ווילסט כ'זאל שיקן א גרוס?...
סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------

האלטס אזוי? #מדארך זיך נישט זארגן?
כ'מיין צו פרעגן (מיט א שמייכל פארשטייט זיך) אויב כ'זאל שיקן א גרוס פון חכם עתיק כדי ער זאל צוריקשיקן...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ברוך שהחיינו!!! אז החלו לבנותו!!!
א פלייץ פון שמחה וחדוה נעמט ארום אנ״ש תלמידי וחסידי סאטמאר מיטהאלטנדיג ווי ס׳האט זיך דעם היינטיג וואך דינסטאג פּרשת משפּטים, ״פאַקטיש אָנגעהויבן די מעכטיגע קאָנסטרוקציע פונעם גיגאַנטישן נייעם ״ביהמ״ד החדש והאדיר דקהל יטב לב״ אויף ״פלאשינג עוועניו״!
נאכ׳ן ערהאלטן אלע ״בילדינג פּערמיטן״, האָבן די מאסיווע טראקטארן אנגעהויבן אויסגראָבן דעם באָדען כדי צו קענען גיסן די יסודות האדירים, די פונדאַמענטן פונעם פּרעכטיגן פּאַלאַץ, אַלס שטאָלץ פאַר ממלכת סאַטמאַר!
די געטרייע עומדים על הפּקודים פון קהלתינו הק׳ באַגלייטן און טרייבן פאָראויס דעם ריזן היסטאָרישן פּראָיעקט וואָס גייט אַהערשטעלן בעז״ה א מלכות׳דיגער בנין גדול ומפואר, מקוה מפוארה, היכל התורה, היכל ביהמ״ד גדול, חדרי התורה והתפלה, עזרת נשים, ערצייגנדיג איינס פון די סאַמע שענסטע סאטמארער בתי מדרשים אין שטאט!
לויט די ראשי קהלה וחברי ועד קרן הבנין, אויב געלט וועט נישט זיין קיין אָפּהאַלט, איז מען גרייט פאָראויסצוגיין אין אַ בליץ-שנעלן טעמפּאָ, צו גיסן די יסודות און דאַן אָנהייבן אַרויפציען דעם מעכטיגן סטרוקטור״ אין אַ מאַרשירנדע שנעלקייט בסייעתא דשמיא!
קהל יטב לב הולך וגדול! ברב הפּעלים! גדול יהי׳ כבוד הבית הזה לה׳ ולתורתו!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דרשה בהיכל ישיבה גדולה יטב לב קוממיותחכם עתיק האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 12:46 pm הגה''צ אב''ד דקהלתינו ירושלים שליט''א וועט וויילן די וואך שבת אין וומס''ב,
זונטאג משפטים וועט די רב שליט''א זיך ארויסלאזן קיין א''י אויף א לענגערע באזוך בקרב קהלתינו ומוסדתינו הק' אין ירושלים, און וועט וויילן דארט ביז מיטוואך תרומה,
שב''ק פרשת תרומה - שבת שקלים וועט די רב שליט''א וויילן אין ק''י.
https://customer.teleground.com//media/ ... 785200.wav
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בוי ארבעט מארשירט ביים ביהמ"ד החדש בית יעקב נחמי' קרית יואל; צווייטע פאזע פוטינגס געגאסן בס"ד
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
הערליכע 'סעודת חמשה עשר בשבט' אָפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין שטאָט טוסאַן אריזאָנע, צוגעשטעלט דורך די געטרייע הנהלת המוסדות וחברי ועד להקים, לכבודם פון די פילאַנטראָפישע נגידי ונדיבי מוסדות קרית יואל
דעם פאַרלאָפענעם דאָנערשטאָג פר' יתרו, ט"ו בשבט העעל"ט, איז פאָרגעקומען א הערליכע 'סעודת חמשה עשר בשבט' צוגעשטעלט דורך די געטרייע הנהלת המוסדות וחברי ועד להקים, מיט די באטייליגונג פון א בכבוד'דיגע דעלעגאַציע פון מוסדותינו הקדושים, לכבודם פון פילאַנטראָפישע נדיבים ונגידים לבית סאַטמאַר וועלכע האַלטן זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אין אריזאָנע אויף אָפרוה.
עס זענען אראָפגעפארן צו די "ברוינער'ס ישוב" אין שטאָט "טוסאַן אריזאָנע" עטליכע פון די הנהלת המוסדות און די חברי ועד להקים, מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו מנכ"ל, מוה"ר משה יודא פאָלאַטשעק הי"ו עומד על הפקודים בתוככי מוסדותינו הק' רבות בשנים, מוה"ר שלום דוב יאָזשעף הי"ו יו"ר ועד הפועל, מוה"ר חיים הערש גאָלדבערגער הי"ו חבר ועד להקים, מוה"ר אהרן משה יאַקאבאָוויטש הי"ו חבר ועד להקים, מוה"ר יצחק אייזיק וואַלטער הי"ו יו"ר ועד להקים.
