בלאט 6 פון 8
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:03 pm
דורך פייל און בויגן
yidtish האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:00 pm
וויכטיגע מעלדונג בנוגע די נייעס בחצרות הקודש
אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר גענומען פאר א שטיקל מיסיע צו באטראכטן דעם
בחצרות הקודש פארום, וואו עס ווערן געפאוסט נייעס און באריכטן פון אלע חצרות הקודש.
דער מהלך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט באלד אין אנהייב איז געווען אז עס איז דא איין
צענטראלע בחצרות אשכול וואו עס ווערן געמאלדן אלע נייעס, און באזונדער אשכולות פאר יעדע קהלה.
שטעלט זיך ארויס, אז ס'האבן זיך געעפנט אשכולות איבער יעדע קליינע אפצווייג פון יעדע חסידות, און דאס שטויסט זייער אן דעם סייט, סיי אינעם בחצרות פארום, און נאכמער ביי אקטיווע אשכולות.
נאכ'ן באטראכטן די זאך האבן מיר געזען אז רוב פון די אשכולות ווערן גענוצט צו פאוסטן מודעות און נייעס, אזעלכע וואס וואלטן באלאנגט אינעם צענטראלן אשכול, און נישט נאר קיין שמועסן ווערן נישט דארט, נאר ניטאמאל קיין לייקס זעט מען געהעריג. קיינער ברויך עס נישט עכט.
אין קורצן, עס דינט נישט קיין שום תועלת, נאר אויב עפעס פארקערט. קיינער האט נישט קיין נערוון צו קלעטערן צווישן אזויפיל אשכולות.
אלזא, קומען מיר מיט א פרישן פלאן, וואס מיר האבן דורכגעטון צווישן די חברי המערכת און קוקט אויס צו זיין גוט, אבער מיר ווילן הערן פון די @איינגעשריבענע באנוצער וואס זייער מיינונג איז דערויף.
דער פלאן איז אז פון היינט און ווייטער וועט זיין איין צענטראלע בחצרות אשכול וואו צו לייגן נייעס און געשעענישן, און דערנאך וועט יעדע קהלה האבן איין אשכול פאר שמועסן.
דאס הייסט, לדוגמא, איין אשכול פאר "שמועסן צווישן חסידי סאטמאר מהר"א" און דארט וועט מען רעדן פון אלע סאטמאר מהר"א נייעס פון איבעראל. עס וועט דינען ווי א טשעט גרופע צווישן חסידי מהר"א.
א שטארקע מעלה וועט עס האבן, אז אזעלכע אשכולות וועלן זיין געווידמעט נאר פאר חברי הקהלה, און מען וועט אפיציעל קענען אכטונג געבן אז אנדערע זאלן נישט אריינקומען טראלן און העצן.
איך קלער דאס קען זיין זייער געשמאק, אדרבה, קומט אריין
דא אהער און לאזט אייך הערן.
הצלחה רבה.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:05 pm
דורך פייל און בויגן
און אויב אינטערסירט מיר נישט די נושא פון די סאונד סיסטעם פון די סאטמאר מהר"א קהילה אין קרית יואל, און עס אינטערסירט מיר יא דעם ביהמ"ד החדש, ווי אזוי קען אויסוועלן נאר צו זעהן די נייעס פון ביהמ"ד?
