כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 315
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3493
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טעות (אראפגענומען צוליב פאון-נומער).
-
ממעמקים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
- Location: ברוקלין
- x 649
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווען וועט ארויסקומען באריכט וועגן די אפגעשטופטע געריכט? אזא לעט-דאון
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א גרויס חלק דאווענען לאזן זיי זיכער אויס, זיכער די תפילות וואס די אבן עזרא האט פארפאסט...דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 1:26 am וואס זאגן די יוצאים צו א ראש השנה ביי כלל ישראל?
זיי האבן געדאוונט געהעריג אין די בתי מדרשים?
זיי האבן געקענט די נוסח?
זיי פלעגן זאגן יוצר אין בבל? אויב יא האבן זיי אויך געמישט צענדליגער פעידזשעס ביים אויסלאזן די פיוטים פאר מלכיות זכרונות שופרות?
ברלנד
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 209
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 3083
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס האט גיהאט צו טוהן מיט געוויסע זאכן וואס מהאט גיפיילט צום קוירט ממש שפעט, אפילו אויב די קורט וואלט זיך יא אנגיהויבן וואלט עס נישט גיווארן גיענדיקט ערב יום טוב
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1582
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15979
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זכרונות... ווען ר' שמואל פוקס איז געגאנגען מיט בחורי כנישתא חדא באזוכן די ארגינעלע בבל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!

מען רעדט פון עטליכע ערוואקסענע אן קינדערשקיעה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 12:01 amסתם אויב די ווילסט ענטפערן די מיעוטא דמיעוטא איז דא עפעס א פלאן זיי זאלן אויך אפלאזן די גאנצע כת אדער די עסקנים האבן שוין מער ווייניגער געענדיגט זייער הייליגע ארבייט?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 24, 2025 11:46 pmיעדער האט זיך זיין סיבה, שריפטן וכדו'
עס איז אויך דא א מיעוטא דמעוטא וועלעכע עקש'נען זיך צו בלייבן, פון זיי רעדט איך נישט.
זיי גייען אלע גיין אין די נעקסטע 2 חדשים
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
Antwerp Boy
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 5:08 am
- Location: Antwerp
- x 106
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווען איז דאס געווען?על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 3:12 am
זכרונות... ווען ר' שמואל פוקס איז געגאנגען מיט בחורי כנישתא חדא באזוכן די ארגינעלע בבל
-
נישט אינטערעסירט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
- Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
- x 371
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר' שמואל איז פיינע נייעס!!
ביטע מער מסביר זיין ווען דאס איז געווען און ווער זענען די אלע חברה מיט די מלבושים דארט.

שוין איינמאל אינטערעסירט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די טייערע יוצאים זענען ארויס פון התפעלות מיטהאלטנדיג א הייליגע ווארימע דאווענען צוזאמען מיט כלל ישראל.דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 1:26 am וואס זאגן די יוצאים צו א ראש השנה ביי כלל ישראל?
זיי האבן געדאוונט געהעריג אין די בתי מדרשים?
זיי האבן געקענט די נוסח?
זיי פלעגן זאגן יוצר אין בבל? אויב יא האבן זיי אויך געמישט צענדליגער פעידזשעס ביים אויסלאזן די פיוטים פאר מלכיות זכרונות שופרות?
טייכן טרערן האבן זיך געגאסן ביים דאווענען בשעת'ן צוריקטראכטן וויפיל זיי האבן גע'פועל'ט פאריגע יאר ראש השנה, און וויפיל קען מען נאך פועלן.
מיט בכיות האט זיך איינער פון די יוצאים אויסגעדרוקט: ווי בין איך געווען אלע יארן??? פארוואס האט מען מיר נישט פארגונען אזעלכע תפילות ביז היינט???
א צווייטער האט נאר געוואלט וויסן פארוואס די גאנצע ביהמ"ד פון הונדערטע אידן, איז מסכים צו מאכן די שפיל ווי כאילו זיי דאווענען אזוי לאנג, אלעס פאר 3 אידן פון לב טהור, אתמהה?!
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פיינע נייעס. ר' שמואל האט געהאט א גוד-טיים...על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 3:12 am זכרונות... ווען ר' שמואל פוקס איז געגאנגען מיט בחורי כנישתא חדא באזוכן די ארגינעלע בבל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך זיך צו באקומען די בגדי לב טהור, אויב א יוצא וויל מיר עס פארקויפן בכסף מלא. ביטע שיקט א פריוואטע מעסעזש.