עס געוואָרן צוגעשטעלט א הערליכע סעודה רחבה לכבוד היום, וועלכע איז געווארן אָפגעשיקט פון די באַרימטע קעטערינג פון "סאַטמאַר פלייש-קרית יואל", און עס הערליך אהערגעשטעלט געווארן דורך מוה"ר משה יודא פאָלאַטשעק הי"ו ובנו מוה"ר יואל לייב הי"ו מחשובי הורי מוסדותינו הק'.
עס האבן אויפגעטרעטן לכבוד היום הגה"צ אבד"ק יעמרינג שליט"א און הגה"צ אבד"ק גרינוויל שליט"א וועלכע האַלטן זיך אויף די יעצטיגע טעג אינעם ישוב, און האבן באשיינט בראש המסובין לכבוד הני גיבורי חיל נגידי ונדיבי המוסדות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנכ"ל מוה"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו וועלכע מיט שטאַרקע און האַרציגע דיבורים ארויסגעברענגט די טיפע הכרת הטוב בשם די טויזנטער פירות האילן וועלכע וואַקסן און בליען בתוככי מבצרי מוסדותינו הק', און בשם די הונדערטער כלי קודש רבנן ותלמידהון מרביצי תורה ויראה, וועלכע קענען בסייעתא דשמיא אנגיין מיט הרחבת הדעת בלויז א דאַנק די וואַרימע נדבות הלב פון די נדיבים בעם.
דער מנכ"ל הי"ו האט ארומגערעדט איבער די גרויסע זכי' צו קענען אויפבויען בנינים אדירים ומפוארים פאר די הייליגע מוסדות פון מרן רביה"ק זי"ע און הערליכע ענינים וואס די רבי זי"ע האט געזאגט איבער די זכי' פון בויען די בניני המוסדות, וואס די אלע בנינים וועלן ארויפגיין קיין ירושלים עיה"ק אינאיינעם מיט משיח צדקינו, ובפרט איבער די געוואלדיגע ענינים וואס מ'האט געזעהן ביין רבי'ן ווען עס איז געקומען צו נעמען געלט פון אידן, די רבי האט נישט גענומען פון יעדעם פאר זיינע הייליגע מוסדות, און איינעם פון וועם די רבי איז גרייט צו נעמען געלט איינמאל און נאכאמאל איז א סימן אז רבינו הקדוש והטהור זי"ע משמי מעל שעפט נחת דקדושה און איז משפיע שפע ברכות וכל טוב.
בתוך הדברים האט דער מנכ"ל ארויסגעברענגט רגשי לבבו לכבוד הנדיב הנכבד ר' אברהם יקותיאל יערמיאַש הי"ו וועלכע האט זוכה געווען צו מנדב זיין ריזיגע בנינים אדירים פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים לשם ותפארה, און לכבוד הרבני הנכבד ר' דוד לייבוש יאַקאבאָוויטש הי"ו איבער זיינע געוואלדיגע נדבות פאר בניני סאַטמאַר ברחבי תבל.
דערנאך האט הרבני הנכבד ר' דוד לייבוש יאַקאבאָוויטש הי"ו אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט בשבח פון די קרית יואל'ע מוסדות וועלכע איז פקיע שמיה מיט זייער געוואלדיגע ישרות, און וויאזוי זיי האבן זוכה געווען צו דערהייבן די כבוד פון די כלי קודש אויף א מורא'דיגע פאַרנעם וואס ווערט נאכגעמאכט איבעראַל, אזוי אויך ארויסגעברענגט בשבח פונעם נדיב הנכבד ר' אברהם יקותיאל יערמיאַש הי"ו וועלכע האט מיט זיין אויסערגעווענליכע נדיבת הלב אויפגעהויבן די מוסדות און די קהלה אין קרית יואל, וואס איז א כבוד און פראכט פאר רבינו הקדוש והטהור זי"ע בגנזי מרומים ואוס האט מייסד געווען דעם הייליגן שטאט במסירת נפשו הטהורה.
עס האט מהנה געווען בשירה וזמרה ובפרקי חזנות מוה"ר ישראל חיים גרינהוט הי"ו מחשובי הורי מוסדותינו ומפארי קהלתינו הק'.
מיט ברכת המזון על הכוס האט דער מנכ"ל ר' משה אלי' הי"ו מכבד געווען מוה"ר משה יודא פאָלאַטשעק הי"ו עומד על הפקודים בתוככי מוסדותינו הק' רבות בשנים וואס האט אהערגעשטעלט די הערליכע סעודה לכבוד היום אינאיינעם מיט בנו מו"ה יואל לייב הי"ו, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א הערליכע ריקוד לכבוד היום.