viewtopic.php?p=17741#p17741
viewtopic.php?t=1372
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:18 pm
דורך טיפע טאשן
איך גלייב אז מען רעדט פון טעגליכע נייעס און מודעות
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:18 pm
דורך שבת קודש
יעדע קהלה זאל האבן איין אשכול וואס דארט זאל זיין אלעס פון יעדע קהלה סיי די נייעס פון די רבי סיי פון די קהלה און מוסדות און סיי די שמוסען
די כללות'דיגע 'חצרות הקודש' אשכול זאל זיין נאר פאר נייעס פון די קליינע קהלות וכדו' וואס האבן נישט קיין אייגענע אשכול
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:27 pm
דורך ווירקליך
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:18 pm
יעדע קהלה זאל האבן איין אשכול וואס דארט זאל זיין אלעס פון יעדע קהלה סיי די נייעס פון די רבי סיי פון די קהלה און מוסדות און סיי די שמוסען
די כללות'דיגע 'חצרות הקודש' אשכול זאל זיין נאר פאר נייעס פון די קליינע קהלות וכדו' וואס האבן נישט קיין אייגענע אשכול
בחצרות אשכול איז נישט בלויז פאר קליינע קהלות. וועט נישט ארבעטן טעכניש מיין איך.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:29 pm
דורך להגדיל הטראסק
► Show Spoiler
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:03 pm
yidtish האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:00 pm
וויכטיגע מעלדונג בנוגע די נייעס בחצרות הקודש
אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר גענומען פאר א שטיקל מיסיע צו באטראכטן דעם
בחצרות הקודש פארום, וואו עס ווערן געפאוסט נייעס און באריכטן פון אלע חצרות הקודש.
דער מהלך וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט באלד אין אנהייב איז געווען אז עס איז דא איין
צענטראלע בחצרות אשכול וואו עס ווערן געמאלדן אלע נייעס, און באזונדער אשכולות פאר יעדע קהלה.
שטעלט זיך ארויס, אז ס'האבן זיך געעפנט אשכולות איבער יעדע קליינע אפצווייג פון יעדע חסידות, און דאס שטויסט זייער אן דעם סייט, סיי אינעם בחצרות פארום, און נאכמער ביי אקטיווע אשכולות.
נאכ'ן באטראכטן די זאך האבן מיר געזען אז רוב פון די אשכולות ווערן גענוצט צו פאוסטן מודעות און נייעס, אזעלכע וואס וואלטן באלאנגט אינעם צענטראלן אשכול, און נישט נאר קיין שמועסן ווערן נישט דארט, נאר ניטאמאל קיין לייקס זעט מען געהעריג. קיינער ברויך עס נישט עכט.
אין קורצן, עס דינט נישט קיין שום תועלת, נאר אויב עפעס פארקערט. קיינער האט נישט קיין נערוון צו קלעטערן צווישן אזויפיל אשכולות.
אלזא, קומען מיר מיט א פרישן פלאן, וואס מיר האבן דורכגעטון צווישן די חברי המערכת און קוקט אויס צו זיין גוט, אבער מיר ווילן הערן פון די @איינגעשריבענע באנוצער וואס זייער מיינונג איז דערויף.
דער פלאן איז אז פון היינט און ווייטער וועט זיין איין צענטראלע בחצרות אשכול וואו צו לייגן נייעס און געשעענישן, און דערנאך וועט יעדע קהלה האבן איין אשכול פאר שמועסן.
דאס הייסט, לדוגמא, איין אשכול פאר "שמועסן צווישן חסידי סאטמאר מהר"א" און דארט וועט מען רעדן פון אלע סאטמאר מהר"א נייעס פון איבעראל. עס וועט דינען ווי א טשעט גרופע צווישן חסידי מהר"א.
א שטארקע מעלה וועט עס האבן, אז אזעלכע אשכולות וועלן זיין געווידמעט נאר פאר חברי הקהלה, און מען וועט אפיציעל קענען אכטונג געבן אז אנדערע זאלן נישט אריינקומען טראלן און העצן.
איך קלער דאס קען זיין זייער געשמאק, אדרבה, קומט אריין
דא אהער און לאזט אייך הערן.
הצלחה רבה.
נראה בעיני
און אויף די גרעסערע פראיעקטן און דעבאטעס וואס פארלאנגט זיך אן אשכול באזונדער, קען אן אחראי אדער מנהל לייגן א תגובה אנפאנג פון אשכול וואו עס זאל ליגן אלע לינקס וואס געהערן צו יענע קהילה.
