 פון 6
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 11:56 am
דורך שאינו יודע לשאול
א פארשוין אין לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן פארן טראגן א מאסק אין פובליק פלעצער, מ'האט געפונען א מעסער אין זיין באזיץ.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:18 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א היץ כוואליע ווארענונג איז ארויסגעלייגט געווארן היינט אויף ניו יארק סיטי, עס קען זיך שפירן ווי 100 דעגרי.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:28 pm
דורך הימל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:18 pm
א היץ כוואליע ווארענונג איז ארויסגעלייגט געווארן היינט אויף ניו יארק סיטי, עס קען זיך שפירן ווי 100 דעגרי.
וואו האסטו געזען די ווארענונג?
די שטערקסטע היץ היינט אין נ.י. סיטי גייט זיין 78 פערנהייט.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הימל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:28 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:18 pm
א היץ כוואליע ווארענונג איז ארויסגעלייגט געווארן היינט אויף ניו יארק סיטי, עס קען זיך שפירן ווי 100 דעגרי.
וואו האסטו געזען די ווארענונג?
די שטערקסטע היץ היינט אין נ.י. סיטי גייט זיין 78 פערנהייט.
איינע פון די אידישע נייעס אימעילס.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:57 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הימל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:28 pm
די שטערקסטע היץ היינט אין נ.י. סיטי גייט זיין 78 פערנהייט.
רייט.

- Screenshot (184).png (33.69 KiB) געזען געווארן 801 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:16 pm
דורך מהודר
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:53 pm
הימל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:28 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:18 pm
א היץ כוואליע ווארענונג איז ארויסגעלייגט געווארן היינט אויף ניו יארק סיטי, עס קען זיך שפירן ווי 100 דעגרי.
וואו האסטו געזען די ווארענונג?
די שטערקסטע היץ היינט אין נ.י. סיטי גייט זיין 78 פערנהייט.
איינע פון די אידישע נייעס אימעילס.
די האסט לכאורה געליינט די נעכטיגע אימעיל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 3:03 pm
דורך מזל טוב
א מענטש אויף א מאטארביציקל איז שווער פארוואונדעט געווארן מיטוואך נאכמיטאג נאכדעם וואס ער איז ארפגעפאלן פון דער קראָסס בעי וועטעראנס מעמאריאל בריק אין קווינס, דער 35-יעריגער מאן איז אריינגעפירט געווארן אין דזשאַמאַיקע שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד, און די פאליציי פארשט אויס ווי אזוי עס האט פאסירט.
קרעדיט@אבימלך
2.jpeg
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 4:45 pm
דורך מזל טוב
די MTA האט אנגעהויבן לייגן געיטס ביי עטליכע סאבוועי סטאנציעס און זיי האפן אז דאס וועט אפהאלטן מענטשן פון אריינפאלן אין די שינעס
קרעדיט
@אבימלך
5.jpeg
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 11:29 am
דורך מזל טוב
5 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן 3 קריטיש, נאך א געז עקספלאזשען אין די בעיסמענט פון א הויז אויף איסט 37 און פאסטער עוועניו אין פלעטבוש
קרעדיט
@אבימלך
8.jpeg
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:14 pm
דורך מזל טוב
דריי מענטשן זענען געשאסן געווארן און איין מענטש איז ארעסטירט געווארן ביי “Jouvert” פעסטיוואל פאראדע אויף איסטערן פּארקוועי אין קראון הייטס, ברוקלין. די פּאָליציי האט באשטעטיגט דעם אינצידענט און דורכגעפירט א אויספארשונג אויפן ארט.
קרעדיט @אבימלך
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 2:55 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קווינס באאמטע האבן געפנט א שעלטער פאר היימלאזע... הינט. דער פראיעקט האט ביז יעצט געקאסט העכער 75 מיליאן דאלער פאר שטייערצאלער.

- unnamed - 2024-09-03T145345.219.jpg (119.46 KiB) געזען געווארן 618 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:17 pm
דורך ניקל
די FBI איז באפאלן 2 הייזער פון 2 טאפ דעפיוטיס פאר ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:38 pm
דורך ניקל
FBI אגענטורן זענען באפאלן די הויז פון NYPD קאמישענער עדווארד קעבען
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 5:16 pm
דורך דעת קדשי
ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:17 pm
די FBI איז באפאלן 2 הייזער פון 2 טאפ דעפיוטיס פאר ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס
פארוואס זאל טערקיי זיין אינטערסירט אין די וואלן פון מעיאר פון די סיטי וואס קענען זיי פארדינען ס'דאך נישט קיין פעדעראלע אמט?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 8:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 5:16 pm
ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:17 pm
די FBI איז באפאלן 2 הייזער פון 2 טאפ דעפיוטיס פאר ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס
פארוואס זאל טערקיי זיין אינטערסירט אין די וואלן פון מעיאר פון די סיטי וואס קענען זיי פארדינען ס'דאך נישט קיין פעדעראלע אמט?
אין פאל דו פרעגסט ערנסט. זיי האבן שטחים און בנינים אין מאנהעטן, און קענען באשטיין צו זיכערמאכן אז די אינספעקשאנס פערמיטס וכדו' גייען אדורך געשמירט.
כ'געדענק נישט צי די מעשה איז געווען מיט טערקיי, אבער אזא סארט סקאנדאל איז לעצטנס געווען אויף עדעמס.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 8:57 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א געוועזענע דאקטאר איז פאראוטיילט געווארן צו פינף יאר פראבעישאן נאכן זיך דערקלערן שולדיג פארן העלפן א 59 יעריגע פרוי צו באגיין זעלבסטמארד פאריאר.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 9:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א נייע אימיגראנטן צענטער איז געפנט געוארן אין ברוקלין, און איז ערווארטעט צו זיין פון די גרעסטע אין די סיטי.

