בלאט 496 פון 601
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 10:25 pm
דורך ניקל
10 פארוואונדעטע לויט די יעצטיגע באריכטן
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
ראקעטן זענען געפאלן אין קרית שמונה, נישטא קיין באריכטן פון פארוואונדעטע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:57 am
דורך פליט
די חותים האבן באוויזן צו אראפשיסן אן אמעריקאנער דראון אין די ווערד פון ארום 30 מיליאן דאלאר.
זייט אנהייב מלחמה, איז דאס שוין די צענטער פון די מינע דראונס וואס זיי האבן אראפגעשאסן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 3:09 am
דורך פליט
מדינת ישראל האט אראפגעשאסן א באליסטישע מיסל וואס איז געווען אויפן וועג פון תימן.
חיזבאלא האט יעצט אינדערפרי געשאסן ארום 20 ראקעטן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 3:22 pm
דורך מיילעך פריילעך
לויט באריכטן האט קאטאר איינגעמאלדן פאר כאמאס אז זיי זענען מער נישט וועלקאם אין זייער לאנד.
כאמאס פירער לעבן שוין פאר יארן אין קאטארישע האטעלן אויף די חשבון פון די ארטיגע קעניגרייך.
די געוועזענע פירער האניא וועלכע איז אומגעברענגט געווארן אין טעהראן לעצטנס איז אויך געווען אין קאטאר פאר יארן און געהאט שוץ פון מד'י באמבארדירונגען.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 7:21 pm
דורך ניקל
קאטאר זאגט אז זיי וועלן מער נישט דינען אלץ פארמיטלער צווישן מדינת ישראל און חאמאס
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
צה"ל האט היינט א דורכגעפירט א באמבעדירונג אין די גרעניץ שטעטל מארון אל-ראס.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:30 pm
דורך מיילעך פריילעך
אמעריקע האט אטאקירט היינט נאכמיטאג אין צנעא, הויפשטאט פון תימן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:31 pm
דורך מיילעך פריילעך
די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער א שיסעריי אינצידענט אין א געביידע אין פתח תקוה - נישט קיין פארוואונדעטע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:31 pm
דורך מיילעך פריילעך
מ"י האט דורכגעפירט באמבעדירונגען אין נבטי’, עס זענען באריכטעט געווארן 12 פארוואונדעטע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:33 pm
דורך מיילעך פריילעך
מ"י דזשעטס האבן באמבארדירט די הויז פון דער "אבו עפאש" פאמיליע פארנט פון דער סלאח על-דין שולע, מערב פון עזה סיטי.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:48 pm
דורך מיילעך פריילעך
400 טעג וואס 101 זענען נאך דארט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:50 pm
דורך מיילעך פריילעך
קוואנטומס וואפן זענען קאנפיסקירט געווארן פון א בעדואינער אראבער וואס האט זיי אריינגעשמוגלט פון ירדן אויפן וועג צו איר דעסטינאציע פאר טעראר גרופעס אין יהודה ושומרון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 9:52 pm
דורך מיילעך פריילעך
דייטשלאנד האט אריבערגעפירט א געזעץ צו פארבאטן די סלאגאן "פון די טייך צו די ים פאלעסטינע זאל זיין פריי".
דאס איז א אומגלויבליכע שריט וואס איז געטון געווארן דורך א מערב וועלט לאנד צו פארבאטן פרייהייט פון שפראך, אבער כ'האב נישט רחמנות זאלן זיי האבן פיין און גילט פון זייערע היסטאריע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 10:18 pm
דורך קלאפן
ביים ערשטן שמועס מיטן נייעם שר הבטחון פון מדינת ישראל ישראל כץ מיט זיין קאלעגע, פארטיידיגוגונגס מיניסטער לויד אוסטין ווערט באריכטעט אין מדנ"י אויף שארפע סטראשערייען פון אוסטין צו כץ ווען אוסטין האט אים געסטראשעט אויב וועט מען נישט זאפארט דראסטיש העכערן די הומעניטערישע ליפערונגען צו עזה וועט אמעריקע לייגן צוימינגען אויףוואפן ליפערונגען צו מדינת ישראל.
דאס קומט נאכדעם וואס אוסטין איז פערזענליך געווען זייער באליידיגט נאכן זרק'ענען גאלאנט וועלכע פלעגט רעדן מיט אים רעגלמעסיג און איז לויט באריכטן געווען די נענסטע מענטש אין די יעצטיגע מדנ"י רעגירונג צו אוסטין מאכענדיג אים אלס דער איינציגער אין די רעגירונג צו האבן באציענגן מיט די ביידן אדמיניסטראציע.
וואס די ביידען אדמיניסטראציע כאפט נישט איז אז אין וויציגער פון דריי חדשים האבן זיי קיין שום ווארט אויף וואשינגטאן און די נתניהו רגירונג צוקראצט זיך ווייניג פון אוסטין...
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:40 pm
דורך מיילעך פריילעך
א חיזבאלא ראקעט האט באטראפן א געביידע אין תל חי, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:40 pm
דורך מיילעך פריילעך
צה"ל האט פארעפנטליכט 46 מינוט פון א חאמאס אויספרעג צענטער ווי מ'זעהט זייער ברוטאליטעט אויף עזה ציווילע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:41 pm
דורך מיילעך פריילעך
מדינת ישראל האט דורכגעפירט א געצילטע באמבאדירונג אין דמשק סיריע 6 זענען אומגעקומען צווישן זיי סאלים איש וואס איז פאראנטווארטליך אויפן עלעמנירן ראפיק הארירי לעבאנעזע פרעמיער מיניסטער אין 2006.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:41 pm
דורך מיילעך פריילעך
ביי די היינטיגע קאבינעט זיצונג האט פ"מ נתניהו אויפציעל גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די ביפער אטאקע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:42 pm
דורך מיילעך פריילעך
א טונעל פון 4,500 קיוביק מעטער איז פארניכטעט געווארן אין לבנון אונטער א בית הקברות וואס האט פארמאגט זאפאסן וואפנס.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:43 pm
דורך מיילעך פריילעך
ראקעטן פריער אין חיפה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:22 pm
דורך ניקל
פרעזידענט ביידען וועט זיך טרעפן קומענדיגע דינסטאג מיט מדינת ישראל פרעזידענט הערצאג אינעם ווייסן הויז
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:23 pm
דורך ניקל
די שב"כ האבן ארעסטירט א גרופע חאמאס טעראריסטן וואס האבן זיך געגרייט צו אומברענגען בן גביר, צוזאמען מיט זיין זוהן
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:41 pm
דורך מיילעך פריילעך
ביים רעאגירן צו קריטיק אויפן אויפנעמען ישראל כץ אויפן שטעלע פון דיפענס מינסטער גלאנט, האט מד'י פרעמיער מיניסטער נתניהו געזאגט אז גלאנט איז געווען קעגן די ביפער אטאקע און אנגעדיידטעט אז ער האלט אז גלאנט איז געווען אונטער פילע ליקס צו די פרעסע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:30 pm
דורך מיילעך פריילעך
איבער 1,000 צעמענט טראקס זענען שוין געברענגט געווארן צו געגנטער אין דרום לבנון מיט'ן ציל צו פארמאכן די טונעלס און אונטערערדישע אינפעסטראקטור פון כיזבאלא לענגאויס די גרעניצן מיט מדינת ישראל.

אידישער ווינקל
