באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
נעילת החג און דושינסקיא
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
נעילת החג און רחמיסטריווקא ארה"ק
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מטאהש ביי הבדלה מוצאי ראש השנה
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א ביי נעילת החג והבדלה נאכן דערהויבענעם יו"ט ראש השנה בצל הקודש.
- סאטמארע נייעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
- x 153
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר''א
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום שלחן הטהור, און הבדלה מוצאי ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול בקר''י.
סאטמאר'ע נייעס

https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
בילדער גאלעריע - זעהן און דאונלאודן
https://www.filemail.com/d/yspenoyvzkgurfm
ווידיאו

- פיילס
-
- IMG-20230918-WA0006.jpg (182.43 KiB) געזען געווארן 2211 מאל
-
- IMG-20230918-WA0001.jpg (366.64 KiB) געזען געווארן 2211 מאל
-
- IMG-20230918-WA0002.jpg (299.46 KiB) געזען געווארן 2211 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א שליט"א, וועט היינט נאכט זיך צוריקקערן קיין אמעריקא, נאך וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט דעם פארגאנגענען ראש השנה בקרב בני קהילתו אין ירושלים
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:19 pm הגאון רבי נתן קופשיץ איז מער מנהיג קהילת הפרושים ווי הגאון רבי יהושע דוד. אבער באמת האט קיינער נישט אזא טיטל מהיג. נישטא אזא מושג אין פרושים.
אבער רבי נתן האט א טיטל, חבר הביד"ץ בית שמש און מרא דאתרא קרית נחלה ומנוחה. אויב רבי יהושע דוד האט נישט קיין טיטל (איני יודע) קען מען שרייבן "מרבני קהילת פרושים".
רבי נתן איז נישט קיין חבר הבד"ץ, ס'האט געהייסן יארן צוריק אז מען עפענט א בי"ד אין בית שמש איז ער געווען איינער פון די וואס 'וועלן' זיין חברי הבד"ץ.
רבי יהושע דוד איז געווען מנהיג קהילת הפרושים פון לאנג, קענסט אפשר זאגן אז נאר אין ירושלים און נישט אין בי"ש (וואס דאס איז אויך נישט אמת)
בקיצור, איינער וואס שרייבט אויף רבי נתן 'חבר הבד"ץ' קען זיכער שרייבן אויף רבי יהושע דוד 'מנהיג קהלת הפרושים' לכל הדעות...
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
=יו"ט ראש השנה תשפ"ד בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל=
ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן "מבצר הכוללים בק"י" מיט אירע קרוב צו טויזענט לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
דערנאך ארום 8:30 איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו קבלת שבת ומערבית,
דער רבי האט געזאגט מזמור לדוד הבו לה' בני אלים פסוק בפסוק, און ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים,
נאך מעריב האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור באש קודש, מען האט געענדיגט ארום 9:30.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען קורצע דב"ק, דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק "ישא ברכה מאת ה', און געזאגט אז דורכדעם וואס אידן דאנקען הקב"ה אויף די חסד וואס הקב"ה גייט טון, און מען פריידט זיך ראש השנה אינעם יום הדין על שם העתיד ווייל הקב"ה גייט אפשרייבן א גוט געבענטשט יאר, דורכדעם איז הקב"ה מצרף דעם טוב העתיד, און די זכיות וועגן איבער לטובה,
און דער רבי האט פארענדיגט בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און אויסגעפירט בברכת "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים ולשלום",
ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מען האט געזינגען שלום עליכם ביז מודה אני,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
הגבהת הכוס: הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שיריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט ראש כבש, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, ביי די לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן א קאפ פון א פיש, און ווייטער אלע מאכלי שבת, נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן.
מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה ארי פריינד הי"ו - מראה"ק בלאנדאן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ישא ברכה מאת ה', און ארומגערעדט אז בזכות פון שבת קודש ווערן אידן דבוק צו הקב"ה און דורכדעם איז מען זוכה צו תשובה.
