בלאט 43 פון 217
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 9:53 am
דורך שאינו יודע לשאול
אן אדוואקאט וועלכער איז געגאנגען זיך טרעפן מיט אן ארעסטאנט אין רייקערס איילענד, איז פארהאלטן געווארן אין א טורמע צעל פאר עטליכע שעה, ווען א שמעק הונט האט אויפגעכאפט עפעס פארדעכטיגט אין זיינע פאפירן, און א טעסט דערויף האט געוויזן אז עס אנטהאלט שעדליכע דראג מאטריאל.
דער לויער איז אנגעקלאגט געווארן דערויף, אבער א טאג בעפאר די געריכט איז צוריקגעקומען די גרינטליכערער טעסט וואס האט אויפגעוויזן די ערשטע באשולדיגונג אלס פאלש.
דער לויער זאגט אז ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אזא טעות פאסירט אין רייקעס, און אז זיין רעפוטאציע איז שווער געשעדיגט געווארן פון דער אינצידענט, און ער גרייט זיך רייך צו ווערן אויפן חשבון די טעות.

- 03met-rikers-lawyer-wmkv-superJumbo.jpg (277.15 KiB) געזען געווארן 743 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 10:04 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראץ די מעסעדזש פון טראמפ נעכטן אז היינט 12:00 וועלן די טאריפ'ס אריינגיין אין קראפט, נאך די ענדע פון דער ניינצעג טאג דעדליין, האט קאמערץ סעקרעטאר לוטניק געמאלדן אז די דעדליין איז אפגעשטופט געווארן צו אוגוסט 1, צו געבן א געלגנהייט פאר נאך לענדער צו שליסן אן אפמאך.

- unnamed - 2025-07-07T100112.817.png (250.13 KiB) געזען געווארן 736 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 10:09 am
דורך שאינו יודע לשאול
קער קאונטי, טעקסאס: קעמפ מיסטיק האט געמאלדן אז אמווייניגסטנס 27 סטודענטן און שטאב זענען באשטעטיגט אלס אומגעקומען אין די פארפלייצונגען, בעת כאטש צען ווען נאך געזוכט.
ארום 165 סטודענטן און איינגעשטעלטע זענען עוואקואירט געווארן דורך העליקאפטער, א מיידל איז געפונען געווארן לעבעדיג נאכן שווימען אויף א מאטראץ פאר שעות, און א מאמע און איר זון זענען געראטעוועט געווארן דורכן זיך אנהענגן אויף א בוים ביז הילף איז אנגעקומען.

- קעמפ מיסטיק
- unnamed - 2025-07-07T095444.980.jpg (241.59 KiB) געזען געווארן 735 מאל

- unnamed - 2025-07-07T095645.572.jpg (490.03 KiB) געזען געווארן 735 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:07 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון דער געוועזענער בראזיליאנער פרעזידענט יאיר באלסענערא, וועלכער שטייט אויס א געריכט איבער אן אנגעבליכער פרואוו צו אומווארפן די רעגירונג, און א צוגאב באשולדיגונג אויף פירן א שפיאנאזש רינג, ווען טויזנטער פון זיינע שטיצער פראטעסטירן אין די גאסן.
טראמפ שרייבט אז באלסענערא איז געווען א שטייפער פירער וואס האט געזוכט די טובה פון זיין לאנד, און אז די געריכטליכע אנקלאגעס זענען א פאליטישער שפיל, פונקט ווי די קלאגעס קעגן אים.
דאס איז שוין די צווייטע פאל אין די לעצטע וואך ווען טראמפ גיבט זיין שטיצע פאר רעכטע פירער וועלכע שטייען אויס געריכטליכע סקאנדאלן, נאכדעם וואס ער האט פאריגע וואך אראפגעריסן מדנ"י'ס יוסטיץ דעפארטמענט פארן קלאגן ביבי'ן.

- unnamed - 2025-07-07T110645.447.png (1.42 MiB) געזען געווארן 709 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:17 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער רוסישער טראנספארט מיניסטער רומאן סטאראוואט איז געפונען געווארן טויט פון א גאן-שאט וואונד, שעות נאכדעם וואס פוטין האט אים אויפגעזאגט פון אמט, אן אנגעבן א סיבה דערצו.
די רוסישע רעגירונג זאגט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן...

- unnamed - 2025-07-07T110953.png (833.19 KiB) געזען געווארן 705 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 1:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א באוואפנטער פארשוין האט געעפנט פייער אויף א גרעניץ פאטראל געביידע אין טעקסאס, פארוואונדענדיג צוויי אפיצירן און אן ארבעטער אינעם געביידע. אגענטן האבן גלייך צוריקגעשאסן און אים אומגעברענגט.