אבער די הויפט נייעס און הויפט בילדער פון יעדע גרעסערע קהילה זאל מען נאך אלס לייגן אין די צענטראלע בחצרות אשכול, ווייל צומאל וואלט איך געוואלט זעהן די קאממאן פון יעדע קהילה אבער דאך איטערעסירט מיר נישט זייערע שמועסן און פארברענגען.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:30 pm
דורך ווירקליך
ווען עפעס אויסערארנטליך קומט פאר אין א חסידות, קען עס רואיג האבן א באזונדערן אשכול, כמובן.
מען רעדט פון די רוטינע נייעס.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:34 pm
דורך פישפיקלאדיין
דער געדאנק קוקט אויס גאר געשמאק.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
דורך שבת קודש
סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:39 pm
דורך ווירקליך
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
ניין, נישט יעדע קליינע חסידות דארף אן אשכול
די באזונדערע אשכולות וועלן זיין בלויז פאר שמועסן צווישן חברי הקהלה.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:45 pm
דורך איטשע
ס'הערט זיך גוט
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:03 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
און די הנהלה זאל שטעלן א קריספדאנט פון יעדע גרויסע קהלה איבער די וועלט וואס זאלן אריינצושטעלן אין זייער אשכול אלע זייערע נייעס און מודעות
אזוי וועט עס מאכן די סייד מער קאליפול אנדערשט ווי יעצט ווי עס איז מער ווייניגער א סאטמערע סייט
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:31 pm
דורך צווייזייטיג
ווירקליך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:39 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
ניין, נישט יעדע קליינע חסידות דארף אן אשכול
די באזונדערע אשכולות וועלן זיין בלויז פאר שמועסן צווישן חברי הקהלה.
מ'גייט דארפן דערקלערן קהילה?
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:34 pm
דורך להגדיל הטראסק
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 2:31 pm
מ'גייט דארפן דערקלערן קהילה?
יא! חוץ אויב די שרייבסט אין די אנדערע קהילה און דו מאכסט עס גוט אז מען זאל נישט כאפן...
אבער כ'מיין אז סייווי ווייסט מען ווער עס געהערט וואו דורך די תגובות ביז אהער...
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:35 pm
דורך שמח
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 2:31 pm
ווירקליך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:39 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
ניין, נישט יעדע קליינע חסידות דארף אן אשכול
די באזונדערע אשכולות וועלן זיין בלויז פאר שמועסן צווישן חברי הקהלה.
מ'גייט דארפן דערקלערן קהילה?
דו וועסט שוין נישט דארפן...
(חוץ אויב האסטו נאך א ניק...)
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:48 pm
דורך לא ימושו מפיך
זייער גוט.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:39 pm
דורך איך
איך מיין עס איז זייער גוט ווי אזוי עס איז יעצט
עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אז אלעס זאל זיין אין איין ווייל איך האלט נישט ביים דורךליינען יעדעמס לאנגע באריכטן אבער די גרויסע נייעס זאל איך יא וויסן
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:46 pm
דורך יום טוב
איך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:39 pm
איך מיין עס איז זייער גוט ווי אזוי עס איז יעצט
עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אז אלעס זאל זיין אין איין ווייל איך האלט נישט ביים דורךליינען יעדעמס לאנגע באריכטן אבער די גרויסע נייעס זאל איך יא וויסן
גא"מ עס איז נאך נישט אזוי ביזי צו דארפן מאכן טיילונגען איך האב הנאה פון יעדע באריכט פון יעדע חצר , עס זייער גוט אזוי ווי יעצט
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:54 pm
דורך ווירקליך
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 2:03 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
און די הנהלה זאל שטעלן א קריספדאנט פון יעדע גרויסע קהלה איבער די וועלט וואס זאלן אריינצושטעלן אין זייער אשכול אלע זייערע נייעס און מודעות
אזוי וועט עס מאכן די סייד מער קאליפול אנדערשט ווי יעצט ווי עס איז מער ווייניגער א סאטמערע סייט
די הנהלה שטעלט גארנישט. מיר רופן נישט קיינעם און מיר ארבעטן נישט אויף קיין מענטשן צו קומען שרייבן אויף אידטיש.
