מקשין העולם האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 11:11 pm
בס"ד
המשך מיין שמועס מיט ר' פייש אוריאל יוסף נ"י, אלס הכנה צום יום הקדוש.
עס דרייט זיך ארום שמועות אז איר [זאגט אז איר] ווייסט נישט פון זייער אסאך מעשיות וואס ווערט פארציילט אויף די חבורה בכלליות ובפרטיות, און ווען מען האלט אייך פאר אויף געוויסע מעשיות וואס איר ווייסט יא האט איר אויף יעדע זאך א תירוץ אז די מעשה איז געווען פונקט פארקערט, דהיינו לויט [ווי איר זאגט] אייער ידיעה איז דער נרדף גאר דער רודף, דער [וואס זאגט אז ער איז דער] געשלאגענער איז גאר דער שלעגער, דער [וואס דערציילט אז ער איז געווען א] נרצח איז גאר דער רוצח, בקיצור די יוצאים [נושרים?] זענען געטריבן צו אויפמאכן מעשיות שקרים וכזבים דברים שלא היו מעולם, כדי אויסצופירן זייער אגענדעס צו צוברעכן, חרוב מאכן, רודפ'ן די [געוועזענע] חבורה. ריכטיג? יא.
יעצט איז אזוי, קומט דאך אויס אז איר זענט [לויט אייערע ווערטער] אינגאנצן אומשולדיג און איר ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אייער לעבן האבן, מיר פארשטיין עס [לפי דבריכם].
איי איז די קשיא, אז א איד וואס דרייט זיך שוין אזויפיל יאר אויף א פלאץ זאל נישט וויסן פון די אלע מעשיות, ובפרט אז מ'איז געווען אזוי נאענט און געטריי צום פירער [דער רבי זי"ע בלע"ז], און ווייטער געווען נאמן צו די ממשיכי דרכו פונעם פירער [רבי זי"ע בלע"ז], איז וויאזוי קען דאס געמאלט זיין אז מען זאל נישט האבן קיין מינדעסטע ידיעה פון אלע רשעות, אכזריות, פיינונגען, עבירות, וואס עס ווערט דערציילט, מוז דאך על כרחך זיין [לפי הצד שהמעשיות אמתיים] אז איר זענט דארט געווען אויסגעטוהן פון די וועלט, אדער זענט איר "פונקט" נישט דארט געווען בשעת מעשה, דהיינו איר האט נישט געלייענט קיין צעטליך אין ביהמ"ד [כנהוג גם אצלינו אצל הרבה עובדי ה' שאינם קוראים למודעות], און וועט מ'האט געריסן און געשמיסן [אומ]שולדיגע אידן, האט איר געהאלטן "פונקט" אינמיטן שמונה עשרה בהתפשטות הגשמיות [כמו אצלינו שיש עובדי ה' שנוהגים כן], און ווען מ'האט צוגעכאפט און ווייבער פון מענער, זענט איר "פונקט" יענע טעג און חדשים געווען פארנומען מיט התבוננות בשמות הקדושים בלי היסח הדעת כרגע ממש, און וואס עס איז פארגעגאנגן ביים פירער [רבי זי"ע בלע"ז] האט איר בכלל נישט געכאפט אז עפעס טויג נישט דא, מעגליך אז דער פירער [רבי בלע"ז] האט בכוחו הגדול צוגענומען אייער כח הדעת צו באגרייפן את פעולותיו, בקיצור איר האט נישט צוגעזעהן עפעס א סיסטעם פון שלעכטס, רע, נאר געזעהן גוטס, טוב.
ס'איז אויך ידוע אז איר זענט יא מודה במקצת אז ס'זענען געווען טעותים, אבער אזוי גייט עס און מ'ברויך טאקע פאררעכטן טעותים. עד כן לפי הנשמע את דעתכם ואם טעיתי ה' יכפר.
