מיין עקספיריענס פון דעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג.
פאר די מוסר השכל, ליין ביז צום סוף.
5:35pm
"MA Base, Any unit available for * ******* **** for an Alarm Sounding"
יא גיין? נישט גיין?
ס'איז דאך ס"ה אן אלארם, און כ'האלט אינמיטן וואטשן די קינדער, מאמי שלאפט...
אקעי, 2 מעמבערס רעספאנדן שוין.
אבער עפעס טרייבט מיין הארץ, ס'נאר 2 מינוט צו פארן פון מיין הויז.
נישט געלאזט די מחשבות לויפן צו לאנג, געזאגט פארן מיין עלסטער זוהן צו אכטונג געבן אויף די קינדער, אריינגעזאגט אין ראדיו "Unit ** responding, 2 minutes ETA", און ויסעו.
אינמיטן וועג האט די דיספעטשער שוין קלארגעשטעלט אז, א פארבייגייער האט אריינגערופן אז ער הערט א סמאוק דיטעקטער קלינגען און קיינער עפנט נישט די טיר.
5:38 בינעך אנגעקומען, דער צווייטער אויפן צענע, און יא! ס'קלינקט.
"עפעס שמעקט פון יענעם פענסטער, פונעם צווייטן שטאק" זאג איך פאר מיין חבר.
נאכ'ן פרובירן אלע טירן, און קיינער עפנט נישט, איז געוועהן די החלטה אז מיר מוזן אנקומען אינעווייניג ווי שנעלער.
.
- image000003.jpg (288.6 KiB) געזען געווארן 843 מאל
מיט א פלינקייט האמיר זיך דערזעהן אויפן פארטש פונעם צווייטן שטאק, און ב"ה די טיר איז געוועהן אפן.
א געדעכטע רויך איז מיר אקעגן געקומען, און די ערשטע זאך בינעך אראפגעלאפן עפענען די טיר פאר די אנדערע מעמבערס.
אריינלויפנדיג מיט די כלים, איז קלאר געווארן אז די רויך קומט פון א טאפ וואס איז געבליפן אויפן פלאם, און ווען דאס קאכט אויס פאנגט אן גיין א רויך, און קען צומאל מאכן א פייער ח"ו.
תיכף האט מען פארלאשן די פלאם, ווען די אנדערע מעמבערס האבן זיך געיאגט צו עפענען אלע פענסטער, און א דריטער גייט פון שטוב צו שטוב מאכן זיכער אז קיינער געפונט זיך נישט אינעם דירה.
די דיספעטשער האט געשיקט א מעמבער ברענגען די פענס צו אויסלופטערן די הויז.
עטליכע מינוט דערויף, איז די משפחה אנגעקומען און געוועהן ערשטוינט צו זעהן וואס דא קומט פאר, עטליכע היימישע אינגעלייט האבן אים יעצט אפגעראטעוועט זיין דירה מיט אזא געטריישאפט, און ווי אינטערעסאנט איז אז קיינער אויפן גאס האט ניטאמאל געקענט באמערקן אז עפעס קומט פאר, ס"ה זענען אפאר "פלעינע" קארס געפארקט אויפן גאס.
דער בעל הדירה האט ממש נישט געקענט גענוג באדאנקען, און האט נאך שבת נאכאמאהל אריינגערופן בעטן די נומבער פון דער "פארבייגייער" וואס האט גערופן מצילי אש, אים צו קענען אפגעבן א דאנק.
---
וואס לערנט מען זיך ארויס פון די מעשה?
1. ווען דו זעהסט סיי וואס פארדעכטיגט, רוף תיכף פאר הילף! האב נישט מורא, שעם זיך נישט! קענסט ראטעווען לעבנס און נכסים.
2. לאז קיינמאל נישט איבער קיין ברענעדיגע פלאם אן אויפזיכט, עס איז א גוט געוואוינהייט צו איבערקוקן די פלאמען איידערן פארלאזן די הויז.
3. מאך זיכער אז די סמאוק דידעקטערס ארבעטן.
און פאר מיר, און אלע אימערדזענסי ריספאנדערס:
א רוף פון א קלינגעדיגע אלארם איז א ערנסטע זאך, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס ס'קען זיין.
אויש, שיעור פארגעסן...
אויב די זאך וואס דו זעהסט איז א פייער סכנה, געדענק דעם נומבער 845-42
6-9111