ברכהמ"ז: בעל שמחה נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב מענדל גראס שליט"א - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
=יום א' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 8:15.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גרויס שליט"א - מבערבעשט ב"פ.
דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בר"ש בערגער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ח ר' וואלף בראווער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל משה פארקאש הי"ו.
ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו.
ר' ליפא פארקאש הי"ו.
ר' שמואל יודא מאשקאוויטש הי"ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי"ו.
ר' משה ברד"ח ווייס הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו - מאנסי.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:10.
מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה אין ארון הקודש, און עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברא"נ גאטליעב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
אום 1:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק 'ובחודש השביעי באחד לחודש שבתון זכרון תרועה',
בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב, פרעגט דער בעש"ט הק' ווער הערט דעם בת קול?, זאגט דער זרע קודש אז נאר צדיקים הקרובים אל ה' זענען זוכה צו הערן דעם בת קול, דערפאר ווען די אידן האבן געהערט די תוכחה הוריקו פניהם מי יוכל לעמוד בכל אילו, וויאזוי וועט מען נתעורר ווערן צו תשובה?, און דערפאר בלאזט מען שופר ווי ר' סעדיה גאון זאגט 'לעורר לתשובה', די קול השופר איז מעורר צו תשובה אז אפילו מען הערט נישט די בת קול איז די קול השופר מעורר,
אבער שבת קודש איז משפיע קדושה פאר גאנץ כלל ישראל, און יעדער הערט די בת קול, דערפאר פעלט נישט אויס צו בלאזן שופר,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי כיבושין, ראש השנה דערמאנט מען טאקע נישט קיין חטאים מיטן מויל, אבער במחשבה איז א חיוב אריין צו טראכטן וואו שטיי איך אויף די וועלט?! און תשובה טון בחרטה ובקבלה גמורה שלא ישיב לכסלו עוד.
און בבכיות עצומות ונוראות דערמאנט אז ליידער ליידער גליטשן אידישע קינדער אפ פון וועג, בנים ובנות, פון די שענסטע משפחות, קיינער איז נישט פארזיכערט, און מען דארף מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים מרובים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:35.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 1:40.
רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות רב.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל באסול הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 4:45.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושלו"ס ארום 7:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו - מאנסי.
שלישי: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א - ב"ב.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפ'ן פיוט
'עוד יזכור לנו אהבת איתן אדוננו, ובבן הנעקד ישבית מדיינינו',
אין זכות פון די אבות הק' איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד,
יעקב אבינו האט געבענטשט אפרים פאר מנשה ווייל ס'גייט ארויס קומען יהושע בין נין, כאטש אויך ירבעם, ווייל מען קוקט נאר אויף די טוב העתיד,
דאס האט אברהם אבינו אויסגע'פועל'ט ביי עקידת יצחק, אז בהר ה' יראה מען זאל רעכענען די טוב העתיד,
ווען די אידן האבן געהערט די תוכחה הוריקו פניהם, האט זיי משה רבינו בארואיגט אתם נצבים היום, היום איז ר"ת ו'בבן ה'נעקד י'שבית מ'דיינינו, אין זכות פון יצחק אבינו איז מען מצרף די טוב העתיד און מען גייט ארויס זכאי בדין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
נאכן זינגען האט דער רבי פארציילט אז ווען הרה"ק ר' שמואל גארליצער זי"ע האט געזינגען דעם קל מסתתר ניגון ביים הייליגן ישמח משה זי"ע האט דער ישמח משה געזאגט אז ס'איז א גוטע ניגון און מען זאל עס אוועקלייגן פאר די הייליגע טעג.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית.
בעל תפלה איז געווען הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:15.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר", און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט בהיכל השלחנות.
