בלאט 458 פון 620
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 4:21 pm
דורך קרני פרה
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 8:08 pm
איך וויל מוסר מודעה זיין, אז די ווערטער אויף די לינקע זייט פון צעטיל, איבער די נושאים וואס מען גייט רעדן, איז נישט געווארן דורכגעשמועסט מיט מיר.
אויף די קומענדיגע צעטיל, וואס וועט הענגען אין גרויס אויפן וואנט פון בית-המדרש, וועט שטיין דארט אנדערע זאכן.
נ.ב. וויבאלד מיינע ווערטער זענען געקומען, שוין נאך וואס די פאוסטער איז שוין טיילווייז מפורסם געווארן (זיי האבן מיר גראדע יא געשיקט דעם פאוסטער אויף טעקסט, אבער וויבאלד איך האב נישט קיין טעקסט, האב איך עס נישט געקענט זען), דעריבער האט די הנהלת הקהילה איינגעוויליגט אז איך זאל ארויסשטעלן מיינע ווערטער, אלס א קלארשטעלונג.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 4:39 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
מה קרה?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 5:33 pm
דורך בוכהאלטער
נצחו האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 12:22 am
וואס טראכט די מענטש ביים זאגן אז אונז זענען ערגער ווי די נאציס???
פון וועלכע נאציס רעדט ער??
עס זעהט אויס אז כ’האב עפעס פארפאסט, פון וועלכע ריקארדינג רעדט מען דא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 5:42 pm
דורך סענס אף יומער
חוה"מ סוכות תשפ"ו.
וויכטיגע מעלדונג פאר יוצאי לב טהור.
אזוי ווי מען גרייט זיך תיכף נאך יו"ט אריין צו געבן א גרויסע lawsuit ביי די גואטעמאלא געריכט צו פארלאנגען פארגוטיגונגס געלטער פאר די אלע מיטגעמאכטע יוצאי לב טהור, וואס מען וועט אין טייל איינמאנען פון די שטח אין בבל וואס איז אונטער די אייגנטום פון לב טהור, דעריבער טוהט מען בעטן פון אלע יוצאים וואס ווילן זיין א חלק אין דעם קלעים, אז זיי זאלן שיקן א אימעיל צו:
sue.levtahor@gmail.com און אריינשרייבן די נאמען און אימעיל אדרעס וואו מ'קען שיקן די לעגאלע דאקומענטן אויסצופילן.
נ.ב. פארשטייט זיך אז אלע געלטער וועלן גיין צו א בי"ד, און זיי וועלן זיין די מכריעים ווי אזוי עס צו צוטיילן צווישן די יוצאים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 6:10 pm
דורך ברוך אברהם
געווען איז דאָס פאריאר, די ערשטע טאג חול המועד, די לעווי ברודערס מיט מענדי קעניג צום וויפילטע מאל אין גאטאמאלא צי העלפן זייער קרובים ארויס קריכן פון בבל...
דאס מאל האט דאס געקאסט א פרייז (פאר זיי אין שארט ראן, פאר לב טהור אין די לאנג ראן.....), זיי האבן זיך געטראפן ערגעץ אינדרויסן פון בבל, צי העלפן זייער קרובים.
דאס האט צי געברענגט די הושענא רבה פארשיקונג פאר די 4 בחורים/יושבים.
בילדער קרעדיט: לעווי ברודערס/מענדי קעניג
די יונגערמאן וואס די פנים איז פארדעקט וויל נישט מ'זאל שרייבן זיין נאמען, ביטע שרייבט נישט אפילו אויב איר ווייסט.
די אנדערע האבן געגעבן רשות.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:03 pm
דורך קום אריין קלאר
גארנישט האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 9:43 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 9:20 pm
קרני פרה האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 9:05 pm
ער האט (נאכ)נישט קיין קלאגעס אויף זיך
אזוי אויך מיט יואל ראזנער
זיי האבן קלאגעס, בפרט יואל ראוזנער האט שווערע קלאגעס זייענדיג די חתן מדריך. זיי האבן נאר נישט קיין 'ארעסט ווארענט'.