ועכשיו, די וועלט אידנטום וואס ציילט זיך אין אלפי אלפים רבי רבבות ובתוכם זענען דא א גרויסע מספר פון קלוגע אידן וואס פארשטיין גוט אן עסק, עס זענען דא מנהיגי הקהלות שבעולם בארץ ובגולה וואס ציילט זיך אין די צענדליגער און זייערע טויזענטער אנהענגערס און חסידים האבן א נאמנות אין זייערס א ווארט, כלומר זיי האבן אסאך עקספיריענס מיט שקרנים וזייפנים און זיי זענען נישט קיין נערנים וואס קויפן אפ אלעס וואס די גאס דערציילט, עס זענען דא אלפי אלפים געריבענע כולל יונגעלייט וואס דראשן אויס די שמועות און זענען בוחן מיט חשד צו די זאכן שטימען צו נישט, עס איז דא א וועלט פון תלמידי חכמים און בעלי בתים וואס האנדלען מיט מענטשן און האבן שוין אין זייער לעבן באגעגנט פאפערס און שווינדלערס. איז וואס גייט דא פאר אז פון איין זייט גלייבט די וועלט אידנטום דעם הרב יושע העשיל בלום וסייעתו, און טאקע ווייל די וועלט אידנטום איז א עם חכם ונבון גלייבט נישט 'יעדער' 'אלעס', רק כל אחד כפי תמימותו חסידותו וחכמתו, אבער הצד השוה שבהם אז עפעס האט פאסירט דא מיט חבורת לב טהור אז מ'גלייבט אז זאכן האבן פאסירט, און זאכן האבן געקענט פאסירן אפילו ס'האט למעשה נישט פאסירט, מאי טעמא?.
יא אמת ברית כרותה ללשון הרע שיתקבל [המקור הוא באלשיך וזל"ק בפ' וישב 'ברית כרותה ללשון הרע שיקובל שמץ מנהו', ובקהלת ז: כנודע מאמר רז"ל כי ברית כרותה ללשון הרע שיתקבל, ובאגרת התניא: אם אינו מקבל כולו מקבל מקצתו], אבער דאס מיינט נאך נישט אז די לשון הרע איז נישט אמת, און עס מיינט נאכנישט אז ווען ס'איז דא צענדליגע עדות און מספרים אז יעדער האט פלוצלינג פארלוירן די נאמנות, און לאמיר שוין זאגן אז איר וועט ניצן דעם מאמר אין אונזער פאל, איז די קשיא אזוי: פון איין זייט שטייט א איד און וויינט אז ער גלייבט נישט די אלע מעשיות וואס מען דערציילט, און פון די צווייטע זייט שטייען טויזענטער טויזענטער אידן און וויינען אז זיי גלייבן יא וואס מען דערציילט, איז וועמען זאל מען ענדערש גלייבן, איך מיין אז מ'גייט נאך רוב, איר האלט נישט אזוי?.
[אגב, דארט האט מען געגלייבט עפעס א לשון הרע'לע אויף איינעם?, איך מיין אז איר זאגט ביי אייער דרשה אין לב טהור אז די פרויען זאלן קומען דערציילן פארן ריש מתיבתא לשון הרע אויפן מאן, פארוואס האט איר געהאלטן אז דער ריש מתיבתא וועט איר גלייבן, אמער ברית כרותה?, ועוד קשה, היתכן איר האט מקבל געווען לשון הרע אויף אונז די וועלט אידנטום??. וגם יש לומר אז איך גלייב נישט בכלל אז די עסקנים האבן עפעס געטוהן בכלל, מאן יימר? קיינער האט אייך קיינמאל נישט געצאפט די בלוט, די בריוו איז שקר, אלעס איז שקר, אפשר די גאנצע מעשה אז ס'איז בכלל געווען א חבורה איז שקר, און אפשר שטייט נאך בבל מיט טויזענטער מתפללים, מ'פארקויפט אונז דא נאר שקר, ס'הייבט זיך גארנישט אן, מפטירין כדאתמול, אפשר זענט איר דא געקומען נאר אויף א וויזיט באזוך קיין ניו יארק, אדער אפשר גאר זענט איר בכלל נישט ר' אוריאל יוסף פון וועם מ'רעדט, און אפשר לייענט איר יעצט בכלל נישט די בריוו, סך הכל אונז לעב מיר דא אלע בעולם הדמיון, דמיון ממש, לא אירע כלום, כלום]
תמצית הדברים, צוריק צום ענין, אונז זעמיר נישט אינגאנצן משוגע, נאר איין זאך אז איר זאגט אז "איר" גלייבט נישט די אלע מעשיות, ממילא איז די עצה פאר אייך, שטעלט אייך אין די זייט, ביים ווינקל, און גיבט רשות פאר די שליחי הכלל פון די וועלט אידנטום וואס גלייבן יא צו טהון וואס ס'איז א מצוה רבה ופיקוח נפשות והצלת הדורות מבטל צו זיין די רע פון די וועלט, מ'קען אייך טאקע נישט צווינגן צו זאגן אויף אזאך וואס איר האט נישט געזעהן אז איר האט עס יא געזעהן, סוף כל סוף איז דא נישט קומוניזם [אויך נישט 'דקדושה'], אבער מה נעשה אז די רבנים פון די וועלט גלייבן יא, די משפחות פון די פארכאפטע און געפאנגענע גלייבן יא, און די יוצאים וואס האבן געכאפט און זענען געפייניגט געווארן גלייבן פערצופאל יא, און איר זענט דאך אויך מודה אז אויב וואלטן די שוידערליכע מעשיות געווען עטוואס אמת וואלט מען געדארפט מבטל זיין די חבורה, איז לאזט די זאך פאר די קלוגערע מענטשן וואס האבן יא שכל און פארשטיין יא די טובה פון די בריאה. איר זענט פטור!.