הגבהות הכוס: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
אויפן טיש איז געווען טעצער פירות, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א מילגרוים און טועם געווען פון די שהחינו פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן עולם.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א - ב"פ.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלוקיכם', ווען ראש השנה געפאלט אום שבת איז דא ע"ב שעות כמנין חסד, און מיט דעם כח איז מען זוכה צו חסד ורחמים אינעם יום הדין.
ברכת המזון: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
=יום ב' דראש השנה=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:15.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הר"ר בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, און הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד אוהעל ב"פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות.
כהן: הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה די ערשטע ספר: בעל ברית נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
גלילה: בעל ברית ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:20,
נאכן ליינען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, סנדק: רבינו שליט"א.
מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: נפתלי צבי, נאכן זיידן הגה"צ אב"ד זידיטשוב זצ"ל.
אויך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", ואומות העולם אינם יודעים להריע כמה קרנות יש להם וכו' אלא אשרי העם שיודעין לפתות את בוראם בתרועה, תרועה מאכט תורה ע', דאס איז די ע' פנים לתורה,
עס זענען דא ד' חלוקי כפרה, אויף הארבע עבירות נוצט נישט תשובה, זאגט דער הייליגער בעלזער רב רבי יהושע זי"ע אז נאר תשובה אליינס נוצט נישט, אבער תשובה בצירוף מיט תפילה נוצט יא, דער בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע זאגט תשובה מיט לימוד התורה נוצט,
האט דער רבי געזאגט אז דאס איז כחדא אזלא, צו דאווענען דארף זיין צוויי שערים, מען דארף פתיחת הפה, ארויס צו זאגן די ווערטער, און עס דארף זיין פתיחת הלב, דורך לימוד התורה איז מען זוכה צו פתיחת הלב,
לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים, אז מען איז חוטא פארלירט מען דעם צלם אלוקים, הרימי את מוריך השמיעיני את קולך, כי קולך ערב ומראך נאוה, ווען איז קולך ערב און מען איז מקבל תפילה? נאר אויב ומראך נאוה, אז מען האט נאך דעם צלם אלוקים,
און פארענדיגט בקול בכי "יעדער איד דארף זיך מאכן א חשבון הנפש, צי האב איך נאך די צלם אלוקים?!" און תשובה טוהן בלב שלם,
און דער רבי האט מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.
רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.
בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.
און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט פארגעדאווענט מיט א התעורורות רב וברגש קודש.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' בנציון יושע קרויס הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און מען האט תיכף געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א - ב"פ, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 5:50.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת ברית בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ארום 7:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור לרגל נעילת החג אין ביהמ"ד הגדול.
מען האט אויפגעגעבן קוגל און זיסע מייערן, ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאהר אין אלע ענינים", מען האט געזונגען ניגוני ימים נוראים.
מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען דער בעל שמחה הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
און מיט יום ליבשה הר"ר אברהם אהרן לאבין שליט"א, בן האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסה ליום חגינו כי "חק" לישראל הוא' חק איז א לישני דמזוני,
בשעת מתן תורה האבן די אידן כביכול חתונה געהאט מיט הקב"ה, איז דאך דא חיובי בעל לאשה,
די חיובי בעל לאשה זענען מדרבנן און דער אויבערשטער פירט זיך מיט א מענטש אזויווי דער מענטש פירט זיך, אז די מענטש איז מקיים תקנת חכמים איז הקב"ה אויך מקיים די תקנת חכמים,
דאס יאר האט מען מקיים געווען צוויי מצוות מדרבנן, די ערשטע טאג האט מען נישט געבלאזן מדרבנן כאטש מדאורייתא דארף מען בלאזן, און די צווייטע טאג האט מען יא געבלאזן כאטש מדאורייתא דארף מען נישט, על פי שנים עדים יקום דבר, פירט זיך הקב"ה מדה כנגד מדה און איז משפיע אלע חיובי בעל לאשה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס לברית מילה נכדו הרב יחזקאל ט"ב שליט"א, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געמאכט הבדלה, און נאך הבדלה געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר", מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
"ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון".