יואל'יש ראזנער האט אויף זיך די סאמע שווערסטע קלאגעס פון סיי וועם אין די פרשה,
די קלאגעס וואס די אב''ד און די ר''מ האבן אויף זיך איז נישט קיין משל צו זיינע.
און מיט אלע רעכטען
כידוע ליודעי כריין
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 9:11 pm
דורך ממעמקים
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 6:10 pm
געווען איז דאָס פאריאר, די ערשטע טאג חול המועד, די לעווי ברודערס מיט מענדי קעניג צום וויפילטע מאל אין גאטאמאלא צי העלפן זייער קרובים ארויס קריכן פון בבל...
דאס מאל האט דאס געקאסט א פרייז (פאר זיי אין שארט ראן, פאר לב טהור אין די לאנג ראן.....), זיי האבן זיך געטראפן ערגעץ אינדרויסן פון בבל, צי העלפן זייער קרובים.
דאס האט צי געברענגט די הושענא רבה פארשיקונג פאר די 4 בחורים/יושבים.
בילדער קרעדיט: לעווי ברודערס/מענדי קעניג
די יונגערמאן וואס די פנים איז פארדעקט וויל נישט מ'זאל שרייבן זיין נאמען, ביטע שרייבט נישט אפילו אויב איר ווייסט.
די אנדערע האבן געגעבן רשות.
וואס טאקע פשט אז יענער יונגערמאן גייט מיט א שטריימל און נישט מיט די סודרא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 10:28 pm
דורך יאנקל גרויס
.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 1:15 am
דורך סענס אף יומער
ווי באריכטעט עטליכע וואכן צוריק, איז משפחת יואל וויינגארטן, א מאמע מיט זעקס קינדער, באפוילן געווארן צו פארלאזן גואטעמאלא ביז אקטאבער 12', נאכדעם וואס זי האט געהאט באקומען צייטווייליגע ערלויבעניש צו פארבלייבן אין גואטעמאלא מיט אירע קינדער.
אצינד ווען מ'האט געהאלטן פארן דעדליין, האבן די עסקנים אנגעהויבן נאכגיין די סיטואציע ביי די פאמיליע, צי זיי פלאנירן טאקע צו פארלאזן גואטעמאלא בעפאר דעם באשטימטן טאג. נאכן גרינטליך נאכגיין און נאכפארשן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פאמיליע האט שוין אייגנטליך פארלאזט דאס לאנד, און געפינט זיך שוין נישט אין גואטעמאלא. אבער די עסקנים האבן נישט געוואוסט וואו אהין זיי זענען געפארן.
נאכן זיך פארבינדן מיט די אמעריקאנע רעגירונג, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פארלאפענע זונטאג, א טאג פאר ערב סוכות, זענען זיי ארויסגעפארן פון גואטעמאלא און געקומען קיין אמעריקע, וואס דערמיט ווערט נאך א גרויסע פאמיליע ב"ה אפגעטיילט פון דעם געוועזענע כת, איבערלאזנדיג דאס מקום און זיך באזעצנדיג אין אמעריקע.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 1:36 am
דורך שקיעה
יאנקל גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 10:28 pm
.