ישר כח
ישר כח
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@אסמכתא בעלמא ביטע מאכן א באזונדערע אשכול פאר די טעמא פון אבן עזרא, היה עם פיפיות און יוצרות
געבטס א לייק אלץ איינשטימונג
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 898
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 2028
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
viewtopic.php?p=208089#p208089גרינטליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:50 pm@אסמכתא בעלמא ביטע מאכן א באזונדערע אשכול פאר די טעמא פון אבן עזרא, היה עם פיפיות און יוצרות
געבטס א לייק אלץ איינשטימונג
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יישר כחאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 5:15 pmviewtopic.php?p=208089#p208089
די עולם לייקט נאך יעצט צו ארויסווייזען ווי משעצט דיין געטריישאפט, פאר'ן עולם
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 314
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 1088
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר @שמואל פוקס האט געזאגט אויף קווארטל אז די מנהל פון חדר האט איהם שטארק פארדאמט נאך דעים באזיך זאגענדיג פאר די קינדער אז ער איז פונעם עירוב רב
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נאך א אינטערעסאנטע קרישטקעלע.עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 11:26 amדי טייערע יוצאים זענען ארויס פון התפעלות מיטהאלטנדיג א הייליגע ווארימע דאווענען צוזאמען מיט כלל ישראל.
טייכן טרערן האבן זיך געגאסן ביים דאווענען בשעת'ן צוריקטראכטן וויפיל זיי האבן גע'פועל'ט פאריגע יאר ראש השנה, און וויפיל קען מען נאך פועלן.
מיט בכיות האט זיך איינער פון די יוצאים אויסגעדרוקט: ווי בין איך געווען אלע יארן??? פארוואס האט מען מיר נישט פארגונען אזעלכע תפילות ביז היינט???
א צווייטער האט נאר געוואלט וויסן פארוואס די גאנצע ביהמ"ד פון הונדערטע אידן, איז מסכים צו מאכן די שפיל ווי כאילו זיי דאווענען אזוי לאנג, אלעס פאר 3 אידן פון לב טהור, אתמהה?!
פאר א גרויס חלק פון די יוצאים איז עס געווען די ערשטע מאל וואס זיי האבן געהערט ברכת כהנים, קומענדיג פון א פלאץ וואס איז געווען כהנים-לאז...
זאגט מיר איינער: איך האב געהאט א משוגענע תאוה צו כאפן א בליק זעהן וואס די כהנים טוהן דארט...
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
https://toirem.org/23423
דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
-
סאלי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
- Location: KJ
- x 175
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א באריכט פון גוואטומאלע איז דא עפעס באריכטן פון יום טוב ראש השנה אין ווייטן גוואטומאלע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זייער א אינטערעסאנטער חידושעסקן נמרץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 8:33 pmנאך א אינטערעסאנטע קרישטקעלע.עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 11:26 amדי טייערע יוצאים זענען ארויס פון התפעלות מיטהאלטנדיג א הייליגע ווארימע דאווענען צוזאמען מיט כלל ישראל.
טייכן טרערן האבן זיך געגאסן ביים דאווענען בשעת'ן צוריקטראכטן וויפיל זיי האבן גע'פועל'ט פאריגע יאר ראש השנה, און וויפיל קען מען נאך פועלן.
מיט בכיות האט זיך איינער פון די יוצאים אויסגעדרוקט: ווי בין איך געווען אלע יארן??? פארוואס האט מען מיר נישט פארגונען אזעלכע תפילות ביז היינט???
א צווייטער האט נאר געוואלט וויסן פארוואס די גאנצע ביהמ"ד פון הונדערטע אידן, איז מסכים צו מאכן די שפיל ווי כאילו זיי דאווענען אזוי לאנג, אלעס פאר 3 אידן פון לב טהור, אתמהה?!
פאר א גרויס חלק פון די יוצאים איז עס געווען די ערשטע מאל וואס זיי האבן געהערט ברכת כהנים, קומענדיג פון א פלאץ וואס איז געווען כהנים-לאז...
