מדינת ישראל אין מלחמה
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
גנבים וואס האבן געגנבעט פון באמבעדירטע געביידעס אין דאחיה, ביירות, זענען צוגעבינדן געווארן צו שטאנגען אין מיטן די גאס מיט שילד "גנב" למען ישמעו ויראו...
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
דער טעראריסט האט ליידער באוויזן צו שעדיגן זעקס אידן צווישן זיי א חשובע ליטווישע יונגערמאן פון קהילת כנסת יצחק אין שטאט ר׳ חיים רפאל מרדכי בן שרה פישהאף וואס איז שווער פארוואונדעט געווארן און איז זקוק לרחמי שמים מרובים.
- פיילס
-
- IMG_20241009_130624_115.jpg (38.51 KiB) געזען געווארן 781 מאל
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
לויט באריכטן האט געוועזענע פרעזידענט טראמפ גערופן נתניהו אין א טעלעפאנישע געשפרעך צו אים מוטיגען צו אטאקירן די איראנע נוקלעארע איינריכטונגען.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
רויטערס:
חיזבאלא האט מסכים געווען פאר א פייער-אפשטעל די טאג וואס נעסראלא איז געהארגעט געווארען

נעים קאסאם און א מעסעדזש צו איראן:
איך זיך נישט צו ווערן חיזבאלא פירער
איך זיך נישט צו ווערן חיזבאלא פירער
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
גאלאנט:
די אטאקע אויף איראן וועט זיין מאכטפול און איבערראשענד.

ווידיא קאל צווישן ביבי מיט ביידען...

-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
דיין אפדעיט אנאליז
איראן האט צוריק געטוישט טענער:
אפאר טעג צוריק נאך וואס איראן האט געשאסן מער ווי צוויי הונדערט באליסטישע מיסילס קיין מדינת ישראל, האבן זיי אנגעהויבן ציטערן וואס די רעאקציע גייט זיין נאך וואס זיי האבן געמאכט א פשוטע חשבון.
מ'האלט שוין אפאר טעג נאך די אטאקע, און די נקמה איז נאך נישט געקומען, וואס מיינט אז ס'גייט נישט זיין א פשוטע אטאקע צו באמבאדירן אפאר צילן, צו קענען זאגן אז מ'האט נקמה גענומען,
פון די אנדערע זייט צו טראכטן אז איזראעל פלאנירט א מעכטיגע אטאקע אויף די נוקלעארע איינריכטונגען קען אויך נישט זיין, ווייל פארדעם אליינס דארף מדינת ישראל נישט ווארטן קיין צוויי מינוט און זיכער נישט כמעט צוויי וואכן, ווייל זיי ווייסן וואו די נוקלעארע איינריכטונגען זענען, אזוי וואו דו ווייסט ווי דיין באבעס הויז איז.
קומט אויס, אז זיי פלאנען דא עפעס סאך ערגער, ווי למשל עלימינירן כומעיני אדער אנדערע פאליטישע פיגורן אין איראן, וואס פון דעם האבן זיי נאך די מערסטע מורא, כומעיני האט מורא פונעם טויט, והא ראיה אז ביז פיר יאר צוריק האסטו נישט געוואוסט אויף זיכער אז יעדע איינציגסטער טעראריסטישע גרופע איז פינאנצירט דורך איראן, און ביז א יאר צוריק האט איראן גארנישט געטון אליינס נאר געשיקט זייערע שלאקן כדי מ'זאל זיי נישט שלאגן,
נעמענדיג דעיס אין חשבון, האט איראן אפאר טעג צוריק ארויסגעלייגט א מעסעדזש צו מדינת ישראל אז זיי ווילן נישט קיין מלחמה, און אז זיי ווילן א שלום אפמאך מיט כאמאס.
און דא קומט אריין זיידי ביידען און רופט אן די איזראעליס מיט א מורא'דיגע המצאה, היות די איראנער זענען ענדליך דא פאר שלום איז נישט דא קיין בעסערע צייט ווי יעצט זיך צו זעצן צום טיש פאר א דיעל!!!!!