סיבה?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 4:43 am
דורך צופראסקעט
שטייענדיג יעצט אין די טעג פון סוכות איז די פאסיגע צייט ארויסצוריפן צו כלל ישראל צו מתפלל זיין פאר די אידן וואס געפונן זיך ליידער נאך אין גוואטעמאלא אין פאר סיי וועלכע סיבה קענען/ווילן זיי נישט ארויס
ואילו הם
משפחות
טעלער אב"ד
חיים יעקב אלימלך ראזנער 4 קינדער
משה יוסף מנחם העלבראנץ 1 קינד
יהושע חיים זיסל לאווער 2 קינדער
משה יודא לייב אלטער 1 קינד
פסח אברהם יואל גאלדמאן 3 קינדער
משה חיים צבי מלכה 1 קינד
ניסן שיע יודא מלכה 2 קינדער
מאיר יואל מלכה 6 קינדער
יוליש אלטער 5 קינדער
מנחם מנדל אלטער 5 קינדער
אברהם חנה דוד קמחי 4 קינדער
עזרא מנחם שטארק
אלימלך שמואל נחום בויער 1 קינד
יודא חיים יוסף
רפאל מנחם ציון 3 קינדער
זיידא ידידיה כתריאל הלל העלבראנץ
עובדיה גוזמאן 4 קינדער
בויער
מענער
מ"י ראזנער ר"מ
יואליש ראזנער 1 קינד
אברהם דינקל
אהרן שיע
אברהם יודא לייבוש מלכה
משה בן שמ"י ראזנער
פרויען
מרת דיבא 1 בעבי
מרת החכם 2 קינדער (אין שעלטער)
מרת אליאס
מרת הלל שמעון מלכה
מרת עזיזי
מרת שלום אלטער
מרת אהרן קושני
סך הכל 94
זאל דער אייבערשטער זיי שוין אלע באפרייען מתוך רחמים וחסדים
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 9:55 am
דורך שקיעה
פארוואס טוען נישט די עסקנים אז מען זאל ארויסווארפן פון גוואטומאלע אלע מענטשן חוץ די וואס האבן קלאגאס זאל די רעגירונג זאל אלע דעפארטערן צו אמעריקא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 10:39 am
דורך וואס דען
צופראסקעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 10, 2025 4:43 am
שטייענדיג יעצט אין די טעג פון סוכות איז די פאסיגע צייט ארויסצוריפן צו כלל ישראל צו מתפלל זיין פאר די אידן וואס געפונן זיך ליידער נאך אין גוואטעמאלא אין פאר סיי וועלכע סיבה קענען/ווילן זיי נישט ארויס
ואילו הם
מענער
מ"י ראזנער ר"מ
יואליש ראזנער
1 קינד
סך הכל 94
זאל דער אייבערשטער זיי שוין אלע באפרייען מתוך רחמים וחסדים
כ'האב פארשטאנען אז ער האט 3 קינדער, און זיי זענענן שוין אין אמעריקע ?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 10:46 am
דורך שטילער ניק
צופראסקעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 10, 2025 4:43 am
שטייענדיג יעצט אין די טעג פון סוכות איז די פאסיגע צייט ארויסצוריפן צו כלל ישראל צו מתפלל זיין פאר די אידן וואס געפונן זיך ליידער נאך אין גוואטעמאלא אין פאר סיי וועלכע סיבה קענען/ווילן זיי נישט ארויס
ואילו הם
משה חיים צבי מלכה
1 קינד
סך הכל 94
זאל דער אייבערשטער זיי שוין אלע באפרייען מתוך רחמים וחסדים
חיים צבי'ס קינד איז נישט אין אמעריקע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 11:30 am
דורך על פי תורה
צופראסקעט האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 10, 2025 4:43 am
שטייענדיג יעצט אין די טעג פון סוכות איז די פאסיגע צייט ארויסצוריפן צו כלל ישראל צו מתפלל זיין פאר די אידן וואס געפונן זיך ליידער נאך אין גוואטעמאלא אין פאר סיי וועלכע סיבה קענען/ווילן זיי נישט ארויס
ואילו הם
משפחות
טעלער אב"ד
חיים יעקב אלימלך ראזנער 4 קינדער
משה יוסף מנחם העלבראנץ 1 קינד
יהושע חיים זיסל לאווער 2 קינדער
משה יודא לייב אלטער 1 קינד
פסח אברהם יואל גאלדמאן 3 קינדער
משה חיים צבי מלכה 1 קינד
ניסן שיע יודא מלכה 2 קינדער
מאיר יואל מלכה 6 קינדער
יוליש אלטער 5 קינדער
מנחם מנדל אלטער 5 קינדער
אברהם חנה דוד קמחי 4 קינדער
עזרא מנחם שטארק
אלימלך שמואל נחום בויער 1 קינד
יודא חיים יוסף
רפאל מנחם ציון 3 קינדער
זיידא ידידיה כתריאל הלל העלבראנץ
עובדיה גוזמאן 4 קינדער
בויער
מענער
מ"י ראזנער ר"מ
יואליש ראזנער 1 קינד
אברהם דינקל
אהרן שיע
אברהם יודא לייבוש מלכה
משה בן שמ"י ראזנער
פרויען
מרת דיבא 1 בעבי
מרת החכם 2 קינדער (אין שעלטער)
מרת אליאס
מרת הלל שמעון מלכה
מרת עזיזי
מרת שלום אלטער
מרת אהרן קושני
סך הכל 94
זאל דער אייבערשטער זיי שוין אלע באפרייען מתוך רחמים וחסדים
רפאל מנחם ציון (א גר) איז שוין לאנג נישט אין לב טהור, ער וואוינט אין די סיטי, און האט נישט קיין שום סיבה צו אוועקגיין פון גווטאמאלא, ער איז זייער מסודר דארט.
