בלאט 483 פון 551
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
א ראקעט איז געפאלן אין נהריה.
איינער אין די פיפציגער יארן איז פארוואונדעט געווארן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
2 זענען אומגעקומען אין א באמבעדירונג אטאקע אינעם דארף סרבין אין דרום לבנון, חיזבאללה באריכטעט 9 אומגעקומען זינט אינדערפרי אין דארף.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:50 pm
דורך מיילעך פריילעך
חיזבאללה האט פארעפנטלעכט א ווידיאו וויאזוי זיי שיסן אראפ א מ"י "הערמעס-450" דראון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
לכבוד שמחות תורה: פייפערס אין תל אביב.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 23, 2024 1:51 pm
לכבוד שמחות תורה: פייפערס אין תל אביב.
באריכטן פון פיר אויפרייסן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 2:12 pm
דורך מיילעך פריילעך
פארט ארום א ווידאו אויף סאציאלע מידיע ווי א טאטע אין עזה אדער לבנון האלט א טויט קינד אין זיינע הענט און וויינט בכיות נוראות,
פלוצלינג האט די פיס פונעם קינד אנגעהויבן קראצן אביסל און די ליצנות איז היסטארי...
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 2:19 pm
דורך מיילעך פריילעך
מדני האט געצילט נעבן די איראנע אמבאסאדע אין לבנון.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:41 pm
דורך מיילעך פריילעך
ברעיקינג:
עס ווערט באריכטעט ערענסטע פרעפעראציעס אין מדינת ישראל נייעס אגענטורן זיך גרייטענדיג אויף אן אטאקע אויף איראן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:51 pm
דורך כלל ישראל
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 23, 2024 2:12 pm
פארט ארום א ווידאו אויף סאציאלע מידיע ווי א טאטע אין עזה אדער לבנון האלט א טויט קינד אין זיינע הענט און וויינט בכיות נוראות,
פלוצלינג האט די פיס פונעם קינד אנגעהויבן קראצן אביסל און די ליצנות איז היסטארי...
א אלטע ווידיא
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:55 pm
דורך מיילעך פריילעך
כלל ישראל האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:51 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 23, 2024 2:12 pm
פארט ארום א ווידאו אויף סאציאלע מידיע ווי א טאטע אין עזה אדער לבנון האלט א טויט קינד אין זיינע הענט און וויינט בכיות נוראות,
פלוצלינג האט די פיס פונעם קינד אנגעהויבן קראצן אביסל און די ליצנות איז היסטארי...
א אלטע ווידיא
לענינינו?
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:57 pm
דורך פופציגער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 23, 2024 4:41 pm
ברעיקינג:
עס ווערט באריכטעט ערענסטע פרעפעראציעס אין מדינת ישראל נייעס אגענטורן זיך גרייטענדיג אויף אן אטאקע אויף איראן.
ערב דריי טעג יום טוב!!!! טיפיקל! מאכשעמאם די ציונים!
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 5:37 pm
דורך געטטער
מד"י האט אטאקירט איראנער צילן דעם שבת ביינאכט
א גוטע וואך און גוטן ווינטער,
דעם שבת ביינאכט האט מד"י מילטער אטאקירט עטליכע ציהלן אין איראן אין רעאקציע אויף דעם איראנער אטאקע ערב ראש השנה,
פונקט וואס מד"י האט באמבאדירט איז נאכנישט אינגאצן קלאר יעצט גלייך מוצאי שבת,
וויפיל מ'ווייסט יא איז אז זיי האבן גענוצט די סיריע און עיראקער לופט טעריטאריע צו נייטראליזירן די איראנער דעפענס סיסטעם'ס,
די אטאקע האט זיך אנגעהויבן ארום 2 ביינאכט און מ'האט פיין געקענט הערן די פליגער ארויס פארן פון מד"י, די אטאקעס זענען פארגעקומען אין 3 רונדעס,
באריכטן געבן אן אז עס זענען אטאקירט געווארן 20 ציהלן און ארום 100 מיליטערישע פליגער האבן א טייל גענומען אין די אטאקעס, מד"י מיליטער האט געמאלדן אז זיי האבן אטקירט מיסלס סענטערס און לופט סיסטעם'ס און אז אלע פליגער זענען צוריקגעקומען אומגעשעדיגט,
באריכטן און סעטעלייט בילדער ווייזון אויף שאד'ןס צום איראנער פערצ'ין בעיס, א איראנער פארש סענטער צו פאבריצירן די איראנער דראונס און מיסלס,
און לויט א ניו יארק טיימס באריכט האבן זיי אויך אטאקירט געוויסע באשטאנדטיילן צו פראדעצירן די סאליד געז פאר די לאנגשטרעקיגע מיסלס, די באשטאנדטיילן קען איראן נישט אליין פארבריצירן און ממילא איז דאס פאר זי א שטארקע קלאפ,
אזוי אויך איז נאכנישט קלאר אויב מד"י האט אינוואדירט די איראנער לופט טעריטאריע זעלבסט אדער נאר געשאסן פון די עיראקער עירספעיס,
און לויט די WSJ האט מד"י איינגעמאלדן פאר איראן בעפאר די אטאקע, צייגנדיג וואס זיי גייען אטאקירן און אז זיי זאלן נישט ענטפערן אויף די אטאקע
די באריכט איז קאטעגאריש אפגעלייקנט געווארן דורך נתניהו'ס אפיס
איראן האט זייער שטארק אראפ געקלאפט די ווערד פון די אטאקע און איראנער מידיע האט זיך אנגעשטערנגט צו ווייזן אויף שבת צופרי ווי אלע גאסן גייען אן ווי געווענדליך
אזוי אויך האט די קודס קראפט מודיע געווען אז 4 סאלדטן זענען זענען געשטארבן ביי די "שוואכע" מד"י אטאקע און זיי וועלן ענטפערן אין די פאסיגע צייט,
פרעזידענט ביידן האט זיךך געלאזט וואונטשן אויף דעם וואס מד"י האט אטאקירט נאר מילטערישע ציהלן און אז ס'זעט אויס צו זיין די ענד אויף די מערכה צווישן ביידע זייטן
אין מד"י אבער זענען די געמיטער נישט אינגאצן צופרדין פון די אטאקע, ווארום נאך די פלאפלערייען פון די באהערדע ביז איצט האט מען זיך געגרייט אויף מער וויכטיגערע ציהלן ווי דאס אויבנדערמאנטע, ווי למשל די איראנער אויל זאפאסן און איינריכטונגען וואס דינט פאר א געלט קוואל צו דעם איראנער רעזשים, אדער די איראנער נוקלערע פראיעקט,
אנדערע אין מד"י זאגן אז דאס איז נאר די ערשטע קלאפ און איז געמאכט צו נייטראליזירן די דעפענס סיסטעם, אזוי קענען זיי זיך יעצט באוועגן העכער איראן פונקט אזוי ווי אין סוריע און לבנון,
סוף פסוק זעט אויס אז אמעריקא און אויך איראן פראבירן צו ענדיגן די סומאטכע,
אינעם צייט וואס כרגע איז דער ציבור אין מד"י נאך ווייט פון צופרידן
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 5:38 pm
דורך געטטער
איראן'ס פרעזידענט מאסאוד פאזשיאן: "איראן'ס פיינט זאלן וויסן אז אונזער העלדיש פאלק שטייען אומזיסט אין פארטיידיגונג פון זייער לאנד און וועלן רעאגירן אויף יעדע נארישקייט מיט חכמה און שכל"
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:32 pm
דורך געטטער
איראן'ס וויצע פרעזידענט מוכאמאד רעזא עריף: "מיר וועלן רעאגירן אין צייט, און דער אטאקע מוז ווארטן אויף אונזער ענטפער."
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:33 pm
דורך געטטער
The White House: "We were not involved in the Israeli attack on Iran"
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:37 pm
דורך געטטער
כיזבאלא סטראשעט: וועט באלד אנהויבן א גרויסע מיסיל אטאקע אויף מדינת ישראל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:46 pm
דורך פליט

