בלאט 47 פון 51

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:01 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. למה אין אוכלים פרישטאג בחדר ביום אסרו חג? - מפני שהברויט עדיין פריש...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:05 pm
דורך להגדיל הטראסק
אין דרך פיקודיך איז יעדע מצוה צוטיילט צווישן חלק המעשה, דיבור און מחשבה: שלום בית חלק המחשבה – מס' גיטין קודם מס' קידושין, מלמד שלפני שנכנסין לשידוך יש לידע אז עס איז אלס פאראן אן אויסוועג... | בדיבור: בנוסח הברכה אהבה אחוה ושלום – ואחריו וריעות (רייאט) וזה שאומרים הרייאט מקודשת לי | במעשה: בתנאים היא שוברת טעלער ותחת החופה הוא שובר כוס...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:07 pm
דורך להגדיל הטראסק
2. הבעל רץ אחרי מאסקיטא ובאמצע הכריז "איך האב איר געכאפט!!!" – פון וואנעט ווייסטו אז עס איז א נקיבה? – ווייל זי צאפט דאס בלוט...! – בשבוע הבא רדף אחרי באטערפליי וכשחטפה הכריז כנ"ל ושאלה הלא באטערפליי צאפט נישט קיין בלוט? – אה, כהאב איר געזען אויפן טעלעפאן...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:09 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. רב שסירב לילך לחופה מחמת ספק ברכה...
וזה שמזמרים בברכה אחריתא , משום אין שמחה כהתרת הספיקות...
וועגן דעם זינגט נישט רבינו שליט"א ביי ברכה אחריתא, ווייל ער איז פארזיכערט דערמיט בלי ספק....

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:17 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. בדחנות אומנות 'כ'לה ונקיה – מלא"כתו (מען לאכט) נעשית על ידי אחרים...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:20 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. אינדערהיים היה עשיר ונסע בכל יום למסחרו בעיר הגדולה, וכך היה מנהגו, אם הצליח חזר בעגלה רגילה - אם נהנתי יהנו גם אחרים שיסברו שלא הצלחתי - אם לא הצליח חזר באויפגעריסענע וואגן באמרו אם פלאצתי זאל יעדער פלאצן...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:22 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. פינקי וועבער צלצלו מחותן לקראתו לחתונה, ביקש 1500, טען המחותן 1400 עד שנתפשרו על 1450 2 שבועות אחר החתונה קראך הטשעק, שאל פינקי את המחותן "אם ידעת מעיקרא שיקראך למה טענת על הפרייז? – ענה "אז א איד פארלירט מיט א 50גער ווייניגער איז עפעס א קלייניגקייט?"

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:23 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. פינקי וועבער רופט זיך אן אינמיטן א מצוה טאנץ דרייע ביינאכט: מילא איך מיט צאלי באקומען באצאלט אבער ענק משוגעים וואס זוכט עטס דא...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 3:18 am
דורך להגדיל הטראסק
• איך בין פסח מחמיר איך נעם גארנישט פון גראסערי! ממש גארנישט!!! אלעס קומט פון קמחה דפסחא...
הרב אלימלך שלמה שווארטץ שליט"א

