בלאט 497 פון 510
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 6:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
גדולי התורה והחסידות פון אלע שיכטן אין קרייזן פון איבער די גארער וועלט זענען ארויס אין א געמיינזאמע רוף צו אחינו בני ישראל בארץ ובגולה צו באשטעטיגן מארגן מאנטאג י׳ חשון אלס אן אלוועלטליכע יום תפילה צו איינרייסן איבער די מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל און איבער די גזירות על הדת פון די מדינת ישראל רעגירונג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:08 am
דורך פליט
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:40 pm
צה"ל האט פארעפנטליכט 46 מינוט פון א חאמאס אויספרעג צענטער ווי מ'זעהט זייער ברוטאליטעט אויף עזה ציווילע.
► Show Spoiler
- IMG_20241111_090625_147.jpg (159.97 KiB) געזען געווארן 778 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:40 am
דורך פליט
מדינת ישראל האט אראפגעשאסן א באליסטישע מיסל וואס איז געקומען פון תימן, די מיסל איז אראפגעשאסן געווארן נאך פארן אנקומען העכער מדינת ישראל, אלארמס האבן זיך אנגעצינדן אין געגנטער נעבן ירושלים.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:41 am
דורך פליט
שראפנעל פון א חיזבאלא ראקעט איז געפאלן אין בית שמש, וואס האט פאראורזאכט א קליינע פייער.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:46 am
דורך פליט
באריכטן אז מוחמד סינוואר א ברידער פון יחיה סינוואר איז אומגעברענגט געווארן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 7:58 am
דורך מסתמא
פליט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:46 am
באריכטן אז מוחמד סינוואר א ברידער פון יחיה סינוואר איז אומגעברענגט געווארן.
דאס איז ריזיג אויב אמת
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:07 am
דורך ניקל
א באראדזש פון צענדליגער מיסילס זענען אריין געשאסן געווארן היינט אינדערפרי פון לבנון קיין צפון מדינת ישראל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 11:00 am
דורך ניקל
שאדן פון איינע פון די געפאלענע מיסילס
- IMG_20241111_105923_360.jpg (116.19 KiB) געזען געווארן 716 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 11:01 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:07 am
א באראדזש פון צענדליגער מיסילס זענען אריין געשאסן געווארן היינט אינדערפרי פון לבנון קיין צפון מדינת ישראל
פון ארום 12:00 מדינת ישראל זייגער ביז יעצט האלט עס שוין ביי ארום 175 ראקעטן געשאסן קיין צפון מדינת ישראל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:36 pm
דורך פליט
מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 7:58 am
פליט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:46 am
באריכטן אז מוחמד סינוואר א ברידער פון יחיה סינוואר איז אומגעברענגט געווארן.
דאס איז ריזיג אויב אמת
איך האב עס געזען באריכטעט אויף טשענעל 10, אבער דאס מאל איז עס נישט אמת.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:37 pm
דורך פליט
- IMG_20241111_203357_129.jpg (68.98 KiB) געזען געווארן 650 מאל
נאך א סאלדאט ליידער אומגעקומען אין עזה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:44 pm
דורך פליט
לבנוניזע געזונטהייט מיניסטער, 54 טויטע און 58 פארוואונדעטע אין לבנון אין די לעצטע טאג דורך מדינת ישראל,
זייט די אנהייב פון די מלחמה, 3,243 טויטע אין לבנון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 3:18 pm
דורך ברסלב פלוס
פליט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:41 am
שראפנעל פון א חיזבאלא ראקעט איז געפאלן אין בית שמש, וואס האט פאראורזאכט א קליינע פייער.
מ'זאגט אז ס'נישט אמת נאר די ראקעט איז נישט אריין אין שטח מד"י און די פייער קוקט מען נאך
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:27 am
דורך פליט
- IMG_20241112_102618_842.jpg (305.5 KiB) געזען געווארן 471 מאל
נאך 4 סאלדאטן זענען ליידער אומגעקומען אין עזה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:33 am
דורך פליט
- IMG_20241112_103121_908.jpg (144.71 KiB) געזען געווארן 471 מאל
א חיזבאלא דראון האט געפאלן אין א קינדערגארטן הויף אין נשר נעבן חיפה בשעת די קינדער האבן זיך געפונען דארט, ב"ה קיינער איז נישט פארוואונדערט געווארן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 4:24 am
דורך פליט
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 8:16 am
דורך ברסלב פלוס
ברסלב פלוס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 3:18 pm
פליט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:41 am
שראפנעל פון א חיזבאלא ראקעט איז געפאלן אין בית שמש, וואס האט פאראורזאכט א קליינע פייער.