דעיס איז די איינציגסטע וועג וואס איך קען ארויסברענגען וואס ס'האט זיך געטון אין מיין קאפ נאכן הערן אזא סטעיטמענט!!!
א לאנד געפירט דורך טעראריסטן, וואס זוכן נאר טעראריזם, וואס האט אטאקירט א צווייטע לאנד מיט צוויי הונדערט באליסטישע מיסילס, און יעצט איז צייט פאר שלום!!!!!
נישט דא קיין בעסערע צייט זיך אראפצוזעצן פאר א דיעל והא ראיה אז ביי אלע זייערע דיעלס מיט אמעריקע און איזראעל האבן זיי איינגעהאלטן די תנאים

שטעל דיך פאר אז אמעריקע ווערט באמבאדירט דורך רוסלאנד מיט צוויי הונדערט באליסטישע מיסילס, און מדינת ישראל קומט זאגן אז מ'זאל זיך זעצן פאר א דיעל!

דעיס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מסביר צו זיין די רעאקציע וואס אמעריקע וואלט געהאט!!!
און רוסלאנד איז נאך אלעם א לאנד מיט געוויסע דיסציפלין, נישט אזויווי איראן וואס איז נאר דא צו הרג'ענען יענעם מיט זיך אליין.
למעשה האט (ווי יעדער פארשטייט אליין) איזראעל נישט אויסגעהערט ביידען, און אזוי איז אריבער נאך אפאר טעג, ביז היינט האבן זיך די איראנער געכאפט אז זייער פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט, זענען זיי צוריק צו די סטראשערייען, און פרובירט זייער לעצטע מיטל צוריקצוהאלטן די איזראעליס פון זיך צופירן די הענט.
היינט האט די איראנער אויסערן מיניסטער זיך אויסגעדרוקט מיט קאנפידענץ צו די מידיא, אז איראן איז גרייט פאר א מלחמה מיט איזראעל!
אה יא?
העמער זעהן!