~

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21953
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
איך דענק אז מען שרייבט אויף הגאון רבי נתן חבר ביד"ץ בית שמש. אויב ס'איז א טעות, האב איך א טעות.געצל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:46 pmדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:19 pm הגאון רבי נתן קופשיץ איז מער מנהיג קהילת הפרושים ווי הגאון רבי יהושע דוד. אבער באמת האט קיינער נישט אזא טיטל מהיג. נישטא אזא מושג אין פרושים.
אבער רבי נתן האט א טיטל, חבר הביד"ץ בית שמש און מרא דאתרא קרית נחלה ומנוחה. אויב רבי יהושע דוד האט נישט קיין טיטל (איני יודע) קען מען שרייבן "מרבני קהילת פרושים".
רבי נתן איז נישט קיין חבר הבד"ץ, ס'האט געהייסן יארן צוריק אז מען עפענט א בי"ד אין בית שמש איז ער געווען איינער פון די וואס 'וועלן' זיין חברי הבד"ץ.
רבי יהושע דוד איז געווען מנהיג קהילת הפרושים פון לאנג, קענסט אפשר זאגן אז נאר אין ירושלים און נישט אין בי"ש (וואס דאס איז אויך נישט אמת)
בקיצור, איינער וואס שרייבט אויף רבי נתן 'חבר הבד"ץ' קען זיכער שרייבן אויף רבי יהושע דוד 'מנהיג קהלת הפרושים' לכל הדעות...
הגאון רבי יהושע דוד האט נישט אזא טיטל אין קהילת הפרושים. נאר בלויז אין אנדערע פלעצער.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כשם שטעית בבא דרישא כך טעית בבא דסיפא
(דאונט ווארי, איך ווייס אויך אז עס איז דא אסאך וואס ווילן נישט אז ער זאל האבן דעם טיטל, אבער עס איז נישט באשאפן געווארן תשפ"ד און אויך נישט תשע"ד)
(דאונט ווארי, איך ווייס אויך אז עס איז דא אסאך וואס ווילן נישט אז ער זאל האבן דעם טיטל, אבער עס איז נישט באשאפן געווארן תשפ"ד און אויך נישט תשע"ד)
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מבאבוב ביי הבדלה און ביים וואונטשן דעם ציבור מוצאי ראש השנה.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר״יי
ערב ויום טוב ראש השנה תשפ״ד
ערב ראש השנה תשפ״ד
אום 5:25 פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו אמירת סליחות ׳זכור ברית׳ מעוטף בטליתו של רביה״ק זי״ע און פארגעדאווענט בהתעוררות רב
אום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און געלייגט תפילין דרבינו תם עס זענען אריין א מנין ווי דער רבי האט געמאכט התרת נדרים
דערנאך איז געווען זמני כניסה פאר די געסט לברך ולהתברך
ראש השנה תשפ״ד
אום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת מנחה מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צום עמוד
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם פיוט אחוז קטנה
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית דער רבי האט געזאגט מזמור לדוד הבו לד׳ פסוק בפסוק און ביי לכה דודי האבן די משוררים געזינגען די נייע ניגונים
נאך מעריב האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור מען האט געענדיגט ארום 9 אזייגער