- unnamed - 2025-07-07T133009.644.jpg (171.15 KiB) געזען געווארן 670 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 1:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טעסלא סטאקס זענען היינט געפאלן מיט נאנט צו אכט פראצענט, נאכפאלגנדיג די גרינדונג פון מאסק'ס נייע 'אמעריקע' פארטיי.

- unnamed - 2025-07-07T133708.755.png (74.64 KiB) געזען געווארן 667 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 1:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א מיזעלס אויסברוך לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן האט געגרייכט א 33 יעריגער רעקארד. ספעציעל פלאגט זיך טעקסאס מיט אן אויסברוך קאנצעטרירט אין א רייע קאונטיס.

- -1x-1 (1).jpeg (119.76 KiB) געזען געווארן 661 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 1:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מדנ"י דעפענס מיניסטער כץ זאגט אז ער ארבעט אויף א פלאן צו אוועקשטעלן 'הומאניטערישע שטעט' אין עזה, אין די רפיח געגנט. דער געגנט וועט לויטן פלאן אקאמאדירן ארום 600,000 פאלעסטינער, וועלכע וועלן ווערן אונטערזוכט פון פאראויס, צו פארמיידן טעראריסטן פון זיך באזעצן דארט.

- unnamed - 2025-07-07T135234.png (1.41 MiB) געזען געווארן 647 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 2:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 11:17 am
דער רוסישער טראנספארט מיניסטער רומאן סטאראוואט איז געפונען געווארן טויט פון א גאן-שאט וואונד, שעות נאכדעם וואס פוטין האט אים אויפגעזאגט פון אמט, אן אנגעבן א סיבה דערצו.
די רוסישע רעגירונג זאגט אז ער האט זיך גענומען דאס לעבן...unnamed - 2025-07-07T110953.png
לויט די טיימס איז דער מיניסטער געשטאנען אין שפיץ פון די קורסק רעגירונג, ביז עטליכע חדשים בעפאר אוקריינע האט אינוואדירט. עטליכע ארטיגע רעגירונג באאמטע זענען שוין ארעסטירט געווארן זינט די קורסק אינוואזיע אויף באשולדיגונגען פון פארוואסערן געלטער וואס האבן געדארפט גענוצט ווערן פאר גרעניץ פארטיידיגונג זיכערהייט.
דאס קען מעגליך ערקלערן פארוואס דער מיניסטער האט פלוצלינג באקומען חשק צו באגיין זעלבסטמארד...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 2:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די אוקריינע מיליטער ווערט געזען לעצטנס זיך באנוצן מיט פישער נעצן, אין א פרואוו זיך צו באשיצן פון רוסישע אטאקיר דראונס.

- unnamed - 2025-07-07T141916.206.png (359.21 KiB) געזען געווארן 624 מאל

- unnamed - 2025-07-07T141910.926.png (400.99 KiB) געזען געווארן 624 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 2:25 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די ווייסע הויז: מיטל-מזרח שליח סטיוו וויטקאף וועט אפרייזן קיין דאהא, קאטאר, שפעטער אין וואך, צו אנטיילנעמען אין די פארהאנדלונגען איבער א משכונות דיעל.
די ערשטע טאג פון פארהאנדלונגען האט זיך געענדיגט אן קיין ערנסטע דורכברוכן, אבער באאמטע זענען אפטימיסטיש אז מען וועט גרייכן פארשטענדעניש.

- unnamed - 2025-07-07T142236.165.png (847.95 KiB) געזען געווארן 612 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 3:25 pm
דורך פשוט און גראד
א דאנק דעם רבש"ע
א ריכטער האט יעצט באשטעטיגט די באפרייאונג פון ר‘ בנימין קובאני פון לעיקוואוד נאכן ארעסטירט ווערן אויף אומבאזירטע קלאגעס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 3:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 3:25 pm
א דאנק דעם רבש"ע
א ריכטער האט יעצט באשטעטיגט די באפרייאונג פון ר‘ בנימין קובאני פון לעיקוואוד נאכן ארעסטירט ווערן אויף אומבאזירטע קלאגעס.
נישט אינגאנצן באפרייט, ארויסגעלאזט ביזן קומענדיגן געריכט דאטום, August 18.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 3:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א רעסטוראנט אין יוטא האט עקספלאדירט אין פלאמען פרייטאג צונאכטס, ווען א קאר האט אריינגעקראכט אינעם געביידע, און געשעדיגט די גאז ליניעס, פירנדיג צום אויפרייס. די צוויי פאסאנזשירן האבן באצייטנס עוואקואירט, און עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין פארוואונדעטע.

