בלאט 476 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:54 pm
דורך סענס אף יומער
וויכטיגע קלארשטעלונג.

אזוי ווי עס דרייען זיך ארום פארשידענע פאלשע שמועות, ווילן מיר אויסקלארן בשם די עסקנים געוויסע פרטים, אויף וויפיל מ'קען מיטטיילן.

ווי שוין באקאנט זענען אנטלאפן זעקס משפחות פון אמעריקע - יוצאי לב טהור, און צוויי משפחות וואס זענען נאך געווען אין גואטעמאלא, וואס די אלע משפחות האבן זיך נאך נישט געהאט אפגעלאזט פון די קולט אידיאלאגיע, און זיי האבן לויט די געריכטליכע פארארדענונג געדארפט אט אט ארויספארן קיין אמעריקע. און היות די היזיגע יוצאים האבן באקומען שטארקע פרעשור אז זיי מוזן אריינשיקן זייערע קינדער אין די היימישע מוסדות נאך די ימים טובים, נאך וואס זיי האבן שוין געהאט עטליכע חדשים צייט זיך מסדר צו זיין און די עסקנים האבן ארויסגעהאלפן סיי ווער עס האט געהאט פראבלעמען, און אויב וועלן זיי נישט אריינשיקן די קינדער אין די מוסדות קענען דאס צופירן אז די CPS טשיילד פראטעקשן אגענטור זאל אוועקנעמען זייערע קינדער און פלאצירן ביי אנדערע היימישע משפחות, דעריבער האבן זיי געהויבן פיס און אנטלאפן. זיי זענען געגאנגען קיין קאלאמביע, וויבאלד די ארטיגע רעגורינג איז כעת נישט אין די בעסטע באציאונגען מיט אמעריקע צוליב א געראנגל צווישן די צוויי פרעזידענטן, און דעריבער האפן זיי אז דורכדעם וועלן זיי קענען בלייבן דארט אן אויסשטיין א געפאר אויסגעליפערט צו ווערן קיין אמעריקע.

ליידער ליידערזענען א גרויס חלק פון די משפחות געפארן אום שבת ויו"ט רח''ל, געפארן צו איינע פון די סאמע נידריגסטע און שמוציגסטע לענדער, און אויך גאר געפארפול און מסוכנ'דיג, וואס ווי באקאנט ווערט דאס לאנד אין גרויס געפירט דורך מאפיאנערישע גרופעס.

און וויבאלד פאר די דאזיגע אקציעס פעלט זיך אויס גאר אסאך געלט דאס צו קענען פינאנצירן, גייען זיי ארום שנארן איבעראל און פארקויפן אלע סארטן לגיונות, אזוי ווי זיי האבן געטוהן אלע יארן. א שטייגער ווי אז מ'דארף געלט פאר לויערס וויבאלד די רעגירונג וויל לייגן די קינדער ביי גויאישע עלטערן, וואס דאס איז ווי פארשטענדליך א זינלאזע ליגנט, און די טשיילד פראטעקשן האלט אן גאר א נאנטע צוזאמענארבעט מיט די עסקנים, און אלע קינדער קומען אן נאר צו היימישע פרומע שטיבער.

ווי אויך ניצן זיי דעם אלטן תירוץ אז זיי ברויכן געלט פאר עסן וכדו', און אלע אנדערע שוין היינט באקאנטע שקרים וכזבים, הזמן יוכלה והם לא יוכלו.

דעריבער ווילן מיר בעטן בכל לשון של בקשה, מען זאל חס ושלום נישט געבן קיין געלט פאר סיי וועמען פון די יוצאים ביז איר ווייסט אז די משפחה איז שוין נישט מער נישט אין קיין סכנה, נישט געבן קיין געלט פאר איינעם וואס איר ווייסט נישט קלאר אז די משפחה איז נישט פון לב טהור. אויב האט איר א ספק זאל מען רופן די עסקנים מברר זיין.

ובפרטיות ווילן מיר דערמאנען ברבים אויף די הוראה פון רבנים, דער גנב וגזלן אלתר ניסים גאלדמאן, וואס ער איז די גרעסטע שקרן וגזלן און מומחה וויאזוי צו שנארן און בא'גנב'נען געלט אונטער אלע ערליי פאלשע תירוצים, און ער איז דער וואס האט געשאפט די נויטיגע פאנדן פאר די הוצאות צו אנטלויפן.