נאכן דאווענען איז מען אריבער ווינטשען לשנה טובה וואס האט זיך פארצויגן אויף גאר א לאנגע צייט עס האבן זיך אנגעזען טויזענטער אידן פון אלע עקן שטאט ועל צבאם הרבנים הגאונים שליט״א דיינים חשובים וראשי ישיבות
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אנגעהויבן שלום עליכם און געזינגען ביז מלך תמים דרכו
נאך די המוציא האט דער רבי טועם געווען פון די עפל און פונעם ראש כבש און געזאגט די יהי רצון
מען האט אריינגעברענגט די מאכלי שבת אזוי אויך אלע אנדערע סימנים
דער רבי האט געזאגט תורה און מען האט געזינגען זמירות שבת און לדוד מזמור
מיט בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א
יום א׳
ראש השנה אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית אום 8:10 און פארגעזאגט די ברכות
פסוקי דזמרה האט געדאווענט פארן עמוד הרה״ג ר׳ נפתלי בלומענפעלד שליט״א מנהל ישיבה גדולה
צו שחרית איז צוגעגאנגען הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א און פארגעדאווענט בהתעוררות רב
פתיחה ביי שמו״ע זענען נתכבד געווארן
תחילת חזרת הש״ץ: הרה״ח ר׳ אברהם פריעדמאן הי״ו פון בארא פארק
פיוט אתה הוא אלקינו: הרה״ח ר׳ פנחס אלימלך ווייסמאן הי״ו פון בארא פארק
פיוט לקל עורך דין: הרה״ח ר׳ אברהם טייטלבוים הי״ו פון מאנסי
מיט הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן
הרה״ח ר׳ משה שמואל זופניק הי״ו און הרה״ח ר׳ צדוק שטארק הי״ו
ביידע טעג יום טוב האט דער רבי געדינט אלס בעל קורא אנגעטוהן מיטן קיטל און גארטל פון רביה״ק בעל ברך משה זי״ע און געליינט און די ספר תורה פון הרה״ק מצאנז זי״ע
ביי קריאת התורה האבן עולה געווען
כהן: הרה״ח ר׳ יונה כץ הי״ו
לוי: החתן ב״ר יואל טירנוער הי״ו
שלישי: הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א
רביעי: הרה״ח ר׳ ישראל גאלדבערגער הי״ו פון קרית יואל
חמישי: הרה״ח ר׳ יושע לעפקאוויטש הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שישי
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר די קינדער אין איינקלעך, אין פאר משפחת רבינו הברך משה זי״ע, משפחת הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל, אין א עקסטערע מי שברך פאר הגה"צ חברי הבית דין צדק ורבני ודייני קהלתינו הק׳, חברי הבד״ץ העדה החרדית, און פאר אדמורים ורבנים גדולי הדור שליט"א
שביעי: החתן ב״ר מענדל פאשקעס הי״ו
הגבה ספר א׳: הרה״ח ר׳ אברהם יואל מענדלאוויטש הי״ו לרגל הולדת בתו
גלילה: הרה״ח ר׳ יצחק ברוין הי״ו לרגל הולדת בתו
מפטיר: הרה״ח ר׳ ירמי טייטלבוים הי״ו
הגבה: הרה״ח ר׳ יוסף יודא קערנקרויט הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ רפאל יואל גלויבער הי״ו לרגל הולדת בתו
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו המיוחד
ביי הפסקה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א מנה"ר מיט אן אפיעל לטובת די כולל אברכים אין וויליאמסבורג און דערנאך זענען די חברי הנהלה הרה"ח ר' מענדל מאיר בראווער הי"ו פון קרית יואל און הרה"ח ר' אברהם יושע רעטעק הי"ו ארומגעגאנגען צווישן דעם ציבור אויפטרייבן די נדבות.
