באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 854
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1600

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

יעצט איז געווען אויף א באזוך ביי כ"ק רבינו מ'סאטמאר שליט"א מהר"א הגה"צ חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 341

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פרייליך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:12 pm יעצט איז געווען אויף א באזוך ביי כ"ק רבינו מ'סאטמאר שליט"א מהר"א הגה"צ חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ וויליאמסבורג שליט"א
עס איז געווען א שיינע באזיך? בילדער איז נישט געווען ?
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר''א
=מיטוואך האזינו א'=
~ד' דסליחות~

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:20.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
ב"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו.

דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי הנחת תפילין בחצרות ראחמיסטריווקא - סקווירא, און סיפורים פון הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ"ז אלול.

נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען צום 'אשת חיל בנין אהל פעסיל לאה' קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פארן נייעם פליגל וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן,
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אינעם גאנצן פליגל און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת לטובת די קימפעטארינס און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מהנהלת הווילעדזש וואס האט אהערגעשטעלט דעם גאנצן בנין, און פון הרה"ח ר' נפתלי צבי אפענהיים הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם קימפעטארין היים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטעס פון וויפיל קימפעטארינס האבן זיך באנוצט מיט קימפעטארין היים די לעצטע יאר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן אנוועזנדן ציבור.

זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין לברך ולהתברך הרה"ג ר' חיים מאיר האגער שליט"א - רב דביהמ"ד וויזניץ בשכונת זרע קודש, בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי בחצר וויזניץ, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 11:50.

~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1721
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2847

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך טיפע טאשן »

כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט אנגעהויבן גיין מיט ווייסע זאקן אינדערוואכן כמנהג אבותיו הקדושים זי"ע,

די חסידים זאגן אז ביז יעצט האט ער נישט אנגעטון אזוי ווי זיין רבי הרה"ק בעל ה'אמרי חיים מויז'ניץ זי"ע.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 184

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

ארבעט ביים סוכה הגדולה - סאטמאר מהר''יי
unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (249.31 KiB) געזען געווארן 1167 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 801

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Joel »

לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:38 pm ארבעט ביים סוכה הגדולה - סאטמאר מהר''יי
unnamed (20).jpg
ווי גייט זיין די סוכה ?
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 184

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

Joel האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:44 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:38 pm ארבעט ביים סוכה הגדולה - סאטמאר מהר''יי
unnamed (20).jpg
ווי גייט זיין די סוכה ?
ווי יעדע יאר ביים ביים תת
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1063
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1136

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איך »

לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:45 pm
Joel האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:44 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 2:38 pm ארבעט ביים סוכה הגדולה - סאטמאר מהר''יי
unnamed (20).jpg
ווי גייט זיין די סוכה ?
ווי יעדע יאר ביים ביים תת
**** לעצטע יאר
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

מיטוואך און דאנערשטאג פרשת האזינו א׳

מיטוואך פרשת האזינו א׳

דער רבי איז אריינגעקומען צו אמירת סליחות און ביהמ״ד הגדול אום 6:10 בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אהרן גרשון ענגעל הי״ו

אום 8:15 איז דער אריינגעקומען צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
נאך לדוד השם האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול

און די פארמיטאג שעות האט אנגעריפן דעם רבין מחותנו הגה״צ ר׳ משה קאהן שליט״א ר״י תולדות אהרן און אויך האט אנגעריפן מחותנו הגה״צ ר׳ ישראל יצחק לייפער שליט״א מ׳חוסט לברך ולהתברך בברכת השנה

אום 5:30 נאכמיטאג זענען אריין אל הקודש פנימה די משוררים פון בחצרות קדשינו פארזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים הנוראים הבעל״ט
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש
בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ פנחס שפיטץ הי״ו
נאך מנחה איז געווען זמני כניסה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון ביז 11 אזייגער אויפדערנאכט
בין הנכנסים איז אריין הגה״צ ר׳ יקותיאל יודא פילאפף שליט״א חבר הבד״ץ ובעמח״ס מכלל יופי לברך ולהתברך בברכת השנה
אום 9 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ שרגא פייוויל שטראסער ני״ו

