בלאט 48 פון 217
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג יולי 18, 2025 4:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צען אמעריקאנע בירגער וועלן באפרייט ווערן פון ווענעזועלע טורמעס, אין אויסטויש פאר העכער 200 ווענעזועלער בירגער וועלכע טראמפ האט דעפארטירט צו דער על סאלוואדאר טורמע.

- לוקאס האנט, אמעריקאנער-פראנצויזשער בירגער, ארעסטירט דורך ווענעזולע אויטאריטעטן
- unnamed - 2025-07-18T163454.920.jpg (211.95 KiB) געזען געווארן 559 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 12:39 am
דורך פופציגער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 2:26 pm
די FDA האט ווידער געגעבן ערלויבעניש פאר די JUUL וועיפינג פירמע, צו פארקויפן אירע פראדוקטן אין אמעריקע, נאר יארן וואס רעגולאטארן האבן עס געזוכט צו פארבאטן. די טויש אין פאליסי קומט נאך פרישע סייענטיפישע דאטא וואס די פירמע האט צוגעשטעלט פאר די דעפארטמענט.download (38).jpeg
איינער זאל זיי זאגן זיי זאלן אויך שיקן די דאטא צו יונתן שווארץ
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 12:39 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט געפיילט א לאו סוט קעגן די וואל סטריט דזשורנאל, איבער א שמוציגע געשיכטע וואס זיי האבן פובליצירט איבער אים. טראמפ זאגט אז די געשיכטע איז פאלש, און די דזשורנאליסטן האבן געוואוסט אז ס'איז פאלש, אבער עס נאכאלס פובליצירט אים צו באשמוצן.

- unnamed - 2025-07-20T003722.679.jpg (38.04 KiB) געזען געווארן 505 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 12:48 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האלט אפ א מאלצייט מיט רעפובליקאנער סענאטארן.

- Pokecut_1752986840809.jpg (89.57 KiB) געזען געווארן 505 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 12:50 am
דורך שאינו יודע לשאול
א רוסישער דומא מיטגליד האט געסטראשעט אויף די רעגירונג קאנטראלירטע טעלעוויזיע אז אויב אמעריקע זעצט פאר צו שיקן וואפן פאר אוקריינע, וועט רוסלאנד אטאקירן אמעריקע מיט נוקלעאר, ה"י.
"עס וועט גארנישט איבערבלייבן", האט ער געבלאזן מיטן פיסק.

- 230131123116-file-us-russia-new-start-treaty.jpg (148.62 KiB) געזען געווארן 506 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 12:57 am
דורך שאינו יודע לשאול
א מאן איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן, נאכן ווערן אריינגעצויגן אין א MRI מאשין, ווען ער איז אריין אינעם צימער אן ערלויבעניש. די מאשין וועלכע ארבעט דורך גאר שטארקע מאגנעטן האט געצויגן צו זיין אייזערנע קייטל, און אים שווער פארוואונדעט, עטליכע טעג צוריק.

- unnamed - 2025-07-20T005547.327.png (538.5 KiB) געזען געווארן 497 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:00 am
דורך שאינו יודע לשאול
30 זענען פארוואונדעט געווארן ווען אן אויטא איז אריינגעפארן אין א מאסן פארזאמלונג, אין לא אנדזשעלעס.

- c1051058-fa26-4a21-9aca-969aff1f68e4_1920x1080.jpg (122.1 KiB) געזען געווארן 492 מאל

- UA47B6JBHJPYJLCLFWMJXVDPWA.jpg (127.75 KiB) געזען געווארן 492 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:06 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 18, 2025 4:36 pm
צען אמעריקאנע בירגער וועלן באפרייט ווערן פון ווענעזועלע טורמעס, אין אויסטויש פאר העכער 200 ווענעזועלער בירגער וועלכע טראמפ האט דעפארטירט צו דער על סאלוואדאר טורמע.unnamed - 2025-07-18T163454.920.jpg
די באפרייטע ווענעזועלער בירגער ווערן אויפגענומען אין לאנד.