קען זיין ס'איז ראנג, קען זיין אידטיש וואלט שנעלער געוואקסן ווען מיר וואלטן עס יא געטון, אבער מיר האלטן אז קוואליטי איז וויכטיגע ווי קוואנטיטי.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:55 pm
דורך ווירקליך
איך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:39 pm
איך מיין עס איז זייער גוט ווי אזוי עס איז יעצט
עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אז אלעס זאל זיין אין איין ווייל איך האלט נישט ביים דורךליינען יעדעמס לאנגע באריכטן אבער די גרויסע נייעס זאל איך יא וויסן
סא די גרויסע בחצרות אשכול בלייבט
שמועסן צווישן חסידי מונקאטש וועט זיין אינעם מונקאטשער אשכול.
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm
דורך טיפע טאשן
יום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:46 pm
איך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:39 pm
איך מיין עס איז זייער גוט ווי אזוי עס איז יעצט
עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אז אלעס זאל זיין אין איין ווייל איך האלט נישט ביים דורךליינען יעדעמס לאנגע באריכטן אבער די גרויסע נייעס זאל איך יא וויסן
גא"מ עס איז נאך נישט אזוי ביזי צו דארפן מאכן טיילונגען איך האב הנאה פון יעדע באריכט פון יעדע חצר , עס זייער גוט אזוי ווי יעצט
יעצט איז דא א עקסטערע פאר מוסדות קרית יואל, בית מדרש קרית יואל, וויליאמסבורג, מאנסי, ירושלים וכו,
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:09 pm
דורך יום טוב
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm

יעדער איז וועלקאם אויב וויל ער מאכן פאר זיין חצר קיינער שטערט נישט , אבער נישט מאכן דא קיין רעגולאציעס אין טיילונגען נאר דא און נאר דארט וכו'
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:17 pm
דורך איך
ווירקליך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:55 pm
איך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:39 pm
איך מיין עס איז זייער גוט ווי אזוי עס איז יעצט
עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אז אלעס זאל זיין אין איין ווייל איך האלט נישט ביים דורךליינען יעדעמס לאנגע באריכטן אבער די גרויסע נייעס זאל איך יא וויסן
סא די גרויסע בחצרות אשכול בלייבט
שמועסן צווישן חסידי מונקאטש וועט זיין אינעם מונקאטשער אשכול.
אויב חסידי מונקאטש שמוסן זייער אסאך זאלן זיי טאקע אויך מאכן א עקסטרע
אבער דערווייל קענען זיי בלייבן
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:34 pm
דורך טיפע טאשן
יום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:09 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm
יום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 3:46 pm
גא"מ עס איז נאך נישט אזוי ביזי צו דארפן מאכן טיילונגען איך האב הנאה פון יעדע באריכט פון יעדע חצר , עס זייער גוט אזוי ווי יעצט
יעצט איז דא א עקסטערע פאר מוסדות קרית יואל, בית מדרש קרית יואל, וויליאמסבורג, מאנסי, ירושלים וכו,
יעדער איז וועלקאם אויב וויל ער מאכן פאר זיין חצר קיינער שטערט נישט , אבער נישט מאכן דא קיין רעגולאציעס אין טיילונגען נאר דא און נאר דארט וכו'
אלץ יחיד גלייך איך נישט די 15 עקסטערע אשכולות פון איין קהילה, און איך וואלט געוואלט אז מען זאל עס צוזאמענשטעלן,
איך רעדט נישט פון מאכן רעגולאציעס ווי מען מעג שרייבן
Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים
געפאוסט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איך גיי פאר דעי איידיע, גענוג געקלעטערט צווישן די אשכולות