דאנערשטאג פרשת האזינו א׳

אום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת סליחות און ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחורים התאומים
בן הרה״ח ר׳ יואל בר״מ בראך הי״ו
אום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
פתיחה: מו״ה שלום מייזעלס הי״ו
כהן: מו״ה יצחק ברוין הי״ו
לוי: מו״ה יצחק שלום טירנוער הי״ו
שלישי: הבחור הבר מצוה יעקב בר״י בראך הי״ו
דערנאך זענען אריבער די געסט גומל בענטשן און שלום גענומען פון רבין
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הבחור הבר מצוה שמואל בר״י בראך ני״ו
נאך לדוד השם האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו המיוחד געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה כנהוג
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בחורים גבאי הישיבה גדולה ח״א ווי זיי האבן איבערגעגעבן פארן רבין א כוללות קוויטל פון די הונדערטער תלמידי הישיבה ח״א וואס האבן זיך פארגענומען קבלות בעניני טעכנעלאגיע און דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו

אום 5:30 איז געווען זמני כניסה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון ביז 7:15

אום 7:25 איז דער רבי אנגעקומען צום ניי איבערגעבויטן ביהמ״ד ׳תהילת יואל׳ דקהלתינו הק׳ ווי דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ משה יוסף הירש הי״ו
נאך מנחה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אינעם נייעם היכל הביהמ״ד און די שטיבלעך און געווארן צוגעוויזן דורכן משמש הרה״ח ר׳ יצחק שלמה לויפער הי״ו דערנאך האט דער רבי געקלאפט א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם היכל הביהמ״ד
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ זושא כ״ץ מו״ץ בקהלתינו הק׳
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט בענין חנוכת בית מקדש מעט און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און אלע מתפללי הביהמ״ד
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר די נדבנים און עסקני הביהמ״ד
אום 8:25 האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט ווייטער געזעגענט ביז שפעט אויפדערנאכט
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הרה״ח ר׳ יואל זופניק ני״ו.

~🌴🌴~
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

🌴בצל הקודש🌴 סאטמאר מהר"א
=דאנערשטאג האזינו א'=
~ה' דסליחות~

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ראטענבערג הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגע בחורים פון ארה"ק וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 9:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

~🌴~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי התרת נדרים, היינט ערב ראש השנה נאך תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בילדער גאלעריע צו זעהן און צו דאונלאודן
https://www.filemail.com/d/dtmedlkrfdqifit

ווידיאו
פיילס
IMG-20230915-WA0011.jpg
IMG-20230915-WA0011.jpg (304.66 KiB) געזען געווארן 921 מאל
IMG-20230915-WA0012.jpg
IMG-20230915-WA0012.jpg (347.83 KiB) געזען געווארן 921 מאל
IMG-20230915-WA0015.jpg
IMG-20230915-WA0015.jpg (285.74 KiB) געזען געווארן 921 מאל
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר''א

*מיטוואך האזינו ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
ב"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין בחצרות ראחמיסטריווקא וסקווירא, און סיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט בו ביום.

אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי רבני וועד המקוואות שע''י בית הוראה דקרית יואל און האבן געצייגט פארן רבי'ן די נייע 'לוח טבילת כלים' וועלכע די רבנים האבן אהערגעשטעלט בעידודו פון רבינו שליט''א, דער רבי האט געגעבן פארשידענע הוראות און ארויסגעברענגט לשבח איבער די געוואלדיגע זיכוי הרבים וואס וועט ארויסקומען און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער צום 'אשת חיל' קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פאר א פרישע אפטיילונג פון 16 נייע צימערן אינעם 'בנין פעסיל לאה' אינעם אשת חיל קאמפלעקס, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פרישן הערליכן שטאק און די רחבות'דיג צימערן און אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת, און באגלייטונג פון די אשת חיל אדמיניסטראציע און די הנהלת הקריה וועלכע שטייען בראש פונעם פראיעקט, דאן האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערביי האט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו ווילידזש אדמיניסטראטער פארגעשטעלט פאר'ן רבי'ן די געוואלדיגע דערגרייכונגען ביז אהער און געצייגט א פונקטליכע רשימה איבער די אקטיוויטעטן ביז אהער און די ציפערן וויפיל קימפעטארינס באניצן זיך מיט אשת חיל איבער'ן יאר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

אויפן וועג ארויס האט די הנהלת הקריה צוגעוויזן פארן רבי'ן די גרויסע שטח רעכטס פונעם בנין וואס ווערט געפלאנט אויפצובויען נאך א ריזיגע בנין אינעם 'אשת חיל' קאמפלעקס, צו קענען אקאמאדירן נאך טויזענטער רעזערוואציעס איבערן יאר.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו.
הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א לברך ולהתברך בפו"פ לברכת השנים.

