בלאט 6 פון 7

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 2:10 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
ציבורא האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 9:57 am איך האב ווייפיי פון מיין לענדראלד וואס איז פייער פאר משומר און ער איז נישט אינטערסירט צו לאזן אידטיש, במילא איגנארט משומר מיינע אימעילס
ער קאנטראלירט למשל אויך ווען דו מעגסט אנצינדען די עיר קאנדישאן?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 2:33 pm
דורך ציבורא
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 2:10 pm
ציבורא האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 9:57 am איך האב ווייפיי פון מיין לענדראלד וואס איז פייער פאר משומר און ער איז נישט אינטערסירט צו לאזן אידטיש, במילא איגנארט משומר מיינע אימעילס
ער קאנטראלירט למשל אויך ווען דו מעגסט אנצינדען די עיר קאנדישאן?
פארשטייט זיך אז נישט, נאר פאר מיין יודישקייט זארגט ער זיך

עס האט א שיעור וויפיל א מענטש קען זיך זארגן פאר יענעם

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:06 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!!!!
מודה אני לפניך ה' אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי!!!!
יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם!!!!
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!!
איך בין כרגע אויסגעלאפן פון נאך פסוקים אבער מ'וועט אי"ה משלים זיין!!!!
אונז זעמיר יעצט צוריק געקומען צו דעם קיאסק וואס האט נישט געוואלט אדורך לאזן אידטיש און מ'האמיר זיי געשיקט אן אימעיל עס צו עפענען (ווייל ביי ריקוועסטן קען איך שוין נישט) און מ'האט מיר יעצט געעפענט!!!!
איך האב שוין ארויס געשלעפט דעם פאסיק גרייט צו צוברעכן אלע קאמפיוטערס אויב ער עפענט עס נישט זעהט אויס ער האט עס דערשפירט און נישט געוואלט איין שטעלן...

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 12:17 pm
דורך דער תהלים איד
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:06 am אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!!!!
מודה אני לפניך ה' אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי!!!!
יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם!!!!
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!!
איך בין כרגע אויסגעלאפן פון נאך פסוקים אבער מ'וועט אי"ה משלים זיין!!!!
אונז זעמיר יעצט צוריק געקומען צו דעם קיאסק וואס האט נישט געוואלט אדורך לאזן אידטיש און מ'האמיר זיי געשיקט אן אימעיל עס צו עפענען (ווייל ביי ריקוועסטן קען איך שוין נישט) און מ'האט מיר יעצט געעפענט!!!!
איך האב שוין ארויס געשלעפט דעם פאסיק גרייט צו צוברעכן אלע קאמפיוטערס אויב ער עפענט עס נישט זעהט אויס ער האט עס דערשפירט און נישט געוואלט איין שטעלן...
און וואס הערט זיך מיט דיין הויזן?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: מאנטאג יוני 17, 2024 3:13 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:17 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:06 am אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!!!!
מודה אני לפניך ה' אלוקי ואלוקי אבותי על כל החסד אשר עשית עמדי!!!!
יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם!!!!
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!!
איך בין כרגע אויסגעלאפן פון נאך פסוקים אבער מ'וועט אי"ה משלים זיין!!!!
אונז זעמיר יעצט צוריק געקומען צו דעם קיאסק וואס האט נישט געוואלט אדורך לאזן אידטיש און מ'האמיר זיי געשיקט אן אימעיל עס צו עפענען (ווייל ביי ריקוועסטן קען איך שוין נישט) און מ'האט מיר יעצט געעפענט!!!!
איך האב שוין ארויס געשלעפט דעם פאסיק גרייט צו צוברעכן אלע קאמפיוטערס אויב ער עפענט עס נישט זעהט אויס ער האט עס דערשפירט און נישט געוואלט איין שטעלן...
און וואס הערט זיך מיט דיין הויזן?
איך בין געזיצן דאן...

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 2:30 am
דורך ברוך השם
מיר האט משומר אויפגעמאכט נאכן בעטן אפאר מאל

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 2:46 am
דורך פופציגער
ברוך השם האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:30 am מיר האט משומר אויפגעמאכט נאכן בעטן אפאר מאל
אינטערסאנט. האסט פלעין געבעטן?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 10:47 am
דורך וואוילער
ברוך השם האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:30 am מיר האט משומר אויפגעמאכט נאכן בעטן אפאר מאל
דאס איז פאזיטיווע נייעס פאר די אידנטום!

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 1:35 am
דורך ברוך השם
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:46 am
ברוך השם האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:30 am מיר האט משומר אויפגעמאכט נאכן בעטן אפאר מאל
אינטערסאנט. האסט פלעין געבעטן?
אין א קיאסק אין וויליאמסבורג

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am
דורך דאפלטער
וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am
דורך פופציגער
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?
געהערט פון נאך איינעם דאס. וואס מיינט עס?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:12 am
דורך וואוילער
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?
געהערט פון נאך איינעם דאס. וואס מיינט עס?
ביי מיר איז די גאנצע טעמע פארמאכט (אויסער די ערשטע פעידז).