- IMG_20241027_014524_755.jpg (207.73 KiB) געזען געווארן 198 מאל
איראן פובליצירט 4 איראנער סאלדאטן אומגעקומען אין רעזולטאַט פון די אטאקע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:50 pm
דורך פליט
באריכטן אז כאמאס איז גרייט ארויסצוגעבן 2 משכונות פאר א 2 וואכן פייער אפשטעל.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:52 pm
דורך פליט

- IMG_20241027_015209_573.jpg (198.96 KiB) געזען געווארן 189 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 7:58 pm
דורך פליט
א באריכט אין די NYT ווייסט צו פארציילן אז כומעיני איז זייער נישט געזונט.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 8:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
די אפציעלע נומער פון די טויט צאל פון כיזבאלא האלט ביי 1,133.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 8:05 pm
דורך פליט

- IMG_20241027_020107_112.jpg (133.36 KiB) געזען געווארן 176 מאל
א קינדער ספר תורה איז געפונען געווארן אין חאן יונס, וואס א טעראריסט האט מיטגענומען מיט זיך פאריגע יאר שמחות תורה.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 8:05 pm
דורך מיילעך פריילעך
די טעראריסט וואס איז געווען פאראנטווארטליך פאר 16 אידן וואס זענען קאלט בלוטיג אומגעברענגט געווארן אום אקטאבער זיבן, איז געווען א אונר"א ארבעטער, איז אומגעברענגט געווארן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 8:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
ארום 10 איראנער זענען אומגעקומען.
די נומערן זענען ערווארטעט ארויפצוגיין.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 26, 2024 8:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
מ"י האט אטאקירט:
1) נאפט פאר די באליסטישע מיסילס, וואס דאס מיינט אז איראן קען לייגן זייערע מיסילס אין מיסט.
2) א דראון פאבריק.
3) עטליכע ערד דעפענס סיסטעמ'ס.