אין אנדערע נייעס איז געווען נאך א משפחה פון זיבן קינדער וואס זענען שוין געווען אויפן וועג קיין קאלאמביע, וואס מ'האט דאס געכאפט בשעת זיי זענען נאך געווען אויפן פליגער, און מ'האט אראפ געהאלטן די קינדער ווען זיי האבן געלאנדעט, און מען האט זיי צוריק געשיקט קיין אמעריקא. די עלטערן האבן פארשטייט זיך פארלוירן קאסטעדי, און די קינדער זענען פלאצירט געווארן אין היימישע חסידישע שטובער.

בשם העסקנים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:04 pm
דורך על פי תורה
חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:46 pm וואו האלט די קאמפיין @על פי תורה @לעבער אייער?
viewtopic.php?p=211769#p211769

דערווייל האט זיך עס נאכנישט גערוקט
אבער עס פעלט ממש 2-3 צדיקים צו מאכן די גאול
רבותי לאמיר עס צו ענדיגן
אין המצוה נקראת אלא על מי שגומרה!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:19 pm
דורך גרינטליך
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:04 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:46 pm וואו האלט די קאמפיין @על פי תורה @לעבער אייער?
viewtopic.php?p=211769#p211769

דערווייל האט זיך עס נאכנישט גערוקט
אבער עס פעלט ממש 2-3 צדיקים צו מאכן די גאול
רבותי לאמיר עס צו ענדיגן
אין המצוה נקראת אלא על מי שגומרה!
דאס מיינט מיט $133 איז די זאך ערלעדיגט.
עמיצער?

https://donary.com/2005

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:28 pm
דורך נישט אינטערעסירט
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:08 pm
► Show Spoiler
אבער די תורה שטעלט נישט צו קיין בעסערע פלייש פון חזיר.
די טעם פון קוה פלייש קען זיך פארשטעקן פאר די טעם פון חזיר.

חזיר וועט אייביג זיין ביליגער, און וועט צושטעלן א בעסערע טעם. -לאו דוקא עס וועט זיך בעסער פארדייען, אבער דער וואס האט די בעסערע טעם, וועלן מער מענטשען עסען.

יעצט אוודאי וועט מען מיר ענטפערען אז די עסקנים קענען נישט זיין פארנומען ברענגן שיבוטא פאר די עולם, אדרבא זיי די עסקן צו ברענגען שיבוטא וכו', איך הער..

אבער למעשה אז מען וויל דער עולם וואס איז הונגעריג, און האט נישט שטענדיגע עקסעס צו א אידישע טיש, זאל נישט עסן קיין חזיר, מוז מען צושטעלען א בעסערע פלייש.


איך פארשטיי אז די צוויי זענען נישט גענצליך דומה, און א זאך וואס מען האט זיך צעגעוואוינט איז שווער אויפצוגעבן, אבער שפיכות דמים איז פון די ג' חמורות, און חזיר נישט.
געקאסט א פיינעם שמייכל, זייער קריעטיוו!

אבער למעשה גערעדט...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:38 pm
דורך נישט אינטערעסירט
Make Kvartel Great Again

לייק אלץ פעטיציע!

שוין ווייטער דער אטענטשאן-סיקער זוכט לייקס...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:47 pm
דורך ברכו שמו
וואס איז קווארטלס נאמבער?
איז קווארטל די אפיציעלע - בהסכמת עסקנים - ליין?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:49 pm
דורך דערווייל
ברכו שמו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:47 pm וואס איז קווארטלס נאמבער?
איז קווארטל די אפיציעלע - בהסכמת עסקנים - ליין?
ליידער יא.
די עסקנים פון זייער זייט מעגן עס אפשר[..] נוצן. אבער לענ"ד איז א עוולה אויפצושטעלן א נייע קרעטשמע.
איך געדענק נאך אויך ווען קרעטשמע איז געוועהן א קאנקורענט פון בחצרות...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:50 pm
דורך נישט אינטערעסירט
ברכו שמו האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:47 pm וואס איז קווארטלס נאמבער?
איז קווארטל די אפיציעלע - בהסכמת עסקנים - ליין?
יא, זעה אונטערשריפט פון @על פי תורה און @סענס אף יומער .