זאגט מיר איינער: איך האב געהאט א משוגענע תאוה צו כאפן א בליק זעהן וואס די כהנים טוהן דארט...
איז דא א מיוחדיגער סיבה דערפאר אדער וויל עס איזנטאקע נישט אזא גרויסע קהילה איז עס פונקט אזוי געווען
(אפשר ווייל זיי טארען נישט חתונה האבען מיט א גרושה וד"ל)
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 314
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 1088
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@מנחם גאלד רעד און מאמענט [טעלערלעך] פון א חבר וואס פילט מורהדיג שלעכט אויף זאכן וואס ער האט געטון מצער צו זיין מענטשען און אז ער האט עס נאר געטון ווייל אנדערע האבן געהייסן און ער וויל אנדערע זאלן עס אויך פארשטיין די זעלבע זאך בעטן אונז דער אייבערשטער...
-
שקיעה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
- Location: Monsey
- x 177
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זעלבע געטראכט…וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 27, 2025 10:00 pm @מנחם גאלד רעד און מאמענט [טעלערלעך] פון א חבר וואס פילט מורהדיג שלעכט אויף זאכן וואס ער האט געטון מצער צו זיין מענטשען און אז ער האט עס נאר געטון ווייל אנדערע האבן געהייסן און ער וויל אנדערע זאלן עס אויך פארשטיין די זעלבע זאך בעטן אונז דער אייבערשטער...
- גראד צום זאך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
- x 178
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מנחם גאלד
- פיילס
-
- Screenshot_20250927_205842_WhatsApp.jpg (230.65 KiB) געזען געווארן 1335 מאל
-
מפורסם של אמת
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 09, 2025 4:26 pm
- Location: Israel
- x 11
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך מיין מען קען טוישן די קעפל , אויף הצלת יהודי גוואטעמאלע, איך מיין אז עס איז ניט איבער געליבן מער ווי 6 גאנצע משפחות אונדרויסן פון תפיסה דארט, וואס האלטן פון דיר כת, 6 משפחות מיינט ניט א כת , עס מיינט 6 משיגועים, פון דער אנדערע זייט איז דא אסך מער וואס ווילען ארויסגיין פון דארט, אויך יודן פון גוואטעמאלע און אמריקה וואס דארפן הילף, איז ריפן די אשקול מיט א גוויסע נאמן וועגן די 6 משפחות מאכט ניט שכל
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1582
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15979
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איין פארדרוסלעכער טעות. מען רעדט נישט ח''ו פון קיין 6 משוגעים, נאר פון נארמאלע געשמאקע מענטשן, וועלעכע זענען ליידער געפאלן א קרבן צו אן אכזריות'דיגע קולט, און ס'איז זיי ליידער גאר שווער ארויסצוקומען. מיר גייען זיי פראבירן צו העלפן מיט אלע כוחות בעז''ה.מפורסם של אמת האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 1:50 pm איך מיין מען קען טוישן די קעפל , אויף הצלת יהודי גוואטעמאלע, איך מיין אז עס איז ניט איבער געליבן מער ווי 6 גאנצע משפחות אונדרויסן פון תפיסה דארט, וואס האלטן פון דיר כת, 6 משפחות מיינט ניט א כת , עס מיינט 6 משיגועים, פון דער אנדערע זייט איז דא אסך מער וואס ווילען ארויסגיין פון דארט, אויך יודן פון גוואטעמאלע און אמריקה וואס דארפן הילף, איז ריפן די אשקול מיט א גוויסע נאמן וועגן די 6 משפחות מאכט ניט שכל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 315
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3493
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דעם שבת ביי די סעודה, האב איך פארברענגט מיט עטליכע בחורים יוצאי גואטאמאלא. מיר האבן דורכגעשמועסט דאס לעבן אין אמעריקע, קעגן דאס לעבן אין גואטאמאלא. שמועסנדיג איז ארויסגעברענגט געווארן אן אינטערעסאנטע ענין, וואס איך וויל מיטטיילן מיטן ברייטן ציבור.