והבנין עטרת יואל בהבנותו
די בוי-ארבעט ביים "בנין עטרת יואל" זעצט פאר טאג טעגליך, טראץ די שווערע ווינטערדיגע קאלטע טעמפראטורן
ווי נאר מען האט געענדיגט גיסן דעם קאנקריעט סלעפ העכערן פינפטן שטאק האט מען באלד דערנאך ווייטער פארגעזעצט מיט'ן ציען די קאלומס פאר'ן זעקסטן שטאק.
דער ריזיגער קרעין איז אראפגעברענגט געווארן און מען האט אנגעפאנגען ציען די שטאלענע זוילן, און דערנאך האט מען געלייגט די אייזערנע בלעכן צו קענען גיסן דעם קאנקריעט אויפ'ן דאך.

ליהודים היתה אורה ושמחה!
אן עטזואסטישער שטימונג הילט איין אנשי שלומינו חברי קהלתינו בארה"ק מיטן ענדגילטיגן באשטעטיגונג אז מען וועט האבן די זכי'ה אז כבוד מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א וועט מופיע זיין בארה"ק לקראת ימי הפורים הבעל"ט, און וועט אפרעכטן די געהויבענע טעג פונעם "פורים המשולש" בקרב קהל עדתינו.
והימים האלו נזכרים ונעשים: עס ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין זכרון די לעכטיגע יו"ט פורים בשנים קדמוניות וואס דער רב שליט"א פלעגט פראווען בשנות מגוריו בעיה"ק, די טעג וועלכע פלעגט זיין א חטיבה אחת פון דביקות והתרוממות און קירבת ה' מתוך שמחה וצהלה.
עסקני קהלתינו הק אין האבן זיך אריינגעלייגט אין די לעצטע טעג מיט פיבערהאפטיגע פלענער ווי אזוי צו אפרעכטן אט די היסטארישע טעג עצהיו"ט, וועלכע וועט בלייבן איינגעקריצט פאר לאנגע צייטן.
והימים האלה נזכרים ונעשים!

דינער לטובת מוסדותינו הקדושים אין מאנסי דעם מוצאי שבת קודש פרשת משפטים הבעל"ט אין די נייע פראכטפולע "עטרת גינענדל" בבנין מוסדותינו הקדושים בראשות הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הקדושה שליט"א
אנשי שלומינו תושבי מאנסי יע"א גרייטן זיך צום יערליכן "דינער השנתי" להחזקת מוסדותינו הקדושים אין מאנסי, וואס קומט פאר אינעם נייעם פראכטפולן "עטרת גינענדל" בראשות הגה"צ דער רב שליט"א.
המפורסמת אין צריך ראי' איבער די געוואלדיגע התעלות דקדושה פון מוסדותינו הקדושים במשך די לעצטע שטיק צייט, ווען גרויסארטיגע הרחבת גבולי הקדושה האבן זיך געטוהן אויסשפרייטן איבערן גאנצן שטאט, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, מען בויעט צו ריזיגע בנינים אדירים לשם ולתפארת, און מאסיווע פלענער קומען ארויף אויפן עתיד בס"ד, ווען נאך אזויפיל מיליאנען אריינגעגאסן במשך אלע יארן, נאך אזויפיל אינוועסטירן, נאך אזויפיל נדבות, נאך אזויפיל אנשטרענגונגען זעהט מען שוין בס"ד די געוואלדיגע פירות לטובה.
די וואך מוצאי שבת קודש פרשת משפטים הבעל"ט וועט אי"ה פייערליך געפראוועט ווערן אין די פרעכטפולע "עטרת גינענדל" יחד כל קהלא קדישא אלפי תושבי העיר מאנסי מחזיקי ומעמידי המוסדות פארן קיום ועתיד פון אונזערע הייליגע מוסדות — די מעכטיגע אימפעריע וואו אונזערע טויזנטער און טויזנטער לעכטיגע קינדערלעך, די הייליגע תינוקות של בית רבן און בנות ישראל הכשרות ווערן נתחנך לה’ ולתורתו הקדושה, מיט דעם הייליגן לויטערן חינוך וואס רבינו הקדוש זי״ע האט פאר אונז אויסגעטרעטן, ולאורו הבהיר ניסע ונלך עד ביאת הגואל במהרה!
יחד שבטי ישראל עלינו ועל דורותינו!