- unnamed - 2025-07-20T010459.742.jpg (205.43 KiB) געזען געווארן 486 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:10 am
דורך שאינו יודע לשאול
אמווייניגסטנס 57 זענען אומגעקומען אין אונטער 24 שעה פון שווערע פארפלייצונגען אין פאקיסטאן, אין רעזולטאט פון מאסיווע 'מאנסון' שטורעמס.

- 18xp-pakistan-ljqc-superJumbo.jpg (248.69 KiB) געזען געווארן 482 מאל

- 2025-07-17T152151Z_2034828855_RC2AOFALOHC4_RTRMADP_3_PAKISTAN-MONSOON-1024x683.jpg (114.3 KiB) געזען געווארן 482 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:16 am
דורך שאינו יודע לשאול
אין א פרישער שטופ פאר די מאמדאני קאמפיין, האט ער ערהאלטן די ענדארסמענט פון א העלט קעיר יוניאן וואס רעפרעזענטירט 200,000 ארבעטער, וועלכע האט בעפאר די פריימעריס געשטיצט קואמא'ס קאנדידאטור.

- Pokecut_1752988475896.jpg (625.37 KiB) געזען געווארן 473 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:19 am
דורך הדסים
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 12:39 am
טראמפ האט געפיילט א לאו סוט קעגן די וואל סטריט דזשורנאל, איבער א שמוציגע געשיכטע וואס זיי האבן פובליצירט איבער אים. טראמפ זאגט אז די געשיכטע איז פאלש, און די דזשורנאליסטן האבן געוואוסט אז ס'איז פאלש, אבער עס נאכאלס פובליצירט אים צו באשמוצן.unnamed - 2025-07-20T003722.679.jpg
מצד אחד קען מען זאגן אז דאס אז טראמפ האט געפיילט א לוא סוט קעגן זיי איז מוכיח אז ס'איז נישט אמת ווייל ווען יא וואלט ער זיי דאך נישט געוואלט צווינגען ארויסצוגעבן די באווייזן. מצד שני איז זיכער אז WSJ האט געוואוסט אז טראמפ וועט זיי קלאגן כדרכו, איז וואס איז געווען זייער חשבון?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
ניו יארק סטעיט איז איינגעגאנגען צו שליכטן א קלאגע קעגן די רעגירונג און געוועזענע גאוו. קואמא, אריינגעגעבן דורך זיינס א געהילף. די סטעיט וועט צאלן 450,000.

- Pokecut_1752988817937.jpg (286.99 KiB) געזען געווארן 466 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 1:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
מאמדאני האט זיך געטראפן פאר א זיצונג מיט קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס, זוכנדיג פאר זיין אינדארסירונג. דזשעפריס האט אים דערווייל נישט אינדארסירט, אבער געזאגט אז די זיצונג איז געווען פראדוקטיוו.

- Pokecut_1752989453770.jpg (314.61 KiB) געזען געווארן 460 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 2:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בלויז דריי מענטשן פעלן נאך אין קער קאונטי, אראפ פון די נאנט צו הונדערט פאריגע וואך.

- GQA5V34BENGAWRDKY2VS4RY6YQ.jpg (90.26 KiB) געזען געווארן 358 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 3:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צענדליגער טוריסטן זענען אומגעקומען ווען א שיף אין וויעטנאם האט זיך איבערגעקערט פון שווערע ווינטן. לויט באריכטן האלט די טויט צאל ביי 37.

- 000-679V2WE.jpg (172.49 KiB) געזען געווארן 335 מאל

- gettyimages-2225080670.jpg (125.25 KiB) געזען געווארן 335 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 7:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואשינגטאן די. סי., מערילענד, והגלילות.

- unnamed - 2025-07-20T195522.562.png (1.11 MiB) געזען געווארן 282 מאל

- ifzei3il615tk7cz.jpg (55.93 KiB) געזען געווארן 282 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 8:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טעגליכע וואלדפייער פראגראם:
א מאסיווער וואלדפייער אין ארעגאן וועט אויף דערווייל ערהאלטן די טיטל פון גרעסטע אין 2025 אין אמעריקע, נאכן גרייכן א שטח פון ארום 100,000 אקער. נאנט צו אכט הונדערט פייער באאמטע באקעמפן די פלאמען.