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:58 pm
דורך ChatGPT
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:54 pm וויכטיגע קלארשטעלונג.

אזוי ווי עס דרייען זיך ארום פארשידענע פאלשע שמועות
וואס זענען די פאלשע שמועות?
די איינציגסטע זאך וואס שטייט דא אנדערש פון די שמועות וואס דרייען זיך ארום איז, אז זיי זענען געגאנגען דירעקט קיין קאלאמביע און נישט האנדוראס. אויסער דעם איז נישטא דא קיין חידושים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:00 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:58 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:54 pm וויכטיגע קלארשטעלונג.

אזוי ווי עס דרייען זיך ארום פארשידענע פאלשע שמועות
וואס זענען די פאלשע שמועות?
די איינציגסטע זאך וואס שטייט דא אנדערש פון די שמועות וואס דרייען זיך ארום איז, אז זיי זענען געגאנגען דירעקט קיין קאלאמביע און נישט האנדוראס. אויסער דעם איז נישטא דא קיין חידושים.
דו ביסטעך נישט אויף די לב טהור וואטעפפס און טעלעגראם'ס למיניהם...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:09 pm
דורך קרישקע
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:00 pm
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:58 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:54 pm וויכטיגע קלארשטעלונג.

אזוי ווי עס דרייען זיך ארום פארשידענע פאלשע שמועות
וואס זענען די פאלשע שמועות?
די איינציגסטע זאך וואס שטייט דא אנדערש פון די שמועות וואס דרייען זיך ארום איז, אז זיי זענען געגאנגען דירעקט קיין קאלאמביע און נישט האנדוראס. אויסער דעם איז נישטא דא קיין חידושים.
דו ביסטעך נישט אויף די לב טהור וואטעפפס און טעלעגראם'ס למיניהם...
ווי קען מען דארט ארויף גיין?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:17 pm
דורך אוטובאס
קרישקע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:09 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:00 pm
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:58 pm

וואס זענען די פאלשע שמועות?
די איינציגסטע זאך וואס שטייט דא אנדערש פון די שמועות וואס דרייען זיך ארום איז, אז זיי זענען געגאנגען דירעקט קיין קאלאמביע און נישט האנדוראס. אויסער דעם איז נישטא דא קיין חידושים.
דו ביסטעך נישט אויף די לב טהור וואטעפפס און טעלעגראם'ס למיניהם...
ווי קען מען דארט ארויף גיין?
נישט פאר ערב רב...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:23 pm
דורך על פי תורה
גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:19 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:04 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:46 pm וואו האלט די קאמפיין @על פי תורה @לעבער אייער?
viewtopic.php?p=211769#p211769

דערווייל האט זיך עס נאכנישט גערוקט
אבער עס פעלט ממש 2-3 צדיקים צו מאכן די גאול
רבותי לאמיר עס צו ענדיגן
אין המצוה נקראת אלא על מי שגומרה!
דאס מיינט מיט $133 איז די זאך ערלעדיגט.
עמיצער?

https://donary.com/2005
כך הוה!
א איד א צדיק האט ארויסגענומען $133 פון טאש און משלים געווען די גאול!!!
מען האלט יעצט ביי $1836
אשריכם אשריכם, ידידים היקרים, תושבי אידטיש, ווארימע הערצער למען פליטי לב טהור!
ייש''כ ייש''כ!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:24 pm
דורך גארנישט
וואס גייט מען טוען מיט די איבריגע 36 דאללער?
אפשר זאל מען אפקויפן די וויליאמסבורג בריק און א נאמען געבן lev tahor survivors bridge

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:28 pm
דורך על פי תורה
גארנישט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:24 pm וואס גייט מען טוען מיט די איבריגע 36 דאללער, אפשר קויפן די וויליאמסבורג בריק?
נאכטמאל פאר די ערשטע נאכט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:29 pm
דורך על פי תורה
אשריכם אשריכם אשריכם