ר' אוריאל טייערער, קיינער פון אונז באשולדיגט אייך נישט פערזענליך, מען פארשטייט אז איר זענט א תלמיד פון א רבי [זי"ע בלע"ז] און איר ווילט נישט בועט זיין ברבו שלמדו תורה ואמונה, ובפרט כידוע לידידיך הנאמנים אז ער האט אייך מקרב געווען צום אור האמת מיטן ספר הקדוש ויואל משה, אזוי אז איר זענט א אומשולדיגע שעפעלע וואס זיכט צו טוהן א נחת רוח פארן בורא כל עולמים בכל רגע ורגע מימי חייך עד זיבולא בתרייתא לאורך ימים ושנים טובים, נאר איר מוזט פארשטיין אז כלל ישראל האט שוין במשך הדורות מיטגעמאכט גענוג און איר קענט רואיג טראסטן אז כלל ישראל האמיתי האט א שטיקל השגה אין "עכטע אידישקייט", און איר וועט עס אי"ה אנערקענען אין די ליכטיגע עתיד וואס ווארט אויף אייך, און דערווייל ווילאנג איר זענט אויף צרות צרורות גיבט איבער אייער נאמנות אין די חכמי התורה והוראה, וואס זענען געבוירן געווארן נאך פאר די נשמה פונעם רבי'ן איז אראפגעקומען אויף דעם עולם, טראסטס די חכמי הדור, טראסטס דעם כלל ישראל וואס האבן מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די חבורה.
עס איז שוין די העכסטע צייט צו תשובה טוהן, און מער נישט אנגיין מיט די אויפגעריסענע גאוה פון זיין פרומער פון די פרומע, אלעס נאר כדי צו זיין אנדערש פון כלליות ישראל, מיט מאכלים, מיט משקאות, מיט מלבושים, עס פארלאנגט זיך אביסל ענוה אביסל הכנעה אביסל מדות טובות אביסל אהבת ישראל אביסל רחמנות אויף 'אייגענע' בלוט און פלייש, לאמיר שוין ענדיגן די בלוט פארגיסינג וואס גייט שוין אן [לפי דעת הרוב וכנ"ל אלפי אלפים ורבי רבבות דעות נגד דעת יחידאי] צענדליגער יארן. ביטע לייגט אראפ די געווער, און זייט אייך מקדש ב"מותר" לו, און לאמיר צוזאמען באהבה אחוה שלום ורעות אנפאנגן א נייעם קאפיטל אין היסטאריע.
מאכטס א מסירות נפש פארן אייבערשטען!!! דער רבוש"ע וועט אייך דאנקבאר זיין.
איך ווייס און איך גלייב אז איר טראכט אז ווער זענען מיר צו רעדן, מיר זענען דאך די אפגעפרעגטע, ערב רב וכל שום וחניכא דאית לן, אבער מיר קענען נאר טוהן וואס מיר קענען, און די איבעריגע לאזן מיר פארן רבוש"ע, און מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז אזוי ווי איר זענט א מבקש האמת וועט איר אי"ה אנקומען דערצו בכח פון אונזער הייליגע צדיקים און רבי'ס זי"ע.
ר' פייש אוריאל יוסף נ"י: פועלט'ס אויס אלעס גוטס, א גמר חתימה טובה, א "גרינגער" תענית יום הקדוש [ס'מעג עפעס אנקומען אויך גרינג], און אייערע תפלות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
און נאכאמאל פארגעס נישט: אונז געב מיר "נישט" אויף אויף אייך און אייער דורות, קיינמאל וועלן מיר נישט אויפגעבן אויף אייך, איר וועט בקרוב שוין ממש ממש זיין מיט אונז צוזאמען, און מיר וועלן צוזאמען שמייכלען מיט א געשמאק, יא יא "מיט אזא שמייכל, מיט אזא געשמאק". רבי אוריאל יוסף עס קומט גוטע צייטן בעזהי"ת!.