זעהט אויס איינער האט אהין באריכטעט אז די טעמע טויג נישט.

פאר אן עצה, שיק מיר א פריוואטע מעסעדז.

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:51 pm
דורך דאפלטער
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?
געהערט פון נאך איינעם דאס. וואס מיינט עס?
דיר לאזן זיי אריבער? אדער דו האסט א צווייטע פילטער?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:52 pm
דורך נפתלי
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?
די אידישע [קנאי'שע] הרגשים אשכול איז געבלאקט ביי מיר דורך גדר

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 2:52 am
דורך אנדערער
נפתלי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:52 pm
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?
די אידישע [קנאי'שע] הרגשים אשכול איז געבלאקט ביי מיר דורך גדר
ביי מיר אויך

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 22, 2024 1:05 am
דורך זיבן פעטע קוען
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 2:52 am
נפתלי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:52 pm
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:44 am וואס איז פשט אז גדר פארמאכט מיר די לעצטע צוויי בלעטער פון אידישע קנאישע הרגשים?
די אידישע [קנאי'שע] הרגשים אשכול איז געבלאקט ביי מיר דורך גדר
ביי מיר אויך
וואס איז טאקע פשט?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:50 am
דורך נישט קיין בהלה
די פראבלעם איז אז משומר און גדר זענען די בעסטע פילטערס וואס איז געאייגנט פאר ערליכע אידן, און טאמער לאזן זיי נישט אריבער איד טיש וואס איז א אויפגעכאפטע אידישע סייט מאכט דאס פארגיין די אפעטיט זיי צו ניצן.

איי מען דארף דאך האבן א פילטער? גייט א חלק עולם צו שוואכערע פילטערס וואס איז ווייט פון אויסגעהאלטן. און דאס איז א פראבלעם. אויב וואלטן זיי זיך נישט אזוי ארומגעשפילט און גלייך געלאזט אויפמאכן איד טיש וכדומה, וואלט דאס געווען סאך א גרעסערע טובה פאר אידישקייט.

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 10:39 am
דורך Azoi Tzi Zugen
נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:50 am די פראבלעם איז אז משומר און גדר זענען די בעסטע פילטערס וואס איז געאייגנט פאר ערליכע אידן, און טאמער לאזן זיי נישט אריבער איד טיש וואס איז א אויפגעכאפטע אידישע סייט מאכט דאס פארגיין די אפעטיט זיי צו ניצן.

איי מען דארף דאך האבן א פילטער? גייט א חלק עולם צו שוואכערע פילטערס וואס איז ווייט פון אויסגעהאלטן. און דאס איז א פראבלעם. אויב וואלטן זיי זיך נישט אזוי ארומגעשפילט און גלייך געלאזט אויפמאכן איד טיש וכדומה, וואלט דאס געווען סאך א גרעסערע טובה פאר אידישקייט.
וואס דארף מען גיין צו שוואכע? מען קען דאך גיין צו גדר וואס איז אפילו די בעסטע סערוויס אויך לויט מיין עקספיריענס.

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 4:52 pm
דורך נישט קיין בהלה
און זיי מאכן נישט קיין קונצן ווען מען בעט זיי אויפצומאכן איד טיש?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:03 pm
דורך פופציגער
נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 4:52 pm און זיי מאכן נישט קיין קונצן ווען מען בעט זיי אויפצומאכן איד טיש?
גדר? וואס עפעס?

עפעס איז דען שלעכט מיט אידטיש?

(גדר אנפירער זענען נישט אויף פעיראל ביי יחידים מיט אינטערעסן. וד"ל ואכמ"ל)

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:04 pm
דורך נישט קיין בהלה
און משומר מאכט יא קונצן?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:06 pm
דורך פופציגער
נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:04 pm און משומר מאכט יא קונצן?
יא.

משומר עפנט נישט אידטיש אזוי לייכט, זיי וועלן דיר ענדערש עפענען יו טוב ווי אידטיש.

פארוואס? אה, ברוכים הבאים צום פארדארבענעם וועלט פון קארופציע.

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:11 pm
דורך נישט קיין בהלה
שווער צו פארשטיין.

וואס ליגט אונטער די קוראפציע? עפעס איז שייך פאר אונז קליינע קעפעלעך צו פארשטיין וואס זיי טענה'ן על כל פנים?

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:16 pm
דורך פופציגער
נישט קיין בהלה האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 5:11 pm שווער צו פארשטיין.

וואס ליגט אונטער די קוראפציע? עפעס איז שייך פאר אונז קליינע קעפעלעך צו פארשטיין וואס זיי טענה'ן על כל פנים?
נישטא קיין טענה. ממש נישט.

אויב איז דער ווארט "קארופציע" באשאפן געווארן פאר א ספעציפישע פירמע, איז משומר דערווייל דער געווינער.

Re: אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 9:32 am
דורך נישט קיין בהלה
עס איז נישט דא צו וועם צו רעדן דארט?
און וואס איז מיט אנדערע אידישע וועבזייטלעך, די פלאץ ווי מען מעקט יעדע נערמאלע זאך הנקרא אייוואלט, דאס לאזן זיי דורך?