אום 1:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום תקיעות שופר דרשה מיטן ווייסן בעקיטשע, קיטל און טלית פון רביה״ק זי״ע און מיטן גארטל פון רביה״ק בעל ברך משה זי״ע
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש אין געזאגט א תפילה חרישה ביים פרוכת דערנאך אנגעהויבן די דרשה זיך שטעלדיג אויף די פסוקי התורה פון תקיעות שופר אז איינמאל שטייט יום תרועה יהיה לכם און א צווייטע מאל שטייט זכרון תרועה די רבי האט נאכגעזאגט די מדרש אמר משה לפני הקב"ה, רבש"ע כשיהא בניך בצער ואין מי שיבקש עליהם רחמים מיד ענה אותם, אמר לו הקב"ה חייך, בכל שעה שיקראו אותי אני אענה אותם, שנאמר כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כד' אלקינו בכל קראינו
דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי אגדה והתעוררות,
בתוך הדברים האט דער רבי נאכגעזאגט דעם חת"ם סופר אויף די גמרא פארוואס מען זאגט נישט קיין הלל ר"ה ווייל ספרי חיים וספרי מתים פתותים לפניו, פרעגט די חתם סופר מהיכי תיתי אז מען זאל יא זאגן הלל, אלע שלש רגלים זאגט מען הלל אויף די ניסים און מאורע וואס איז איז געשען יענעם טאג פארוואס זאל מען ר"ה דארפן זאגן הלל, האט דער רבי געזאגט, אז טאקע פארדעם ווייל ספרי חיים וספרי מתים פתוחים, מען זעט אז מען האלט שוין קרוב צו 2000 יאר אין אזא חשכות הגלות און מיט דעם אלעם קומען נאך אידן אין ביהמ"ד און מען איז ממליך דעם אייבישטען פארדעם אליינס דארף מען זאגן הלל, אבער אין די זעלבע צייט קוקט מען זיך אום אויף די ספרי מתים, וויפיל אידן נעבעך קומען שוין נישט אין ביהמ"ד, וויפיל אידן זענען נעבעך אוועק געפאלן פון די דרך התורה, וויפיל אידישע שטובער זענען צובראכן געווארן, וויפיל אידן וואס זענען נאך פאריאר געווען דא אין ביהמ״ד און זענען שוין נישטא מער, וויפיל פרישע יתומים זאגן קדיש, האט דער רבי אויסגעשריבן בדמעות "טאטע און הימל אונז קעמיר מער נישט"
דער רבי האט אויכט דערמאנט אז מען זעט אין די גמרא אז די דיבור פון שבת האט א גרעסערע כוח, אז אפילו יעדע פשוטע ברכה וואס מען מאכט אים שבת איז עס הייליגער, די זעלבע איז ביי די עבודת היום וואס מען איז תוקע בשופר איז איינע פון די טעמים איז ממליך צו זיין קודב"ה, און אזוי אויכט זאגט מען מלכיות זכרונות ושופרות כדי שתמלכוני עליכם, איז ווען עס קומט שבת און מען זאגט די פסוקי מלכיות האט עס א שטערקערע כוח און דאס איז שוין די זכרון תרועה.
האט דער רבי געבעטן אז אזוי ווי יעדעס יאר ווען עס איז דא תקיעת שופר איז מען מקפיד נישט מפסיק צו זיין בדיבור צווישן די תקיעות דמיושב מיט די תקיעת דמעומד און אזוי זאגט מען די סדרי מלכיות זכרונות אן קיין הפסק, זאל מען היי יאר אויכט נזהר זיין און מען זאל נישט מספיק זיין בדיבורים, און בזכות זה זאל מען געהאלפן ווערן אז די תפילות וועלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון.
