בלאט 49 פון 62
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 5:11 am
דורך פעיק ניוז

- Screenshot 2024-12-08 050227.jpg (107.36 KiB) געזען געווארן 1584 מאל
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 4:32 pm
דורך ווער
פרעזידענט-ערוועלט טראמפ האט קריטיקירט די שריט פון אוקראינא צו נוצן אמעריקאנער וואפן פאר אטאקעס טיף אין רוסישע טעריטאריע
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 14, 2024 9:31 pm
דורך שאינו יודע לשאול
רוסישע טרופן מאכן היבשע פארשריט אין דער פאקראווסק אומגעגנט, און שטייען בלויז אנדערטהאלבן מייל פון פאקראווסק סיטי.
דער שטאט איז א קריטישע פונקט אינעם געגנט, און פעלט זיך אויס פאר די אוקריינער צו קענען אנהאלטן טראנספארטן פון סאלדאטן און וואפן.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 10:52 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 10:52 am
ברעיקינג: א רוסישער גענעראל איז גע'הרג'ט געווארן אין א פון פאראויס איינגעפלאנצע באמבע אויפרייס אין די גאסן פון מאסקווע.
דער גענעראל, איגאר קירילאוו, איז געווען פאראנטוארטליך אויף די נוקלעארע קרעפטן פון מאמע רוסלאנד, און איז דער העכסטער באאמטער צו ווערן אומגעברענגט אינעם אוקריינע קריג.
אוקריינישע באאמטע האבן באשטעטיגט אז זיי זענען געשטאנען אינטער דעם אטענטאט.unnamed - 2024-12-17T104808.622.jpg
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 10:43 am
דורך ווער
די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאלדן נעכטן 5.9 ביליאן דאלער קאמבינירטע מיליטערישע און פינאנציעלע הילף פאר אוקראינע, אין די לעצטע אזא פּעקעדזש אונטער ביידען.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:26 am
דורך ווער
אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי זאגט אז טויזנטער רוסישע און צפון קארעא זעלנער אומגעקומען אין קורסק שלאכטן
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
דורך שינאווער
א רוסישע דראון האט באטראפן א ציווילע פאסאנדזשיר באס אין די שטאט חרסון אין דרום אוקראינא, אומברענגענדיג ווייניגסטענס איין מענטש.
די לאקאלא גאווערנער פון חרסון געט איבער, אז אין צוגאב צו די איין אומגעקומענער זענען נאך 9 מענטשען פארוואונדעט געווארן. די שטאט חרסון איז טייל פון די גרעסערע חרסון ראיאן וועלכע איז צוטיילט צווישן די רוסן און די אוקראינער און קומט שטענדיג אינטער רוסישע אטאקעס.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
דורך שינאווער
שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
א רוסישע דראון האט באטראפן א ציווילע פאסאנדזשיר באס אין די שטאט חרסון אין דרום אוקראינא, אומברענגענדיג ווייניגסטענס איין מענטש.
די לאקאלא גאווערנער פון חרסון געט איבער, אז אין צוגאב צו די איין אומגעקומענער זענען נאך 9 מענטשען פארוואונדעט געווארן. די שטאט חרסון איז טייל פון די גרעסערע חרסון ראיאן וועלכע איז צוטיילט צווישן די רוסן און די אוקראינער און קומט שטענדיג אינטער רוסישע אטאקעס.

- ONFU2GK2OJJGRK42CAT5CWWEGI_57_250106034524.jpg (29.02 KiB) געזען געווארן 1125 מאל
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 08, 2025 4:55 pm
דורך ווער
די ביידען אדמיניסטראציע איז ערווארטעט צו מעלדן מארגן דאנערשטיג א מאסיווע לעצטע וואפן הילף פעקל פאר אוקראינא
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 2:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
אוקראינע'ס פרעזידענט זעלענסקי זאגט אז אויב צפון קארעא קען אויסארבעטן אן ארעסטאנטן אויסטויש צווישן רוסלאנד און אוקראינע, דאן וועט אוקראינע זיין גרייט צוריק צו שיקן צוויי פארכאפטע צפון קארעאנער סאלדאטן וואס אוקראינע פארמאגט אין געפענגעניש.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 6:14 am
דורך מיילעך פריילעך
אוקראינע האט דורכגעפירט א גרעסערע אטאקע טיף אריין אין רוסישע טעריטאריע.
די אטאקע איז באשטאנען פון 200 דראונס וואס צייגט אויף א קאארדינירטע באמיונג צו צילן עטליכע ערטער אויפאמאל, און ווי אויכעט צו קענען איבערקומען רוסישע לופט-דיפענס סיסטעמען, ווי אויך האבן זיי גענוצט אין די אטאקע 15 ATACMS מיסילס וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט צוגעשטעלט פאר אוקריינע, דאס זענען מיסילס וואס קענען געצילט ווערן טיף אריין אין פיינטיליכע טעריטאריע.
די אטאקע איז געווען געצילט אויף צוויי געגנטער אין רוסלאנד, די טולא געגנט וואס געפינט זיך דרום מאסקווע, און דארט ווערט געהאלטן אסאך וויכטיגע מיליטערישע אינפאסטראקשער, און ווי אויך איז די קאזאן געגנט געצילט געווארן, א געגנט מער אויף מזרח רוסלאנד.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:36 pm
דורך מיילעך פריילעך
רוסלאנד האט היינט ארויסגעלייגט א שארפע סטראשע קעגן אוקראינע, אז אוקראינע קען "אויפהערן צו עקזיסטירן" אלס א לאנד אין 2025.
דאס קומט נאך א גרעסערע אטאקע פון אוקראינע נעכטן וואס האט געצילט די טולא געגנט און די שטאט קאזאן, צוויי וויכטיגע געגנטער פון די רוסישע ארמיי, וואס געפינט זיך טיף אריין אין רוסישע טעריטאריע.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 17, 2025 2:22 pm
דורך שינאווער
מלחמה עקספערטן שאצן אז אלע צפון קארעא זעלנער אין רוסלאנד'ס קורסק ראיאן וועלן זיין אפגעווישט ביז 3 מאנאטן.
די שאַצונג קומט פון די בריטישע "אינסטיטוט פאַר שטודירן מלחמה", און זיי זאָגן פאָראויס אַז די צוועלעף טויזנט צפון קאָרעאַ זעלנער וואָס די קים רעזשים האָט געשיקט פאַר פּוטין, וועט זיין אומגעברענגט אָדער פאַרוואונדעט ביז היי יאָר אַפּריל. די גרופּע זאָגט אַז זייער שאַצונג איז באַזירט אויף די פרישע וואָפנס און מיליטערישע געצייג וואָס די אוקראַינישע מיליטער האָט אַריינגעברענגט אין די קורסק ראַיאָן, און אויך אויף די שוואַכע טרענירונג וואָס די צפון קאָרעאַ זעלנער האָבן.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 21, 2025 1:45 pm
דורך מיילעך פריילעך
ברעיקונג:
אזוי ווי פרעזידענט טראמפ יר''ה האט פולע מאל פארשפראכן אז די מלחמה וועט זיין פארטיג אין 24 שעה נאך וואס ער ווערט איינגעשוואוירן ווערט באריכטעט אז פוטין דער אכזר האט יעצט אריינגעקאלט טראמפ אויפן רויטן טעלעפאן אז ער ציט זיך ארויס פון אלע שטחים וואס ער האט שוין איינגענומען.
עהעם.. נישט ממש.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 22, 2025 2:22 pm
דורך ווער
טראמפ איז ארויס מיט א שארפע אויפפאדערונג צו פוטין ער זאל וואס פריער ענדיגן דעם מלחמה אין אוקראינא, אדער אויסשטיין שטייפע טאריפס
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 12:39 am
דורך אנדערער
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 22, 2025 2:22 pm
טראמפ איז ארויס מיט א שארפע אויפפאדערונג צו פוטין ער זאל וואס פריער ענדיגן דעם מלחמה אין אוקראינא, אדער אויסשטיין שטייפע טאריפס
ער זאגט אים צו מאכן א דיל
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 7:08 pm
דורך שינאווער
צפון קארעא זעלנער האבן זיך צייטווייליג ארויסגעצויגן פון די פראנט ליניעס אין קורסק ראיאן נאך וואס זיי האבן געליטן שווערע פארלוסטן.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 12:54 pm
דורך חכם עתיק
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער איז זיך דורכגעקומען מיט'ן רוסישן פרעזידענט פוטין אנצופאנגן באלדיגע געשפרעכן מיט א ציל צו ענדיגן דעם מלחמה
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/122395
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:05 am
דורך נאו לעיבל
די קיעוו פאוסט מיט א ציפעדיגע עדיטאריעל!
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:15 am
דורך נאו לעיבל
היינט הייבט זיך אן די ערשטע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע מיט רוסלאנד איבער מאכן א דיעל צו ענדיגן די רוסלאנד אוקריינע מלחמה.
אין בילד: מארקא רוביא, מייק וואלץ, און סטיוו וויטקאף ביים פארהאנדלונגס טיש אין סאודי אראביע מיט די רוסישע אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:44 am
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:15 am
היינט הייבט זיך אן די ערשטע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע מיט רוסלאנד איבער מאכן א דיעל צו ענדיגן די רוסלאנד אוקריינע מלחמה.
אין בילד: מארקא רוביא, מייק וואלץ, און סטיוו וויטקאף ביים פארהאנדלונגס טיש אין סאודי אראביע מיט די רוסישע אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו.
די חברה זענען יעצט געגאנגען פאר א ברעיק...
דע מיטינג גייט שוין אן פאר איבער 3 שעה.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 8:03 am
דורך נאו לעיבל
די בריטישע טעלעגראף דעקט אויף אז די גניבה וואס טראמפ האט געוואלט מאכן אויף די אוקריינע נכסים איז געגאנגען סאך ווייטער ווי זייערע מינעראלן.
די צייטונג זאגט אז זיי האבן א קאפי פון די דיעל וואס אמעריקע האט געברענגט פאר זעלענסקי און טראמפ פארלאנגט דארט 50 פראצענט פון אוקריינע'ס מינעראלן, אויל, געז, פארטס, און אינפרעסטרוקטור אין די ווערט פון 500 ביליאן דאלער...
זעלענסקי האט אפגעווארפן די פארשלאג.
אזעלכע דיעלס געבט מען געווענליך פאר א שונא וואס מען באזיגט אין א מלחמה אין אויסטויש צירוק צו בויען זייער לאנד, נישט פאר א אלאירטע וואס שלאגט זיך פאר אמעריקא'ס אינטערעסן.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 8:06 am
דורך נאו לעיבל
.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 9:15 am
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:44 am
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:15 am
היינט הייבט זיך אן די ערשטע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע מיט רוסלאנד איבער מאכן א דיעל צו ענדיגן די רוסלאנד אוקריינע מלחמה.
אין בילד: מארקא רוביא, מייק וואלץ, און סטיוו וויטקאף ביים פארהאנדלונגס טיש אין סאודי אראביע מיט די רוסישע אויסערן מיניסטער סערגעי לעווראוו.
די חברה זענען יעצט געגאנגען פאר א ברעיק...
דע מיטינג גייט שוין אן פאר איבער 3 שעה.
די מיטינג האט זיך גענדיגט נאך מער ווי 4 שעה. ביידע זייטן זאגן אז עס איז געווען פאזיטיוו און אז מען גייט ווייטער פארהאנדלען.
Re: נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 9:54 am
דורך ניקל
רוסלאנד זאגט אז פרעזידענט פוטין איז גרייט צו רעדן צו פרעזידענט זאלענסקי אויב עס וועט זיך אויספעלן