מאיר יואל מלכא האט שוין 2 קינדער אין אמעריקע
עזרא מנחם שטארק איז אין תפיסה, און ס'איז נישט אין פלאן אים ארויסצונעמען
וכו' וכו'
די ליסטע איז היפש איבערוואגיג, די אמת'ע ליסטע אינהאלט נישט מער ווי 70 נעמען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 11:39 am
דורך סענס אף יומער
שקיעה האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 10, 2025 9:55 am
פארוואס טוען נישט די עסקנים אז מען זאל ארויסווארפן פון גוואטומאלע אלע מענטשן חוץ די וואס האבן קלאגאס זאל די רעגירונג זאל אלע דעפארטערן צו אמעריקא?
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 06, 2025 3:30 pm
ווי אויך גייען מיר ארבעטן מיט די אימיגראציע אויטאריטעטן ארויס צו ווארפן אלע אנדערע פארבליבענע מיטגלידער פון לאנד. בעז"ה וועלן מיר נישט רוען ביז אלע קינדער גייען ארויס פון דארט און זענען מסודר אין אנדערע לענדער צווישן דעם היימישן ציבור.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 4:23 pm
דורך עסקן נמרץ
אויב איז דא איינער וואס האט די טרעק מיט די ניגון תורת ה' תמימה [שנעלע] זאל עס ביטע אריינשיקן אין פרייוועט לתועלת איינס פון די יוצאים.
ייש"כ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 7:29 pm
דורך תיקון
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 12, 2025 4:23 pm
אויב איז דא איינער וואס האט די טרעק מיט די ניגון תורת ה' תמימה [שנעלע] זאל עס ביטע אריינשיקן אין פרייוועט לתועלת איינס פון די יוצאים.
ייש"כ
יא דיע ניגון האט געדינערט אין די שעלטער
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 8:14 pm
דורך שקיעה
איינער ווייסט ווען איז געווען די באשרייבונג פון אליהו יואל גליק אין מאמענט נאכן אפשטאטן א באזוך אין לב טהור וועגן א פדיון הבן וועלכע יאר איז עס געווען?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 12, 2025 10:08 pm
דורך על פי תורה
תיקון האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 12, 2025 7:29 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 12, 2025 4:23 pm
אויב איז דא איינער וואס האט די טרעק מיט די ניגון תורת ה' תמימה [שנעלע] זאל עס ביטע אריינשיקן אין פרייוועט לתועלת איינס פון די יוצאים.
ייש"כ
יא דיע ניגון האט געדינערט אין די שעלטער
די באבוב'ע (מער דיסקאו-הארא ביעט) האט געדינערט.
ער רעדט פון די שנעלערע, וואס מ'זינגט אסאך אין די ליטווישע קרייזן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 3:45 pm
דורך על פי תורה
שקיעה האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 12, 2025 8:14 pm
איינער ווייסט ווען איז געווען די באשרייבונג פון אליהו יואל גליק אין מאמענט נאכן אפשטאטן א באזוך אין לב טהור וועגן א פדיון הבן וועלכע יאר איז עס געווען?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 3:50 pm
דורך על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 3:57 pm
דורך על פי תורה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 4:08 pm
דורך על פי תורה
ביים פטירה פון שלמה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 4:14 pm
דורך חלום חלמתי
על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 13, 2025 4:08 pm
ביים פטירה פון שלמה
א וואך נאכדעם איז געווען מיט ר' נתן, וואס האט דאן פאראויסגעזאגט אז זיין ברודער דער נייער כאכאם גייט אנמאכן א חרבן