דאהי אין אמעריקע איז איינגעפירט, אז די קינדער גייען אין קעמפ במשך דעם זוממער, וואו מען לופטערט זיך אויס אויף עטליכע חדשים ביז מען קומט אהיים צוריק, צו דעם געווענליכן לעבן פון א גאנץ יאר. אין די קעמפס איז איינגעפירט, אז יעדע קעמפ נעמט א נושא, וואס דערויף באציט זיך דאס גאנצע זוממער, אלע אקטיוועטיס און אלעס וואס מען טוט, פארמאגט א שייכות מיט דעם נושא וואס מען האט אויסגעקליבן, און די גאנצע הנהלה שטעלט זיך צו, צו אט דער דאזיגער נושא. איינעם נעמט די טעמע פון "הרים - בערג", און אלעס דרייט זיך ארום בערג, אנדערע נעמען "ארצות - לענדער", אדער יעדע אנדערע אינטערעסאנטע נושא, און אלעס דרייט זיך ארום דעם. אלע מדריכים און איינגעשטעלטע, שטעלן זיך צו דערצו און ארבעטן מיט די טעמע וואס מען האט אויסגעקליבן דאס יאר פארן קעמפ.
אויך איז איינגעפירט אין די זוממער קעמפס, אז איינמאל אינעם זוממער מאכט מען א גרויסן "קאלערוואר", בשעת מען פראבירט איינצורעדן פאר אלע קינדער א געוויסע געשעהעניש וואס שפילט זיך יעצט אפ, מען ציט אן די נערוון פון די גאנצע קעמפ, ביז מען ברעכט אויס מיט פאטאס, "קאלעוואר" - עס איז אלעס געווען א שפיל, און אלע קינדער לאכן, שרייען און פרייען זיך, און די שמחה איז גרויס.
עס איז ארויסגעברענגט געווארן, אז לב-טהור איז געווען איין גרויסע זוממער קעמפ, וואס האט אנגעהאלטן צוועלף יאר. אנגעהויבן האט זיך עס, ווען מען האט ארויסגענומען דעם גאנצן עולם צו א גרויסן קעמפ, ארויספארנדיג מיט באסעס צו דעם ווייטן גואטאמאלא, דארט וואו מען וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה אין די קומענדיגע יארן. מען האט געפירט דעם עולם צו א גרויסן קעמפ קאמפלעקס, וואו מען האט זיך געפינען אויף אן ארעי'דיגע אופן, אן קיין געהעריגע הייזער און איינרישונגען, ממש אזוי ווי אין די זוממער קעמפס. דער עולם האט געלעבט אויף א בשותפות'דיגע קאסע, קיינער האט נישט געארבעט און געברענגט קיין געלט, פונקט אזוי ווי די אפרוה חדשים אין אמעריקע.
די טעמע פון די קעמפ איז געווען "בבל", אויף די נושא איז געלאפן די גאנצע קעמפ. אויפן טויער פון קעמפ איז ארויפגעשטעלט געווארן א גרויסן שילד, "בבל"- דא געפינט זיך די היסטארישע לאנד "בבל". די גאסן האט מען גערופן אויף אלטע בבלי'שע נעמען, ווי "רחוב יחזקאל הנביא", אדער "שביל עולי בבל" און נאך. דעם רבי'ן האט מען א נאמען געגעבן "חכם", אזוי ווי אין בבל. דער ראש-המדריכים האט געטראגן דעם נאמען "ריש מתיבתא", בשעת די אנדערע מדריכים אונטער אים, ווערן אנגערופן מיט בבלי'שע נעמען, ווי "ריש סידרא, ריש כלה, אב-בית-דין, ספרא דדיינא" און צום לעצט "שר הצבא".
די שיעורים פאר די קעמפערס האבן מער נישט געהייסן "שיעור" חס-ושלום, מען האט עס גערופן אויף בבלי'שע נעמען , אזוי ווי "פירקא" אדער "כלה" (אזוי האט געהייסן די שיעורים אויפן ארט), צעטליך זענען ארויסגעשטעלט געווארן, ווען עס וועט פארקומען א "פירקא" אדער א "כלה". פון צייט צו צייט פלעגט פארקומען א ישיבת "הקהל", וואו מען האט דורכגערעדט פארשידענע תקנות פאר די קעמפ.
כדאי עס צו מאכן מער אינטערעסאנט און פאן, האט מען איין טאג באשלאסן צו טוישן די קליידער, צו אלטע בבלי'שע קליידער, יעדער האט געהאט א "סידרא" מיט א "גלימה", ממש אזוי ווי אין בבל אינדערהיים, עס האט אויסגעקוקט אזוי עכט און אינטערעסאנט, אז ס'איז געווען ממש "בבל" כתיקונה. עס איז אויך געווען ארגאניזאציעס ווי "עולי בבל" וכדו'. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט.