- unnamed (65).png (409.92 KiB) געזען געווארן 519 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מאנהעטן דיסטריק אטורני האט געפיילט ארסאן קלאגעס און אנדערע קרימינאלע קלאגעס קעגן א ברוקלינע מאן וועלכער איז ארעסטירט געווארן ביי די קאלאמביע אוניווערסיטעט ראיאטן, דער פארשוין ווערט צווישן אנדערע אנגעקלאגט פארן פארברענען א איזראעלי פאן דורכאויס די פראטעסטן.

- 84299251-13386729-NYPD_cops_dressed_in_riot_gear_stormed_through_the_window_of_a_C-a-25_1715002809831.jpg (86.3 KiB) געזען געווארן 456 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 11:05 am
דורך שאינו יודע לשאול
א סטעיט סענאטאר פון קווינס איז געווארן די לעצטע אין א רייע פאליטיקאנטן וועלכע נעמען אונטער א געלויף פארן מעיאר אמט, זיך פארמעסטנדיג מיט עדעמס וועלכער ווערט געפלאגט פון א רייע קארופציע אויספארשונגען.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: זונטאג יאנואר 05, 2025 9:55 pm
דורך הימל
גאווערנאר האוקעל האט אראפגערוקט די קאנזשעסטן טאלל אין מאנהעטן צו בלויז 9 דאלער פאר א קאר.... אבער אויפגעקומען מיט א גאונישן איינפאל.... אנשטאט געבן א דיסקאונט פאר ווער עס פארמאגט אי. זי. פּעסס, מאכט מען אז אי.זי.פּעסס באצאלט 9 דאלער, און ווער עס האט נישט קיין אי.זי. פּעסס ברויך באצאלן מער...
Re: נייעס און קרישקעלעך פון ניו יאָרק סיטי
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 9:50 am
דורך דיאמאנט סוחר
ניו יארק - אין די טעג האט זיך געגרינדעט די נייע ׳אידישע וויילער אקציע נעטווארק׳, א גרופע אנגעפירט דורך דער אקטוויסט ר׳ מאורי ליטוואק וואס האט האט אונטערגענומען די פראיעקט צו ארויסברענגען ווי מער פון די איבער מיליאן אידישע וויילער אין ניו יארק סיטי צו שטימען אין בעפארשטייענדע פריימערי פארמעסטן פאר אידישע און נישט אידישע קאנדידאטן וועלכע שטייען שטענדיג צו די זייט פון אידן. די גרופע פארמאגט א בודזשעט פון זיבן מיליאן דאלאר פאר דעם צוועק, זייער ערשטע שריט איז צו רעגיסטרירן ווי מער אידישע וויילער אלס דעמאקראטן ביז די פעברואר 14 דעדליין, צו קענען שטימען אין די דעמאקראטישע פריימערי פאר סיטי קאונסיל פארמעסטן. זיי וועלן לייגן געוויכט אויף 12 זיצן פון די סיטי קאונסיל אין געגנטער וואס איז שטארק באוואוינט מיט אידן און אויך אין די פארמעסט פארן דעמאקראטישע מעיאר קאנדידאט, דערפאר וואס אין מערסטנס פעלער געווינט דער דעמאקראטישער קאנדידאט אין דער סיטי וואלן און ווייניג שטימען אין די פריימערי פארמעסטן.
מאורי פארמאגט אסאך עקספערטיז אין די פאליטישע פעלד, און אלס פארזיצער פון די ׳טיטש קאאליציע׳ פון די ארטאדאקסישע פאראיין האט ער אנגעפירט א צאל קאמפיינען צו ארויסשטעלן אנטיסעמיטישע קאנדידאטן ווי דזשאמאל באומען און אנדערע פון קאנגרעס און צו ברענגען אידישע וויילער פאר די רעפובליקאנער פארטיי אין פענסעלוועניע און נעוואדע ביי די פארלאפענע נאוועמבער וואלן.