איך מיין צו פרעגן, אז לויט די דעמאלטס'דיגע באשמיצענגען האט נישט אויסגעקוקט אז זיי זענען אום שילדיג, און פליצלינג ווערן זיי אומשילדיג, עפעס שמעקט דא פאלש,זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:44 pmס'פרעגסטו דא? ווייל ס'האט נישט נוגע געוועזןגעגאנגער ווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 1:21 pmאיך בין אינגאנצן מיט אייך, איך פארשטיי נאר נישט איין נקודה,על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 1:34 pm איך וויל ארויסברענגן א נקודה וואס איז לכאורה פשוט, אבער למעשה פארזען דאס אסאך מענטשן.
מענטשן פרעגן היתכן יענער און יענער פון די הנהלה האט מען אזוי באשמוצט און ווען יענער בעקט אראפ באזינגט מען אים אלץ צדיק הדור. דאס אז מען איז אים מוחל קען מען נאך אראפשלינגען, אבער פארוואס דארף מען זיי אזוי משבח זיין? די תשובה אויף דעם איז אז נישט יעדן פון די הנהלה באזינגט מען טאקע, עס איז דא גענוג וועלעכע האבן פארלאזט לב טהור און מען רעדט פשוט נישט פון זיי. וועמען באזינגט מען יא? נאר די עטליכע וועלעכע האבן חוץ די חלק פון אראפבעקן אויכעט גענומען אויף זיך די עבודת העסקנות, געארבעט הונדריטער שעות אריכות ארויסצוראטעווען גאנצעטע משפחות פון גווטאמאלא, טראץ דעם וואס עס האט זיי געקענט קאסטן די פרייז פון פארלירן די אייגענע ווייבער! אזא איינעם קומט זיך קלאר שבחים.
פארשטייסט?
די געוועזענע חברי הנהלה, וואס מ'איז יעצט משבח, און איך בין מודה אז ס'קומט זיך זיי די שבחים,
איז מען ביזי פארענטפערן אז וואס זיי פלעגן טון זענען זיי נישט שילדיג און מ'האט זיי עס ארויפגעצווינגען וכו' וכו',
אויב איז דאס אמת, פארוואס האט מען עס נישט געזאגט אויף זיי ווען זיי זענען נאך געווען אין די הנהלה?
ס'קען זייך איך האב פשוט נישט ארויס די נושה, וועגן דעם פרעג איך