- unnamed - 2025-07-20T195932.507.png (646.71 KiB) געזען געווארן 278 מאל

- 7179b22f-3bb1-45ba-8659-3871ca3ca7fb_1920x1080.jpg (169.64 KiB) געזען געווארן 278 מאל

- unnamed - 2025-07-20T195937.863.png (1.01 MiB) געזען געווארן 278 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 8:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי זענען אומקומגעקומען אין ניו יארק סיטי ווען א דרייווער אין א גע'גנב'עטע אויטא איז ארויפגעפארן אויפן טראטואר און זיי אראפגעקלאפט.

- 19met-bridge-crash-dfiu-articleLarge.jpg (36.09 KiB) געזען געווארן 275 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 8:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אונטערוואסער פארשער האבן אפגעפונען א יאפאנעזער דעסטרויער שיף וואס איז געזינקען געווארן מיט 83 יאר צוריק, דורכאויס די צווייטע וועלטס קריג, אין די שלאכטן מיט אמעריקע.

- unnamed - 2025-07-20T200752.997.jpg (75.02 KiB) געזען געווארן 273 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 9:45 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 1:00 am
30 זענען פארוואונדעט געווארן ווען אן אויטא איז אריינגעפארן אין א מאסן פארזאמלונג, אין לא אנדזשעלעס.c1051058-fa26-4a21-9aca-969aff1f68e4_1920x1080.jpgUA47B6JBHJPYJLCLFWMJXVDPWA.jpg
דער דרייווער איז געווארן ארויסגעשלעפט פונעם קאר דורך צושויער, און אן אנוועזנדער האט אים דערשאסן. די פאליציי האט דערווייל נישט אידענטיפיצירט דעם שיסער.

- unnamed - 2025-07-20T214402.387.png (1.11 MiB) געזען געווארן 244 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 9:48 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אן אףף-דוטי פאליציאנט איז געשאסן און פארוואונדעט געווארן אין מאנהעטן, ער האט צוריקגעשאסן, און איז ערווארטעט זיך צו ערהוילן.

- 17211170_072025-wabc-lans-manhattan-border-patrol-agent-shot-930am.jpg (57.68 KiB) געזען געווארן 270 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 9:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א דעלטא פילאט האט געמאכט א שארפע מאנעוורע און אין די לעצטע רגע אויסגעמיטן א צוזאמשטויס מיט א בי-52 באמבארדיר פליגער, אין נארט דעקאטע.

- unnamed - 2025-07-20T215044.038.png (960.86 KiB) געזען געווארן 270 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 9:58 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א גרופע פון זעקס טוריסטן זענען פארשלעפט געווארן אין א וואסערפאל אין ארעגאן, און זענען געפאלן פופצן פוס. דריי זענען געראטעוועט געווארן, איינער איז אומגעקומען, און צוויי פעלן נאך.

- unnamed - 2025-07-20T215637.827.png (1.26 MiB) געזען געווארן 268 מאל

- Dillon-Falls-river-incident-Deschutes-072025-01-1dae156449c242e3a1ad27ea5b512c3d.jpg (252.91 KiB) געזען געווארן 268 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 10:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די עגיפטישע מיליטער איז איבערגעפאלן א לאקאציע וואו צוויי טעראריסטישע מיליטאנטן האבן זיך אויפגעהאלטן, נאך א שיסעריי אויסטויש זענען זיי ביידע אומגעברענגט געווארן.

- Egypt says foiled 'terrorist' plot, kills two suspected militants_1753023102.png (543.17 KiB) געזען געווארן 267 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: זונטאג יולי 20, 2025 10:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזער פון דרום קארעא איז געקומען קיין וואשינגטאן פאר געשפרעכן, אין א לעצטער פרואוו צו פארמיידן די טאריפס, וועלכע גייען אריין אין קראפט אין צען טעג.

- South-Korean-and-USA-flags.jpg (141.47 KiB) געזען געווארן 253 מאל