בלאט 458 פון 567

Re: מדינת ישראל מלחמה תשפ"ד *איראן שיסט מיסלס ה"י* - מלחמה אין עזה און אין לבנון

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
גראפיש
► Show Spoiler

Re: מדינת ישראל מלחמה תשפ"ד *איראן שיסט מיסלס ה"י* - מלחמה אין עזה און אין לבנון

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:50 pm
דורך מיילעך פריילעך
באלאגאן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:47 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:46 pm מדינת ישראל האט צוריק געעפנט אירע לופט רוימען.
אזוי אויך נתב"ג
יהודה ועוד לקרא..

Re: מדינת ישראל מלחמה תשפ"ד *איראן שיסט מיסלס ה"י* - מלחמה אין עזה און אין לבנון

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
איראן מיט א ווארענונג אז אויב מדינת ישראל וועט רעאגירן וועט קומען א שארפע רעאקציע.

דערווייל איז באשטעטיגט עטליכע מיסילס וועלכע האבן סוקסעספול געלאנדעט אין ציל, אבער לאקאציעס זענען דערווייל נישט קלאר.

Re: מדינת ישראל מלחמה תשפ"ד *איראן שיסט מיסלס ה"י* - מלחמה אין עזה און אין לבנון

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 1:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
סענעטאר גרעהעם (ר. נ"ק) בעט ביידן זאל באמבאדירן איראנע אויל רעפיינעריס

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:08 pm
דורך דיעל שפיל
כביש 6 פארמאכט וועגען מיסעל וואס איז דארט געפאלן

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:09 pm
דורך מיילעך פריילעך
די פאליציי האט יעצט צוריקגעצויגן פון די פריערדיגע באריכט: 6 טויטע, 9 פארוואונדעטע

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:10 pm
דורך מיילעך פריילעך
לויט באריכטן איז געפאלן א מיסל איבער ירדן און עטליכע פייערן האבן אויסגעבראכן פון פאלנדע שטיקער ביים אראפגעשאסן ווערן.

די סירישע ארמיי זאגט אז מד'י האט אראפגעשאסן עטליכע מיסלס העכער סיריע.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:10 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווידעא'ס וואס צירקולירן אויף סאציאלע מעדיע ווייזען איראנער מיסאל באטרעפן אין צענטראל ישראל, אריינגערעכנט אין א שולע אין גדרה.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:13 pm
דורך מיילעך פריילעך
צה"ל זאגט אז זיי האבן אומגעברענגט דעם קאמאנדיר פון דער אימאם חוסיין דיוויזיע, אן איראנער מיליציא וואס אפערירט צוזאמען מיט כיזבאלא, אין דעם זעלבן סטרייק וואס האט אומגעברענגט דעם קאמאנדיר פון כיזבאלא'ס איינהייט 4400 בירות.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:15 pm
דורך דיעל שפיל
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:10 pm ווידעא'ס וואס צירקולירן אויף סאציאלע מעדיע ווייזען איראנער מיסאל באטרעפן אין צענטראל ישראל, אריינגערעכנט אין א שולע אין גדרה.
לכאורה אלע געווען ליידיג

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:17 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
א פרומע חב"ד חדר אין גדרה איז שווער באטראפן געווארן. בלויז עטליכע שעה פריער איז דאס געווען פיל מיט 400 קינדער!

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:19 pm
דורך מיילעך פריילעך
איראן האט אינפארמירט רוסלאנד איידער די אטאקע, און אזוי אויך געשיקט א מעלדונג פאר די פאראייניגטע שטאטן דורך א דיפלאמאטישע קאנאל.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:23 pm
דורך ניקל
Wizzair סוספענדירן זייערע מארגענדיגע רייזעס קיין מדינת ישראל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:28 pm
דורך מיילעך פריילעך
א הויז אין ירדן ברענט נאך וואס זי איז געווארן באטראפן פון ברוכווארג פון אן איראנער מיסיל.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:30 pm
דורך מיילעך פריילעך
אפדעיט נאך וואס די שטויב האט זיך שוין געזעצט און זאכן ווערן אויסגעקלארט.

איראן האט געשאסן ארום 180 באליסטישע מיסילס, א ריזיגע און אפעקטיווע צאל דערפון זענען געווארן נוטראליזירט דורך מדינת ישראל און אליאירטע לענדער, א קליינע צאל איז געפאלן אין צענטער און אין דרום.

די מיליטער זאגט אז עס זענען נישט דא קיין שאדן צו לופט פארטיידיגונגס קאמפעטענץ און די לופט קרעפטן וועלן פארזעצן מיט אטאקעס אין מיטל מזרח מיט געפלאנטע אטאקעס און צילן.

די מיליטער זאגט אז איראן וועט אויסשטיין קאנסעקווענצן.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:44 pm
דורך ווער
IMG_0033.jpeg
IMG_0033.jpeg (87.83 KiB) געזען געווארן 650 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:45 pm
דורך ניקל
מדינת ישראל מיליטער מאכט קלאר אז די מיטל מזרח וועט ברענען היינט ביינאכט

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:50 pm
דורך דעת קדשי
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:45 pm מדינת ישראל מיליטער מאכט קלאר אז די מיטל מזרח וועט ברענען היינט ביינאכט
?

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 2:57 pm
דורך שבת קודש
אויב קומט יעצט א נקמה פון מדנ''י און דערנאך א צוריק נקמה פון איראן קען ווערן א גרויסע פראבלעם פאר די היימישע אידן אין א''י ראש השנה ווי שווערע טויזענטע אידן דאווענען אונטער איין דאך ביי אלע גרויסע רבי'שע הויפן, לאמיר האפן אז ס'וועט זיין א שיינע רואיגע יו''ט פאר אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 3:35 pm
דורך ווער
איראן האט סוספענדירט פלי רייזעס אריין און ארויס פונ'ם טעהראן אינטערנעשינאל עירפארט, נאכפאלגענדיג די אטאקע אויף מדינת ישראל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 4:04 pm
דורך ניקל
וואל סטריט זשורנאל:
און די לעצטערע טעג האט מדינת ישראל געשיקט א ווארענונג פאר איראן דורך אראבישע לענדער,
אויב מדינת ישראל וועט ווערן אטאקירט קענען איראנע נוקלעארע און אויך פעקטאריס ווערן געשעדיגט

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 4:08 pm
דורך ווינטעלע
שכח אלע נייעס באריכטער!

א פיינעם ארבעט.

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 4:35 pm
דורך חוט של חסד
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 4:04 pm וואל סטריט זשורנאל:
און די לעצטערע טעג האט מדינת ישראל געשיקט א ווארענונג פאר איראן דורך אראבישע לענדער,
אויב מדינת ישראל וועט ווערן אטאקירט קענען איראנע נוקלעארע און אויך פעקטאריס ווערן געשעדיגט
איזראעלי קוועלער באריכטן אז די מעסעדדש האט געלויטעט אז "יעדע אטאקע פון איראנע טעריטאריע וועט אפגעענטפערט ווערן מיט א אטאקע אויף איראן'ס נוקלער פראגרעם"

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 4:39 pm
דורך ניקל
איראנע הימלען
IMG_20241001_163910_496.jpg
IMG_20241001_163910_496.jpg (181.88 KiB) געזען געווארן 371 מאל

Re: מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 4:46 pm
דורך ניקל
נתניהו און א מעסעדזש צום פאלק איז מרמז אז חאמאס פירער יחיה סינוואר איז געהארגעט געווארען