דו קענסט צומאכן דיין מויל, און נישט רעדן אזויפילעטוואס האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 18, 2026 8:34 pm מ'רעדט דא פון א איד קרוב צו די אכציגערס שליט"א, וועלכע איז היינט ארומגעפארן איבער 6 שעה אין די קעטסקילס פון אלע קעמפס מקהילתינו.
• ביי יעדע האט די רבי געגעבן די אויפמערקזאמקייט פאר די תלמידים.
• ביי יעדע קעמפ עקסטער האט זיך די רבי צוגעהערט מיט אויסגעשפיצטע אויערן די ניגון פון די קינדער וואס האבן געזונגען מיט א ווארעמקייט.
• ביי יעדע קעמפ האט זיך דער רבי צעפלאמט און פארמאכט די אויגן שאקלענדיג די הענט מיט התלהבות.
• ביי יעדע קעמפ האט די רבי גערעדט דברי תורה, ברכה, והתחזקות - און יעדע קעמפ א באזונדערע אנדערע תורה.
• ביי יעדע קעמפ אריבער די תלמידים און זיך אנגעזעטיגט מיט רתחי דאורייתא זיך אנלאנענדיג אויף א גרופע תלמידים יונגלעך / בחורים און זיך אריינגעלאזט אין א תורה'דיגע קאך
• און דערנאך האט דער רבי געהאט א באגלייטן מיטן קאר און אפענע פענסטערס אויפן וועג ארויס פון קעמפ.
אויפן וועג צוריק האט דער רבי אפגעשטאט ביים ישיבה פון בנו הגה"צ אבד ור"מ וומ"ס שליט"א און געמאכט א הנחת אבן הפנה פאר א נייע בנין הישיבה
און אצינד יעצט ביינאכט נעמט דער זעלבער מאן - ניין מען טוישט זיך נישט שיפט אלס א צופרי -רבי און ביינאכט-רבי, עס איז די זעלבע רבן של קהילתינו וכלל ישראל - און נעמט יעצט אויף טויזנטער אנ"ש לקראת ימי הרחמים ורצון יעדער מיט זיינע קוויטלעך, פעקלעך, און זעקלעך - און "דו" וועסט עדות זאגן אז ווען מ'גייט אריין צום רבי'ן קוקט עס אויס כאילו 'דו ביסט דער ערשטער' היינט, און די רבי איז פולקאם אויסגערוהט און גרייט צו הערן און ענטפערן!
און אינצווישן די היינטיגע קבלת קהל האט דער רבי געהאט דריי חופה'ס און דריי תנאים'ס, ווי אויך אויפגענומען איינע פון די רבנים פון בארא פארק פאר א באזוך.
נאכנישט פארטיג, און באלד גייט ער צו א וואכנאכט פון אן איר-אייניקל.
מיינט איר אוודאי אז דער רבי פארט מארגן אויף וואקאציע? ניין. מארגן האט דער רבי דער זעלבער אנגעפילטע סדר היום - אנגעהויבן מיטן ברית מילה פונעם איר-אייניקל, סעודת הברית וכו'. דערנאך א רייזע קיין וויליאמסבורג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ווייסט אפשר איינער וויאזוי די איד - אנטשולדיגט, 'הימלישער-איד' טוט דאס באווייזן???
בלעה"ר עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו!!! די רבי זאל אונז פירן אקעגן משיח צדקינו במהרה בימינו אמן!!!
די אייבערשטער זאל געבן פארן רבין כוחות, און פאר די גבאים שכל, ווי זאגט יענער, ווען דער גבאי וועט ווערן 60 וועט זיך אפשר דעם רבינ'ס סקעזשול טוישן
דער פראבלעם איז אז ס'איז נישטא קיין מענטש וואס האלט מיט דעם גאנצן סקעזשול (חוץ דער הויז בחור), און קיינער כאפט נישט אז סאיז נישט קיין קינדער שפיל פאר א מענטש אין די יארן