אויך איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים הרה''צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א ר''י וויזניץ בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי בחצר וויזניץ, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 11:50.

*דאנערשטאג האזינו ה' סליחות*

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ראטענבערג הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער בחורים תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש, נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 9:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1511

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 12:02 pm סאטמאר מהר''א

viewtopic.php?p=21294#p21294

viewtopic.php?p=21667#p21667
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 12:10 pm
סאטמארע נייעס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 12:02 pm
► Show Spoiler
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
viewtopic.php?p=21294#p21294

viewtopic.php?p=21667#p21667
פעלט עטליכע זאכן דארט
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

~החותך חיים לכל חי~

די נייע גאלדענע מעסער לכבוד ראש השנה וואס הרבני הנגיד ר' ישראל בער רייזמאן מרשי עסקני סאטמאר האט געברענגט פאר כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א
פיילס
9575.jpeg
9575.jpeg (51.26 KiB) געזען געווארן 859 מאל
9576.jpeg
9576.jpeg (83.09 KiB) געזען געווארן 859 מאל
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

התרת נדרים ביי האדמור מבאבוב
IMG_20230917_235443_719.jpg
IMG_20230917_235443_719.jpg (264.15 KiB) געזען געווארן 752 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

האדמ"ר מסעדרעהאלי
IMG_20230917_235559_516.jpg
IMG_20230917_235559_516.jpg (243.14 KiB) געזען געווארן 751 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

סקולען
IMG_20230917_235640_690.jpg
IMG_20230917_235640_690.jpg (221.79 KiB) געזען געווארן 751 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

משכנות הרועים
IMG_20230917_235659_909.jpg
IMG_20230917_235659_909.jpg (233.64 KiB) געזען געווארן 751 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

שבט הלוי
IMG_20230917_235725_238.jpg
IMG_20230917_235725_238.jpg (269.52 KiB) געזען געווארן 751 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

הרה"צ אב משה קאהן אב"ד תולדות אהרן איז אריין אל הקודש פנימה פון מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ערב ראש השנה און געברענגט א 'מנחת ביכורים' בשליחות הקודש פון אביו כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א א ראש כבש און האניג לכבוד יו"ט ראש השנה
IMG_20230917_235754_221.jpg
IMG_20230917_235754_221.jpg (103.58 KiB) געזען געווארן 750 מאל
IMG_20230917_235754_060.jpg
IMG_20230917_235754_060.jpg (94.91 KiB) געזען געווארן 750 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

ברכת השנה פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
IMG_20230917_235952_529.jpg
IMG_20230917_235952_529.jpg (152.18 KiB) געזען געווארן 750 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

עס איז געהאנגען געווארן און פארשפרייט בשם די "עדה החרדית" אז אי"ה דעם קומענדיגען ליל שישי אור לז' תשרי וועט מרן פוסק הדור כ"ק הגה"ק הגאב"ד שליט"א משמיע זיין כמידי שנה בשנה דעם "שבת שובה דרשה" אין היכל מהרי"ץ דושינסקיא אום ניין אזייגער אויפדערנאכט בענין "ספיה לקטן ביוהכ"פ" און דערנאך משמיע זיין דברי חיזוק והתעוררות פאר די בני העדה החרדית צו די נייעם יאר און אויף די פירצות וואס כאפט זיך אריין.

די דרשה וועט פארקומען אין ביהמ"ד דושינסקיא אזוי ווי די מנהג פונעם פאריגן גאב"ד מרן בעל השערי טוביה זצוק"ל.
IMG_20230918_000044_204.jpg
IMG_20230918_000044_204.jpg (96.36 KiB) געזען געווארן 747 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

מרן גאב"ד ירושלים ביי תפילת מעריב מוצאי ראש השנה
Screenshot_20230918_000300_Plus.jpg
Screenshot_20230918_000300_Plus.jpg (250.6 KiB) געזען געווארן 745 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13047
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31773

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך ניקל »

נעילת החג און תולדות אהרן
IMG_20230918_000418_878.jpg
IMG_20230918_000418_878.jpg (256.71 KiB) געזען געווארן 1902 מאל
שרייב פאוסט