- unnamed - 2025-07-07T154724.076.png (393.43 KiB) געזען געווארן 555 מאל

- די געביידע נאכן אויפרייס
- unnamed - 2025-07-07T155309.267.png (1017.33 KiB) געזען געווארן 555 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 8:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קער קאונטי אפדעיט:
- טויט צאל ארויף צו הונדערט ל"ע, דאס מאכנדיג אלס איינס פון די ערגסטע קאטאסטראפעס אינעם אומגעגנט אין די לעצטע הונדערט יאר.
- דעמאקראטן באשולדיגן די שפענדונג שניטן פון פרעזידענט טראמפ אין די הויכע צאל טויטע, וויבאלד די קאונטי האט געהאלטן אינמיטן אינסטאלירן ווארענונג פייפער סיסטעמען לענגאויס די טייך, און האבן זיך אפגעשטעלט צוליב די הויכע קאסטן.
- טעקסאס איז נאכאלס אונטער ריזיקע פון פרישע פארפלייצונגען, ווען א פרישע רעגן שטורעם, וואס וועט אראפברענגען ביז צוויי אינטשעס רעגן פער שעה, ווערט פארגעזאגט.
- א העליקאפטער וועלכע האט דורכגעפירט רעטונגס אפעראציעס איז געווען געצווינגען צו לאנדן, נאכן זיך צוזאמשטויסן מיט א פריוואטע דראון.

- unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg (201.98 KiB) געזען געווארן 502 מאל

- רעטונגס העליקאפטער ביי די ארבעט
- 07texas-flooding-heli-bcgl-superJumbo.jpg (46.43 KiB) געזען געווארן 502 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 9:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אין די לעצטע טעג האט די טערקישע ארדוען רעגירונג ארעסטירט דריי מעיארן פון די דרום טערקיי ראיאנען,וועלכע געהערן צו די אפאזיציע פארטיי, אויף אנגעבליכע קארופציע קלאגעס. דאס קומט נאכדעם וואס דער מעיאר פון אינסטאנבול איז ארעסטירט געווארן פריער אין יאר, אינאיינעם מיט צענדליגער אנדערע שטאטישע באאמטע אפיליאירט מיט די אפאזיציע.

- unnamed - 2025-07-07T210309.421.png (445.93 KiB) געזען געווארן 483 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 9:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יעצט פארנאכטס האט טראמפ געהאלטן נאכטמאל מיטן מדנ"י פ"מ נתניהו. ביבי האט דערלאנגט פאר טראמפ די פאפירן וואו ער נאמינירט אים פאר די נאבעל שלום פרייז.

- unnamed - 2025-07-07T211214.086.png (913.96 KiB) געזען געווארן 460 מאל

- unnamed - 2025-07-07T211302.864.png (240.47 KiB) געזען געווארן 460 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 9:19 pm
דורך שאינו יודע לשאול
טראמפ האט געמאלדן אז אמעריקע וועט צוריק באנייען די וואפן שיפמענטס קיין אוקריינע. דאס קומט נאך א טעלעפאן רוף וואס ער האט געהאט מיט פוטינ'ען, פון וועלכע ער איז געווען זייער אנטוישט, ווי ער האט נאכדעם געזאגט פאר רעפארטער.

- unnamed - 2025-07-07T211821.396.png (876.31 KiB) געזען געווארן 458 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 9:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט בריוון צו א רייע לענדער, זיי איינמעלדנדיג איבער די טאריפס וועלכע גייען אריין אין אפעקט, דעם קומענדיגן אוגוסט 1.
צווישן זיי ציילן זיך יאפאן, דרום קארעא,דרום אפריקע, מאלאזיע, טיילאנד און נאך. די שטייער ראטעס לויפן צווישן 40 און 25 פראצענט.