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 12:57 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. ראהו אוכל הרבה קעיק - הוכיחו – ענה שקרא בצייטונג שצריכים לאכול הרבה פרוכט בכל יום כדאי לקבל וויטאמינען כדי צרכו - ויודע שבקעיק יש ווייניגער וויטאמינען... (פייוול קליין)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:01 pm
דורך להגדיל הטראסק
• גימפל: האט געגעסן פון אלע שוואכע הכשרים.
גרונם: דו אן ערליכער איד עסט פון די אלע שוואכע השגחות?
גימפל: איך האב א צאנזער רב!
גרונם: וועלכע צאנזער רב? צאנזער רב וואלט געשריגן אויף דיר גאלגאן!
גימפל: צאנזער רב האט געגעבן פאר 100 עניים ווייל אפשר וועט איינער זיין אן עני הגון, איך עס הונדערט הכשרים ווייל אפשר וועט איינס זיין גוט...(פייוול קליין)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:02 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. לפיזישע קרענק לייגט מען צו א נאמען לדוגמא רפאל, אלטר, - ולגייסטישע קרענק לייגט מען צו א נאמען – רב, אדמו"ר... (פייוול קליין)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:03 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. מי שאינו אוכל בשר רק פיש! – משום שיש לו השגחה תמידית! – רבנים זענען אלס ביים וואסער...(פייוול קליין)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:03 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. אלמנה שבקשה מח"ק שיניחו בעלה המנוח 20 פיס אינדערערד! – למה? – אני יודע שבעלי טיף טיף האט ער געהאט א אידיש הארץ...(פייוול קליין)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:05 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. אין א וואשמאשין לוינט זיך אריינצולייגן געלט, גרויס געלט – ווייל קליין געלט מאכט עס קאליע...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:07 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. אין א קליין שטעטל אין דערהיים זענען געווען צוויי עלטערע מיידלעך, דער רב פון שטעטל האט געשיקט א בריוול פארן ראש ישיבה פונעם דערנעבנדיגן גרויסן שטאט אז זיי ברויכן צוויי אויסגעצייכנטע בחורים וועלכע זאלן שידוכים טאן מיט די צוויי מיידלעך. דער ראש ישיבה האט אויסגעוועלט צוויי בחורים און זיי אריבערגעשיקט צו יענעם שטעטל.
געלט אויף שפעזן האבן זיי נישט געהאט, זענען זיי געגאנגען צופיסנס אינעם ריכטונג פונעם שטעטל, וואכן לאנג האבן זיי זיך געשלעפט אויפן וועג, ביז די כוחות האבן זיך אויסגעלאזט פאר איינעם פון זיי, און ער איז ל"ע געשטארבן.
דער צווייטער האט פארגעזעצט דעם וועג, אנקומענדיג אין שטעטל ווארטן אים אפ צוויי פרויען, וואס יעדע פון זיי טענה'ט אז ער איז קלאר געשיקט געווארן פאר איר טאכטער.
זיי האבן זיך געוואנדן צום ארטיגן רב ער זאל לעזן דעם פראבלעם, דער רב האט זיך זייער געמוטשעט מיט די שווערע פארוויקלטע שאלה, ביז ער האט זיך דערמאנט פון די באקאנטע דין תורה וואס איז פארגעקומען ביי שלמה המלך.
דער רב האט זיי געלאזט אריבעררופן, אויסגעהערט זייערע טענות, און פארגעשלאגן אז וויבאלד עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, מוז מען צושניידן דעם בחור אין צווייען, אזוי אז יעדער זאל באקומען איין טייל...
הערנדיג דאס האט זיך איינע פון די מאמע'ס דארט צושריגן: וואס? צושניידן? חס ושלום, איך בין מוותר, זאל ער חתונה האבן מיט די אנדערע מיידל אבער אבי נישט שניידן.
די צווייטע האט אבער געשריגן אז דער רב איז גערעכט, מען מוז צוטיילן פאר יעדן א חלק, און מען זאל יא שניידן. רופט זיך אן דער רב צום בחור: יעצט איז שוין אלעס קלאר. די וואס וויל דיר צושניידן, זי איז די ריכטיגע שוויגער!

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:09 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. ווען דאס קינד ווערט געבוירן קליין צומאל וואקסט ער עווענטועל אין די לענג אין און אין די ברייט – ווייל דער ציבור וואונטשט, "ער וועט נאך בס"ד צובאקומען אפאר פונט", און פון די אלע וואונטשן אינאיינעם קומען צו אסאך פונט...(דייעט)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:29 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. די וועלט איז טאקע קליין – אבער כ'וועלט מיך עס נישט אונטערגענומען צו פעינטן...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:30 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. עס איז היינט א גרויסע טאג!!! זמן מעריב איז שפעט... - ווינטער גרויסע נאכט.

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:31 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. כ"ג אלול: עס איז היינט דא צוויי גרויסע יארצייטן! די ערשטע טווין טאוער (מפסיקין מעט) מיט די צווייטע...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:38 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. ווען זאגט מען די מערסטע מאל אמן אין א צי? ביי ראש חודש בענטשן? יום כיפור ביי מוסף? – ביי קדיש יתום אין גרויסן בית המדרש...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:40 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. גימפל: מזל טוב גרונם! איך הער זאגן אז דער באשעפער האט דיך געשאנקען א גרויסע בעיבי?
גרונם: ברוכים תהיו, אבער וואס הייסט א גרויסע בעיבי? אזא גרויסע יאכנע ביסטו אז דו ווייסט שוין אלע דעטאלן וויפיל עס האט געוואויגן?!
גימפל: וואס עפעס וויפיל עס האט געוואויגן? איך הער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א צוויי פיסיגע בעיבי...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:44 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. אינספעקטאר הלך לבקר פארעמס בניו יארק, שאל פארמער ראשון מה אתה נותן לאכול לבהמתך? ענה גארביטש, כתב לו טיקעט על קראנק מאכן בהמותיו,
פארמער שני ענה פעסטראמי, פארשפייז מיטל שפייז וכו' מעדני מלכים! – כתב טיקעט משום שבהייטי מתים אנשים ברעב וכו',
פארמער שלישי ענה איני יודע מה ליתן להם, אני נותן להם מעות והם יקנו בעצמם מה שירצו...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:45 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. א דוגמא פון שלום בית!
גימפל צלצל אשתו,
גימפל: איך בין אין הצלה טראק, א סקיט וואלאווע פאקסיס האט אראפגעטראסקעט אויף מיין רוקן, איך בין אויפן וועג צום שפיטאל!!!
שרה: סאו דו גייסט זיין אין שפיטאל די נאכט?
גימפל: יא!
שרה: הייסט די גייסט עסן סאפער דארט, אקעי יישר כח פארן קאלן צייטליך, כ'האב נאכנישט ארויסגענומען די סאפער פון פריזער...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 1:46 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. על דעלטא פלייט לאויסטראליע שמעתי מאחורי שאיש ואשתו משוחחים ביניהם "מען דארף פייערן דעם טראק דרייווער!!! ער האט מיר שוין דריי מאל שיעור נישט געהרגעט!!!" אמר לה "דאונט ווארי געב אים נאך א טשאנס..."