די איי-די-עף האט אפציעל געענדיגט די מיסיע אין די שטאט דזשאבאליע אין עזה, עלימינירנדיג צענדליגע כאמאס טעראריסטן.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
דער פאליציי טשיף פון די מאנטרעאל פאליציי עס-פּי-ווי-עם, פעדי דאדזשער און דער מעיאר פון אוטרעמאנט געגנט האבן באזוכט אין די היימישע מאנטרעאל אין די טעג ארום אקטאבער זיבן, צו אויסדרוקן סאלידאריטעט און צוזאגן אז זיי וועלן שטיין אויף דער פראנט צו פארזיכערן די אידישע געגנטער. זיי זענען געווארן אויפגענומען דורך פירנדע עסקנים.
- פיילס
-
- IMG_20241009_182658_171.jpg (177.51 KiB) געזען געווארן 542 מאל
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
רוני גניזט א סאלדאט פון מגבעת שמואל, איז ליידער נעכטן אומגעקומען אין דרום לבנון
- פיילס
-
- IMG_20241010_105911_364.jpg (225.94 KiB) געזען געווארן 376 מאל
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
דער אמעריקאנער בירגער יהושע (שוקי) טרטקובסקי, וואס איז פריער אין די וואך פארכאפט געווארן אין לבנון איז ב"ה 'פארטריבן געווארן' קיין אמעריקע..
- פיילס
-
- IMG_20241010_105953_967.jpg (192.51 KiB) געזען געווארן 376 מאל
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
א טעראר אטאקע אין עזריאלי מאל אין תל אביב פלאנירט דורך איינוואוינער פון טייבה איז אפגעשטעלט געווארן נאך וואס 5 זענען ארעסטירט געווארןץ
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
3 יו ען שלום טרופן זענען פארוואונדעט געווארן פון מדינת ישראל טאנק פייער, די אורזאך פון די אטאקע איז אומקלאר אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
באריכטן: א חיזבאלא ראקעט איז געפאלן אינעם טעראריסטישן שטאט דזשענין יהודה ושומרון.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
חיזבאלא סטראשעט אז דאס יום הקדוש וועט זיין די ערשטע מיט סירינעס זינט 1973 און געצילטע מיסילס וועלן געניצט ווערן.
השם ישמור.
השם ישמור.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
לויט באריכטן איז איראן הויפט קאמאנדיר פון די רעוועלאציענערע גווארדיע איסמאעיל קאני אונטער אויספארשונג אלץ טייל פון די אויספארשונג צו אידענטעפיצירן די שפיאנאזש לעכער אונטערהאלב די איראנע רעזשים.
און ווי איראניש עס הערט זיך קומען אריין באריכטן אז בשעת די אויספרעג האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, זיין מצב איז קריטיש מיט שמאלע שאנסן איבערצולעבן.
און ווי איראניש עס הערט זיך קומען אריין באריכטן אז בשעת די אויספרעג האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, זיין מצב איז קריטיש מיט שמאלע שאנסן איבערצולעבן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
איראניש תרתי משמע...מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 11:06 am לויט באריכטן איז איראן הויפט קאמאנדיר פון די רעוועלאציענערע גווארדיע איסמאעיל קאני אונטער אויספארשונג אלץ טייל פון די אויספארשונג צו אידענטעפיצירן די שפיאנאזש לעכער אונטערהאלב די איראנע רעזשים.
און ווי איראניש עס הערט זיך קומען אריין באריכטן אז בשעת די אויספרעג האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, זיין מצב איז קריטיש מיט שמאלע שאנסן איבערצולעבן.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
די ערשטע איז מיט א קמץ כזה: אִירָאנִישׁ, והשנית איז מיט א פאסאח (?) כזה: אִירַאנִישׁ...שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 11:39 amאיראניש תרתי משמע...מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 11:06 am לויט באריכטן איז איראן הויפט קאמאנדיר פון די רעוועלאציענערע גווארדיע איסמאעיל קאני אונטער אויספארשונג אלץ טייל פון די אויספארשונג צו אידענטעפיצירן די שפיאנאזש לעכער אונטערהאלב די איראנע רעזשים.
און ווי איראניש עס הערט זיך קומען אריין באריכטן אז בשעת די אויספרעג האט ער געכאפט אן הארץ אטאקע, זיין מצב איז קריטיש מיט שמאלע שאנסן איבערצולעבן.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
אלעף שולץ, דער קאנצלער פון דייטשלאנד אין א שארפע און קלארע סטעיטמענט איבער די וואפנס ליפערונגען פאר מדינת ישראל אין די בונדעסטאג זאגט: מיר האבן צוגעשטעלט מדינת ישראל מיט וואפנס, און וועלן צושטעלן מדינת ישראל מיט וואפנס, עס וועלן בקרוב זיין נאך ליפערונגען און דאס איז דער פאזיציע פון די גאווערמענט אין דייטשלאנד.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
מדינת ישראל זיכערהייט קאבינעט טרעפט זיך היינט פאר א זיצונג, אין צוגאב זענען אפאזיציע פאליטיקאנטן אויך געווארן געלאדנט.
נתניהו וועט ארויפשטעלן אויפ'ן טיש אן אפשטימונג, אז די קאבינעט זאל שענקען אן אויסשליסליכער מאנדאט פאר אים און גאלאנט, אז זיי זאלן קענען מאכן באשלוסן איבער די רעאקציע אין איראן.
באריכטן אז גאר באדייטנדע באשלוסן ווערן היינט געמאכט אין די זיכערהייט קאבינעט.
נתניהו וועט ארויפשטעלן אויפ'ן טיש אן אפשטימונג, אז די קאבינעט זאל שענקען אן אויסשליסליכער מאנדאט פאר אים און גאלאנט, אז זיי זאלן קענען מאכן באשלוסן איבער די רעאקציע אין איראן.
באריכטן אז גאר באדייטנדע באשלוסן ווערן היינט געמאכט אין די זיכערהייט קאבינעט.
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4438
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13753
Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן
אויטאריטעטן אין איטאליע האבן ארויסגעווארפן פון לאנד, א פּרא כאמאס אימאם, זולפיקער קהאן, פאר אורזאכן פארבינדן מיט נאציאנאלע זיכערהייט.
- פיילס
-
- IMG_20241010_134547_427.jpg (170.58 KiB) געזען געווארן 230 מאל