מ'זאגט אז ס'נישט אמת נאר די ראקעט איז נישט אריין אין שטח מד"י און די פייער קוקט מען נאך
מ'קען זען בילדער פון די שריפה דא
viewtopic.php?p=135044#p135044 ביי די נייעס פון בית שמש
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:28 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פליט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:33 am
IMG_20241112_103121_908.jpg
א חיזבאלא דראון האט געפאלן אין א קינדערגארטן הויף אין נשר נעבן חיפה בשעת די קינדער האבן זיך געפונען דארט, ב"ה קיינער איז נישט פארוואונדערט געווארן.
דאס איז דאך ממש נסים. אבער וואס גייט לעצטנס פאר מיט די אייראן דאום?
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:53 pm
דורך פליט
צוויי מענטשן אין נהריה זענען ליידער אומגעקומען פון א כיזבאלא ראקעט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:54 pm
דורך פליט
פליט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:53 pm
צוויי מענטשן אין נהריה זענען ליידער אומגעקומען פון א כיזבאלא ראקעט.
- IMG_20241113_015408_519.jpg (134.22 KiB) געזען געווארן 318 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 11:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פייערווארקס אין לבנון באלייכטן די הימלען אפצייכענענדיג דאס אויפרייס פון א כיזבאלא וואפן סטארעזש.
-אידישע ווינקל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 3:59 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
די טאטע פון נוסראללא איז געצילט און עלימינירט געווארן אין סיריע, דורך מדינת ישראל קרעפטן.
נתניהו האט ארויסגעשטעלט א רעקארדירונג, אדרעסירנדיג איראנע בירגער זיך נישט צו לאזן פון די כומעיני רעזשים.
טיילאנד האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג צו אידן, אז זיי זענען באזארגט איבער מעגליכע טעראר אטאקעס, נאכדעם וואס טויזענטער מדינת ישראל טוריסטן גרייטן זיך צו באזוכן דאס לאנד.
מדינת ישראל האט אויסגעברייטערט אירע אפעראציעס אין לבנון, אטאקירנדיג געגנטער ווי זיי האבן ביז היינט נישט געצילט.
אין אמסטערדאם האט זיך געגרינדעט אן אנטיסעמיטישע גרופע גערופן "דאס מיליטער" וואס איז ווארשיינליך דא מיט טעראריסטישע צילן אינטערן טיש.
נ.ב. פרעגסטו פארוואס דער בליי ארבעט אזוי שפעט ביינאכט.
איך וועל ענטפערן דעם ריינעם אמת.
איך האב שוין געשריבן נאכמיטאג א גרויסע באריכט, אבער עס האט זיך צו מיין גרויס טרויער פארמעקט.
איצט בין איך פון א חתונה אהיים געקומען, און געטראכט איר צו איבערשרייבן אין די טונקלקייט פון די נאכט.
עס איז מיר נישט געגאנגען.
אבער כאטש וואס איך האב יא געקענט שרייבן שיק איך ארויס.
איך וועל פרובירן צו אריין קומען מיט אזא סטיל באריכט יעדן טאג.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:13 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
אין די יעצטיגע מינוטן אטאקירט מדינת ישראל העפטיג אין דאחיא. ביירוט לבנון.
איינוואוינער זענען פארארדענט געווארן צו עוועקואירן בעפאר די אטאקע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:20 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
די קומעדיגע אמבאסאדאר צו מדינת ישראל מייק האקאבי זאגט אז ער שטיצט די פלאן פון בן גביר אז מדינת ישראל זאל אפיציעל אקופירן די מערב ברעג, אבער מאכט נישט קיין פאליסי אויף דעם.
(די מערב ברעג איז אפיציעל נישט אין מדינת־ישׂראל טעריטאריע)
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:10 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
אכט באליסטישע מיסילס זענען געפלויגן פון לבנון.
פייפערס פון גליל ביז תל אביב.