- unnamed - 2025-07-07T215303.748.png (406.12 KiB) געזען געווארן 442 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 10:32 pm
דורך הדסים
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 8:29 pm
קער קאונטי אפדעיט:
- טויט צאל ארויף צו הונדערט ל"ע, דאס מאכנדיג אלס איינס פון די ערגסטע קאטאסטראפעס אינעם אומגעגנט אין די לעצטע הונדערט יאר.
- דעמאקראטן באשולדיגן די שפענדונג שניטן פון פרעזידענט טראמפ אין די הויכע צאל טויטע, וויבאלד די קאונטי האט געהאלטן אינמיטן אינסטאלירן ווארענונג פייפער סיסטעמען לענגאויס די טייך, און האבן זיך אפגעשטעלט צוליב די הויכע קאסטן.
- טעקסאס איז נאכאלס אונטער ריזיקע פון פרישע פארפלייצונגען, ווען א פרישע רעגן שטורעם, וואס וועט אראפברענגען ביז צוויי אינטשעס רעגן פער שעה, ווערט פארגעזאגט.
- א העליקאפטער וועלכע האט דורכגעפירט רעטונגס אפעראציעס איז געווען געצווינגען צו לאנדן, נאכן זיך צוזאמשטויסן מיט א פריוואטע דראון.
unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg07texas-flooding-heli-bcgl-superJumbo.jpg
זשאסט פאר די רעקארד, די נייע שניטן זענען אריין אין אפעקט לכל היותר יולי 4, די פארפלייצונג האט זיך אנגעהויבן אינעם זעלבן טאג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:00 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 10:32 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 8:29 pm
קער קאונטי אפדעיט:
- טויט צאל ארויף צו הונדערט ל"ע, דאס מאכנדיג אלס איינס פון די ערגסטע קאטאסטראפעס אינעם אומגעגנט אין די לעצטע הונדערט יאר.
- דעמאקראטן באשולדיגן די שפענדונג שניטן פון פרעזידענט טראמפ אין די הויכע צאל טויטע, וויבאלד די קאונטי האט געהאלטן אינמיטן אינסטאלירן ווארענונג פייפער סיסטעמען לענגאויס די טייך, און האבן זיך אפגעשטעלט צוליב די הויכע קאסטן.
- טעקסאס איז נאכאלס אונטער ריזיקע פון פרישע פארפלייצונגען, ווען א פרישע רעגן שטורעם, וואס וועט אראפברענגען ביז צוויי אינטשעס רעגן פער שעה, ווערט פארגעזאגט.
- א העליקאפטער וועלכע האט דורכגעפירט רעטונגס אפעראציעס איז געווען געצווינגען צו לאנדן, נאכן זיך צוזאמשטויסן מיט א פריוואטע דראון.
unnamed - 2025-07-07T201639.084.jpg07texas-flooding-heli-bcgl-superJumbo.jpg
זשאסט פאר די רעקארד, די נייע שניטן זענען אריין אין אפעקט לכל היותר יולי 4, די פארפלייצונג האט זיך אנגעהויבן אינעם זעלבן טאג.
מ'רעדט נישט פון די יעצטיגע ביל, נאר פון דאדזש. צי מאסק האט טאקע אוועקגענומען פאנדינג פון זיי איז אנאנדער מעשה...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 1:07 am
דורך שאינו יודע לשאול
א טראפישער שטורעם האט אנגעברענגט מאסיווע פארפלייצונגען אין נארט קאראליינע, פארדעקנדיג הייזער אין געוויסע געגנטער. איין פאטאליטעט איז באריכטעט געווארן.

- unnamed - 2025-07-08T010125.png (738.03 KiB) געזען געווארן 437 מאל

- unnamed - 2025-07-08T010223.png (1.96 MiB) געזען געווארן 437 מאל

- unnamed - 2025-07-08T010239.167.png (771.67 KiB) געזען געווארן 437 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 1:14 am
דורך שאינו יודע לשאול
טראפישע שטורעם Chantal אין נארט קאראליינע.

- unnamed - 2025-07-08T010954.png (1.04 MiB) געזען געווארן 437 מאל

- unnamed - 2025-07-08T011335.289.png (687.18 KiB) געזען געווארן 437 מאל

- unnamed - 2025-07-08T011327.344.png (1 MiB) געזען געווארן 437 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 1:27 am
דורך שאינו יודע לשאול
אמווייניגסטנס 11 זענען אומגעקומען פון פאליצייאישע קוילן, און צענדליגער פארוואונדעט, אין נייראבי, קעניע, וואו די 'סאבא סאבא' אנטי-גאווערמענט פראטעסטן און טויטליכע געשלעגן מיט די רעגירונג'ס קרעפטן זענען ארויס פון קאנטראל.
'סאבא סאבא' טייטשט זיך איבער 7/7, און רעפערירט צו די יולי 7 דאטום, ווען עס זענען פארגעקומען ריזיגע פראטעסטן קעגן די רעגירונג אום 90', וואס האט געפירט צו א צוויי-פארטיי רעגירונג אום 91'.

- unnamed - 2025-07-08T011917.236.png (1.11 MiB) געזען געווארן 435 מאל

- unnamed - 2025-07-08T011936.305.png (763.36 KiB) געזען געווארן 435 מאל

- image-1200x600 - 2025-07-07T160752.716 (1).jpg (203.34 KiB) געזען געווארן 435 מאל