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:31 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:29 pm אשריכם אשריכם אשריכם
נתניהו וואלט געמעגט געבן נאכאמאל נאך אזא טאג

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:33 pm
דורך גארנישט
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:31 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:29 pm אשריכם אשריכם אשריכם
נתניהו וואלט געמעגט געבן נאכאמאל נאך אזא טאג

א נקמה אין די ציונים! ימח שמם!!!
א נקמה אין די נאציס! ימח שמם!!!
א נקמה אין לב טהור! ...
!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:39 pm
דורך טבריה'ער
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:31 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:29 pm אשריכם אשריכם אשריכם
נתניהו וואלט געמעגט געבן נאכאמאל נאך אזא טאג
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:42 pm
דורך ChatGPT
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:00 pm
ChatGPT האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 4:58 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:54 pm וויכטיגע קלארשטעלונג.

אזוי ווי עס דרייען זיך ארום פארשידענע פאלשע שמועות
וואס זענען די פאלשע שמועות?
די איינציגסטע זאך וואס שטייט דא אנדערש פון די שמועות וואס דרייען זיך ארום איז, אז זיי זענען געגאנגען דירעקט קיין קאלאמביע און נישט האנדוראס. אויסער דעם איז נישטא דא קיין חידושים.
דו ביסטעך נישט אויף די לב טהור וואטעפפס און טעלעגראם'ס למיניהם...
די קלארשטעלונג איז פאר די וואס זענען אויף די לב טהור גרופ? זיי דארף מען קלארשטעלן אויף אנדערע אופנים.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:45 pm
דורך לעבער אייער
יעצט ביים ענדיגן די קאמפיין איז צו געקומען א יוד וואס איז אליינס ארומגעגאנגען און צוזאם געשטעלט בנוסף צו די געלט וואס איז אריינגעקומען נאך 700 דאלער אז די חשובע יוצא זאל קענען האבן א שטיקל הרחבה
אשרי לו ואשרי חלקו!!!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:49 pm
דורך שוין געגאנגען
לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:45 pm יעצט ביים ענדיגן די קאמפיין איז צו געקומען א יוד וואס איז אליינס ארומגעגאנגען און צוזאם געשטעלט בנוסף צו די געלט וואס איז אריינגעקומען נאך 700 דאלער אז די חשובע יוצא זאל קענען האבן א שטיקל הרחבה
אשרי לו ואשרי חלקו!!!!!
וואו אשריך

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:50 pm
דורך על פי תורה
מודעה בשם די עסקנים:
אין א חלק פון די לעצטיגע אנטוויקלונגען איבער די אנטלאפענע משפחות, האבן די עסקנים געהאלטן חשבון אויף א געוויסע אנטלאפענע משפחה וועמען מען האט שוין צוריקגעברענגט קיין ניו יארק אז די בעבי פון די משפחה פעלט. די ראשי עסקנים זענען פערזענליך אראפגעפארן, און ב''ה נאך ארבעט און השתדלות אפגעפינען אין די מינוטן די בעבי!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:55 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:50 pm מודעה בשם די עסקנים:
אין א חלק פון די לעצטיגע אנטוויקלונגען איבער די אנטלאפענע משפחות, האבן די עסקנים געהאלטן חשבון אויף א געוויסע אנטלאפענע משפחה וועמען מען האט שוין צוריקגעברענגט קיין ניו יארק אז די בעבי פון די משפחה פעלט. די ראשי עסקנים זענען פערזענליך אראפגעפארן, און ב''ה נאך ארבעט און השתדלות אפגעפינען אין די מינוטן די בעבי!
דראמאטיש

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 5:55 pm
דורך גרינטליך
משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 9:53 pm א בריוו צו אלע יוצאים ערב יו"כ
אפילו ס'שוין אריבער יום כיפור, סוכות, שמחת תורה, און אפילו שבת בראשית.
האלט איך מיר אין איין דערמאנען און מתעורר ווערן פון דעם בריוו.
ממש א מוסר ספר.
און דאס אלעס פון א יונגערמאן קוים 25 יאר אלט!

@משה חיים צבי די ביסט אונז אלע מחייב!