ערגעץ אינמיטן קעמפ, האט מען געמאכט א ריזיגע קאלעוואר. דאס איז געווען בשעת מען האט געמאלדן פאר די גאנצע קעמפ, אז מען גייט זיך ארויסלאזן אין וועג, און פארן צו די אמת'ע בבל (קורדיסטאן). מען האט גענומען באסעס פאר די גאנצע עולם. דאס איז נישט געווען סתם, מען האט עס געמאכט זייער דראמאטיש, מען האט געזאגט פארן עולם אז מען דארף אנטלויפן, ווייל די שונאים זענען געקומען מלחמה האלטן און מען גייט אייננעמען די פלאץ. מען האט איינגעטיילט די קעמפערס אין טימס, איין טים האט זיך פארשטעלט ווי גוים און זיך געשווערצט, אנדערע זענען אנטלאפן דורך די וואלד... עס איז געווען אסאך פאן...
די קאלעוואר איז נישט געגאנגען איינס צוויי דריי, עס האט גענומען עטליכע יאר, בשעת מען האט ארומגעפירט דעם עולם אהער און אהין, איינרעדנדיג פאר יעדן אז מען איז אויף די וועג צו די עכטע "בבל". נאך א יאר און א האלב, האט מען אויסגעשריגן פארן גאנצן קעמפ, "קאלערוואר" - מען פארט צוריק אין קעמפ... ס'איז אלעס געווען א דזשאוק!
צוועלעף יאר האט גענומען די קעמפ, ביז די וואקאציע איז געקומען צו אן ענדע. מען האט געמאלדן דעם גאנצן עולם, אז מען פארט צוריק אהיים פון קעמפ. יעדער איינער צו זיין לאנד, זיין שטאט, צוריק צו די נארמאלע לעבן, נארמאלע קליידער, נארמאלע חדר און סקול. צוריק צו רעאליטי.
דאס אלעס האבן מיר ארומגערעדט שבת (מיינט נישט חס-ושלום, אז בלויז דאס האבן מיר געשמועסט שבת ביי די סעודה. מיר האבן אויך גערעדט ערנסטע דיבורים און הייליגע רייד. איך ברענג בלויז וואס עס איז אינטערעסאנט דא פארן עולם צו הערן...)
אנדערע האבן צוגעלייגט, אז די טעמע פונעם קעמפ אינעם פאריגן וואקאציע, איז געווען "רימנוב", בשעת מען האט געמאכט אן עסק פון בגדי צניעות, אזוי ווי דער רבי ר' מענדעלע רימנובער, און מען האט געלייגט א דגש אויף התבטלות, אזוי ווי דער רבי ר' הערש, און יגיעה בתפילה ווי דער רבי ר' הערש משרת. אויך האט מען געגעבן רימנובער נעמען פאר מענטשן, ווי "מנחם ציון" אדער "רימנובער" און דאס גלייכן.
בקיצור, אנדערע קעמפס קענען זיך לערנען פון דארט, ווי אזוי צו פירן א קעמפ, און ווי געשמאקע אקטיוויטעטן מען קען מאכן פאר די קינדער. מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס. עס איז געווען געפלאנט דארט אייגענע געלט, ווי א "מנה, זוז" וכו', און זאגאר אן אייגענע באנק. עס איז נישט אויסגעפירט געווארן לידי מעשה.

פאלגנד איז א קונטרס מיט קורצע הלכות און מנהגים פאר יום הכיפורים, צוגעלייגט וויכטיגע הלכות ומנהגים פאר יוצאי לב טהור.
די הלכות איז געבויט אויף די קונטרס פון די קרית יואל בית הוראה מיט פארשידענע הוספות.
אויב האט איינער נאך נקודות וואס פעלן, אדער וויל זיך איינער מנדב זיין עס אויסצושטעלן ווי א שיינע קונטרס, קען ער קומען אין פרייוועט.

- סדר יום הכיפורים מיוחד ליוצאי לב טהור.pdf
- (1.39 MiB) דאונלאודעד 881 מאל