הגה"צ אבדק"ק ירושלים שליט"א איז זיך משתתף ביי מסיבת 'לקיים' לטובת בית חינוך לבנות 'בית רחל' דסאמטמאר אין בני ברק
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמיטב;
יעצט ביים גרויסן דינער "בני בני" לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי איז געמאלדן געווארן אז הרבני הנגיד ר' מאיר משה יאקאבאוויטש איז אקעגן געקומען די הנהלת המוסדות און געמאלדן אז ער איז מנדב א סכום עצום צו הערליך פארוואנדלען די נארוואס באנייעטע "עטרת גענענדיל" אוידאטאריום וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן אינעם נייעם גיגאנטישן בנין בית אסתר החדש וואס וועט פארענדערט ווערן אלס א הערליכע חתונה זאל צו קענען חתונה מאכן בהרחבת הדעת,
לויט די יעצטיגע פלענער וועט די זאל דינען סיי אלס א אוידאטאריום פאר'ן באנוץ פון די מוסדות און סיי אלס א הערליכע חתונה זאל,
אנשי שלומינו נעמען אויף די מעלדונג מיט שטורעמישע געפילן זעענדיג עין בעין די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה וואס שפרייט זיך אויס אין די לעצטערע יארן בק"ק אין מאנסי מיט די מאסיווע אויסברייטערונג פון די קהלה און די מוסדות, מיט די לעצטע מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אויף אלע פראנטן,
און באזונדער שפיגלט עס אפ די געוואלדיגע הרחבת הדעת וואס וועט ארומנעמען אנשי שלומינו אין די קומענדיגע תקופה ווען אינעם גיגאנטישן כיכר המוסדות וועט זיך געפונען "דריי חתונה זאלן און פיר קלענערע זאלן פֿאַר אנשי שלומינו" מיטן עקזיסטירנדע "עטרת חי שרה" חתונה זאל, די נייע חתונה זאל אינעם נייעם בנין התלמוד תורה בנין ווערצבערגער", פון און יעצט מיט'ן נייַעם עטרת גענענדיל אוידאטאריום - חתונה זאל,
אין צוגאב צו די פיר "אינזליכט" זאלן פאר קלענערע שמחות,
און דאָס קומט אין די זעלבע צייט ווען די בוי ארבעט אויפ'ן גיגאנטישע בנין התלמוד תורה החדש בנין ווערצבערגער גייט אן מיטן פולסטן געלאפ אלס א מאסיווע פעסטונג פון אריבער 135 טויזענט סקווער פיס!!
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

קען איינער ביטע ארויפלייגן/דרייוון דעי ווידיא?
https://www.bechatzros.com/post/26343
https://www.bechatzros.com/post/26343
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
הגה"צ אבד"ק ירושלים שליט"א
ס"ג פרשת משפטים תשפ"ה לפ"ק
בביהמ"ד אוהל רחל ירושלים עיה"ק
https://customer.teleground.com//media/ ... 899200.wav
הגה"צ ר' ליפא שליט"א
ס"ג פרשת משפטים תשפ"ה
בביהמ"ד הגדול ווילאמסבורג
https://customer.teleground.com//media/ ... 157900.wav

כ'קען לייגן די ארגינעלע אן די וואטערמארק...חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 24, 2025 10:59 am קען איינער ביטע ארויפלייגן/דרייוון דעי ווידיא?
https://www.bechatzros.com/post/26343
Screenshot 2025-02-24 105759.png