נאכן דרשה האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף דער רבי האט געדאווענט אינעם סידור ׳תפלה ישרה׳ פונעם הייליגן עצי חיים זי״ע
פתיחת הארון לפיוט היום תאמצנו: הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א חדב״ן
מען האט פארענדיגט מוסף ארום 5:25 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש
ביים טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות שבת און בענטשן די אייניקלעך
אום 7 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד ברך משה שע״י ביתו נאוה קודש צו תפילת מנחה
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ ברוך יודא רייך הי״ו
אלס בעל קורא האט געדינט הרה״ח ר׳ יחזקאל גליק הי״ו פון קרית יואל
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א חדב״ן
לוי: הרה״ח ר׳ יוסף יודא קערנקרויט הי״ו פון לאנדאן
שלישי: הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ אהרן מאנדל הי״ו
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ דוד הערש גליק הי״ו
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה פון תקיעות שופר און ארומגערעדט אז שבת איז גענוג צו דערמאנען זכרון תרועה, דער רבי האט מקדים געווען די רמב״ם וואס ברענגט ביי תקיעות שופר די לשון הגמרא לעולם יראה אדם עצמו כאילו חציו חייב וחציו זכאי עשה מצוה אחת אשריו שהכריע עצמו לכף זכות, און די אנדערע מאן דאמר זאגט עשה מצוה אחת אשריו שהכריע את עצמו ואת כל העולם לכף זכות, אז די חילק איז אז דער וואס טוט א מצוה בלויז פאר זיך, איז חושש נאר אויף שכר ועונש, אבער ווען איינער טוט א מצוה און האט אינזין צו מאכן דערמיט א קיום העולם, האט ער א חלק אין די גאנצע בריאה
און שבת קודש זאגט די אור החיים הקדוש אז די וועלט איז נאר באשאפן געווארן פאר זעקס טעג און יעדע שבת דאס געבט די חיות פארן קיום העולם אויף די קומעדיגע וואך.
האט דער רבי געזאגט אז דערפאר וואס מיר היטן שבת ווייזט מען דאך אז אונז זעמיר חושש אויף קיום העולם דערביער איז ר״ה שחל בשבת גענונג בזכרון תרועה און ספעלט שוין נישט אויס קיין תקיעות שופר ממש
ידיד נפש: הרה״ח ר׳ יחזקאל גליק הי״ו
ביים זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ מאיר שניצלער הי״ו מגבאי הביהמ״ד
נאך מעריב איז די ציבור אדורך גיט יום טוב זאגן
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
אום 11 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שהחיינו טיש מיט א נייע בעקיטשע פאר שהחיינו
הגבהת הכוס צו קידוש הרה״ח ר׳ מיכל וויינגארטען הי״ו
נאך קידוש האט דער רבי טועם געווען פון די שבעת המינים און פארטיילט שריים
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה
דער רבי האט געזאגט תורה
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב שלום אליעזר טייטלבוים שליט״א
יום ב׳
דעם צווייטן טאג ראש השנה אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית אום 8:20 און פארגעזאגט די ברכות
פסוקי דזמרה האט געדאווענט פארן עמוד הרה״ג ר׳ משה פריעדמאן שליט״א מנהל במוסדותינו הק׳
צו שחרית איז צוגעגאנגען הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א און פארגעדאווענט בהתעוררות רב
פתיחה ביי שמו״ע זענען נתכבד געווארן
תחילת חזרת הש״ץ: הרה״ח ר׳ אלסנדר גאלדבערגער הי״ו
פיוט שלחתי במלאכת: הרה״ח ר׳ ישעי קרויס הי״ו
פיוט ואתה הוא אלקינו: הרה״ח ר׳ מנשה וויינגארטען הי״ו
פיוט מלך עליון: הרהלח אהרן הערש כ״ץ הי״ו
פיוט לקל עורך דין: הרה״ח ר׳ מרדכי ציג הי״ו פון לאנדאן
אבינו מלכינו: הרה״ח ר׳ ישעי וויינשטאק הי״ו
מיט הוצאה והכנסה זענען מכובד געווארן
הרב סיני אייזיקאוויטש שליט״א און הרה״ג דוד הוראוויץ שליט״א
ביי קריאת התורה האבן עולה געווען
כהן: הרה״ג ר׳ זושא כץ שליט״א
לוי: הרה״ח ר׳ ישעי קרויס הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ הערשל נידערמאן הי״ו
רביעי: הרה״ח ר׳ יחזקאל גליק הי״ו פון קרית יואל
דער רבי האט עולה געווען חמישי
הגבה ספר א׳: הרה״ח ר׳ מענדל מאיר בראווער הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ דוד שמעון בערגער הי״ו פון לאנדאן
מפטיר: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו
הגבה: הרה״ח ר׳ אייזיק לעפקאוויטש הי״ו
גלילה: הרה״ח ר׳ הערשל פריעד הי״ו
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו המיוחד
אום 1:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תקיעות שופר צום ערשט איז פארגעקומען דער ברית פאר בן הנולד אצל הרה״ח ר׳ אליעזר ליימזעדער הי"ו ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות נאכן ברית האט דער רבי אנגעהויבן למנצח אין פסוקי מן המיצר און קר"ע שטן
דערנאך צוגעגאנגען צו תקיעת שופר ווען אלס בעל מקריא דינט הרה"ג ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ בית המדרש הגדול.
נאך תקיעות שופר האט דער רבי יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף אלס בעל תוקע ביי תקיעת דמעומד האט געדינט הרה"ג ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א ראה"כ סניף בניני זופניק
מ׳האט פארענדיגט אום 5:05 דער ציבור איז אדורך זאגן גיט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש
ביים טיש האט מען געזינגען לדוד מזמור און דער רבי האט געבענטש על הכוס
אום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל גליק הי״ו פון קרית יואל
ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל שרגא רייזמאן הי״ו
דערנאך איז די ציבור אדורך זאגן א גיטע וואך.
~
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
=מאנטאג האזינו ב'=
~צום גדלי'~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:40.
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש שווארץ הי"ו.
ב"ר יחיאל שלום גאלדשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות אשת הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה און באגלייט די מטה פון הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש ע"ה - מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים, פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 8:15.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
הרה"ח ר' צבי עקיבא בראטשטיין שליט"א מנהל מוסדות סאטמאר-בית שמש מהר"א בקודש פנימה פון מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ערב ראש השנה ווען ער האט געברענגט א מנחת ביכורים די סימני החג פון ראש השנה
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א קומט היינט אן קיין מאנסי אויפצונעמען דעם ציבור צו די ימי הרחמים והרצון
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א קומט היינט אן קיין מאנסי אויפצונעמען דעם ציבור צו די ימי הרחמים והרצון
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
לקיים בנו חכמי ישראל:
כ"ק האדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז אנגעקומען צום תל השומר שפיטאל אויף באהאנדלונגען,
ווי עס זעט אויס האט די רבי געליטן פון א לייכטע הארץ אטאקע ה"י,
די ציבור ווערט גערופן מתפלל צו זיין לרפואת מרן מנחם מנדל בן לאה אסתר לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.

- uuuuu.jpg (90.25 KiB) געזען געווארן 1343 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע דריי שעה אינעם תל השומר שפיטאל אויף באהאנדלונגען נאכן ליידן פון א שוואכקייט, האט בחסדי שמים אין די לעצטערע מינוטן פארלאזט דעם שפיטאל אויף וועג צוריק לביתו נאוה קודש אין א גוטע געזונט צושטאנד.דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:16 pm לקיים בנו חכמי ישראל:
כ"ק האדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז אנגעקומען צום תל השומר שפיטאל אויף באהאנדלונגען,
ווי עס זעט אויס האט די רבי געליטן פון א לייכטע הארץ אטאקע ה"י,
די ציבור ווערט גערופן מתפלל צו זיין לרפואת מרן מנחם מנדל בן לאה אסתר לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- סאטמארע נייעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
- x 153
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר''א
*'תחל שנה וברכותיה'*
*יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.*
*'תחל שנה וברכותיה'*
*יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.*
► Show Spoiler
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
viewtopic.php?p=21883#p21883סאטמארע נייעס האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:13 am סאטמאר מהר''א
*'תחל שנה וברכותיה'*
*יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.*
► Show Spoiler
viewtopic.php?p=21884#p21884
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1026
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1527
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
=דינסטאג האזינו ב'=
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ר"י שיעור ד'.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ברוך מרדכי מאיער הי"ו.
ב"ר פנחס גראס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו בבית אביו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 4:45 ביז 10:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 6:30 איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20, און מעריב ארום 9:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל