בלאט 418 פון 419
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 4:11 pm
דורך עומד על תלת
איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:06 pm
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 3:50 pm
פון די חברה האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 3:47 pm
וועגן וועלכע נושא?
מען שמועסט חינך, אין קאלעדזש פראגרעמ‘ס,
הרה‘‘ג ר‘ מלכיאל קאטלער שליט"א ר‘‘י בית מדרש גבוה, איז אויך אנגעקומען.
וואס גייט פאר מיט די קאלעדזש פראגרעמס?
עס איז אין א סכנה וועגן די ביג ביוטעפיל בילד,
פון טראמפ
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 4:20 pm
דורך איד
די אסיפה איז נאכנישט פארטיג?
שוין אנגעהויבן איבער א שעה צוריק.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:04 pm
דורך רב הכולל
קיינער פארטרעט נישט די אנדערע גרויסע קהילות/ישיבות?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:15 pm
דורך מלך בייוואז
רב הכולל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:04 pm
קיינער פארטרעט נישט די אנדערע גרויסע קהילות/ישיבות?
מיינסט די ישבה פון מהרי״י?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 6:45 pm
דורך צבי וחמיד
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:15 pm
רב הכולל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:04 pm
קיינער פארטרעט נישט די אנדערע גרויסע קהילות/ישיבות?
מיינסט די ישבה פון מהרי״י?
אדער באבוב פאפא וכו'
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 7:49 pm
דורך בלק
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:11 pm
איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:06 pm
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 3:50 pm
מען שמועסט חינך, אין קאלעדזש פראגרעמ‘ס,
הרה‘‘ג ר‘ מלכיאל קאטלער שליט"א ר‘‘י בית מדרש גבוה, איז אויך אנגעקומען.
וואס גייט פאר מיט די קאלעדזש פראגרעמס?
עס איז אין א סכנה וועגן די ביג ביוטעפיל בילד,
פון טראמפ
Interesting , because tap college program is a new york state program , not a federal
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 7:54 pm
דורך הדסים
רב הכולל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:04 pm
קיינער פארטרעט נישט די אנדערע גרויסע קהילות/ישיבות?
האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז אויך דארט געווען.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 8:13 pm
דורך בודקע
בלק האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 7:49 pm
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:11 pm
איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:06 pm
וואס גייט פאר מיט די קאלעדזש פראגרעמס?
עס איז אין א סכנה וועגן די ביג ביוטעפיל בילד,
פון טראמפ
Interesting , because tap college program is a new york state program , not a federal
סאוי זאג דו, וואס האלטסטו אז ס'איז.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 8:19 pm
דורך צולייגער
בלק האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 7:49 pm
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:11 pm
איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:06 pm
וואס גייט פאר מיט די קאלעדזש פראגרעמס?
עס איז אין א סכנה וועגן די ביג ביוטעפיל בילד,
פון טראמפ
Interesting , because tap college program is a new york state program , not a federal
FAFSA איז פעדעראל און איז סאך עלטער ווי טעפ. בערך זיבעצן יאר צוריק האט מען מצליח געווען צוצולייגן טעפ אויפן סטעיט לעוול.
טעפ איז סטעיט (ניו יארק, פונקט ווי טעג אין ניו דזשערסי).
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 8:57 pm
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי 
שיעור בספה"ק אור החיים דורך המשפיע הגה"צ ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א פארגאנגענעם ליל שישי בבית מדרשינו הגדול
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 10:10 pm
דורך קוקן פאזיטיוו

בצל הקודש
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל קישור החיתון למז''ט של נכדו החתן פרע"ח הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א ממצויני תלמידי ישיבתינו הק'
בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.
עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט"א ב"פ
בן הגה"צ רבי נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן וחתן הגה"צ רב דקהלתינו 15'טע עוו. שליט''א.
"שישו ושמחו בשמחת רבינו
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 10:37 pm
דורך קוקן פאזיטיוו
קרית יואל - די הנהלת המוסדות אין שטאט אינאיינעם מיט די עסקנים פון די ׳חתונה קאמיסיע׳ זענען ארויס געקומען מיט א פריידיגע מעלדונג איבער א נייע חתונה זאל וואס וועט זיך עפענען, פאר מחותנים וואס האלטן איין די תקנות פון האלטן די אויסגאבן ביז 40 טויזנט דאלאר פער צד. דאס קומט נאך די מאנגל פון דאטומען ביים ׳כינור דוד׳ זאל וואס טוהט שוין דורכאויס די לעצטע נאנט צו 20 יאר צושטעלן ביליגע חתונות פאר מחותני העיר.
די נייע זאל איז ערווארטעט זיך צו עפענען קומענדיגע זומער תשפ"ז אין די נייע בנין הבית רחל ׳בנין קליין׳ אויף דרוביטש, בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר׳ שלמה פעדער פון וויליאמסבורג וועלכער האט אין די לעצטע טעג בייגעשטייערט דער אסטראנאמישע סומע פון פינף מיליאן דאלאר צו אפקויפן דער זכות פון די נייע זאל.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 11:02 pm
דורך רב הכולל
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:45 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:15 pm
רב הכולל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 6:04 pm
קיינער פארטרעט נישט די אנדערע גרויסע קהילות/ישיבות?
מיינסט די ישבה פון מהרי״י?
אדער באבוב פאפא וכו'
איך מיין יעדן פון די גרויסע קהלות וואס זענן נישט געווען פארטרעטן
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 11:23 pm
דורך הייסע קרעטשניפער
#שנת תש"ח מיט קלארע ברילן#
א יאר קען צומאל שילדערן געשיכטעס וואס גרויסע ארטיסט'ן קענן נישט מאלעווען
א געגראפישע באריכט צייגט פונקטליכע דאטא וואס עס איז פארלאפן אין די פארגאנגענע יארן!!
ווען די היסטאריע ביכער ליגן און די הענט און דאס בלעטל איז אויפגעמישט צו יארע 1948 ווערט געזען ווי היסטאריע פארעמט זיך אין באשיינפערליכן זין פון ווארט.
און איין יאר פאסירט צוויי אייגנארטיגע געשיכטעס וועס וועלן יארן שפעטער שאקלען די וועלטס פאדמענטן און ברעכן אלגעמיינע דאגמעס
עס איז א געשיכטע פון צוויי פארשידנארטיגע שטרעמונגען אבער איר אוטענטישקייט פלעכט וואונדער
די ערשטע טייל איז הקמת המדינה אום ה' אלפים שנת תש"ח ווען עס איז אויפגעשטעלט געווארן א קאליציע מיטן איינעם ציל להשממד להרוג ולאבד את כל היהודים ברוחניות ובגשמיות וואס דאס איז עקירת הדת במלוא מובן המילה
דער צווייטער טייל פונעם געשיכטע האט פאסירט מיט עטליכע מאנאטן בעפאר און שפילט אויס דעם רפואה קודם למכה
ה' אלפים שנת תש"ח ח' חשון
דער נידריגער וועלט ווערט ערפילט מיט א לויטערע העכערקייט ווען די הייליגע נשמה פונעם רעיא מהימנא קדישא ורבן של כל בני הגולה כבוד קדושת מרן אדמו"ר מסאטמאר בעל לב אהרן שליט"א ווערט אראפגעשיקט משמי מרום אונטערלאנען דעם דור יתום ושפל
בלויז עטליכע מאנאטן שפעטער ווערט די מכלומרשט אידישע מדינה א פאקט
אבער דער זה הקטן גדול יהיה איז נאך נישט אנטפלעקט
היינט מיט באלד אכציג יאר שפעטער פירט ער אן די קאמף קעגן די רשעי ופושעי ישראל און זייערע גזירות
היינט איז ער די לוחם מלחמת ה' בעוז וברמה
היינט איז ער די רוקן ביין פון די 240 מוסדות על טהרת הקודש ווען היי יאר אלייןַ האט שוין די רבי געשאנקען דעםַ פאנטאסטישן סומע פון 2 מיליאן דאלער פאר מוסדחת "קרן הצלה"
היינט איז ער דער וואס האלט פייערדיגע דרשות נגד גליפת הציונית שאפנדיג דערביי גלאבאלע העדליינ'ס
עס איז טאקע דא א מדינה עס איז אבער פארהאן א מעדעצין
שנת תש"ח איז דער יאר פון הקמת המדינה
אבער די טרייסט אונזערע איז די געבורט פונעם גרויסן צדיק!!!!!
#שנת תש"ח מיט קלארע ברילן#
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 11:25 pm
דורך פון די חברה
הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 11:23 pm

יחי אדוננו מורינו ורבינו יחי!!!!!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 11:47 pm
דורך קראכמאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 26, 2026 11:53 pm
דורך אנשי שלומינו
איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:20 pm
די אסיפה איז נאכנישט פארטיג?
שוין אנגעהויבן איבער א שעה צוריק.
נישטא קיין בילדער פון דע אסיפה?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 12:19 am
דורך טעכנאלאגיע קענער
אנשי שלומינו האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 11:53 pm
איד האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 4:20 pm
די אסיפה איז נאכנישט פארטיג?
שוין אנגעהויבן איבער א שעה צוריק.
נישטא קיין בילדער פון דע אסיפה?
עפעס א פאטאגרעפער איז געווען דארט,מסתם פאר סאטמאר נייעס אדער א אנדערע נייעס אגענטור.. ס'מיר טאקע אינטערעסאנט אז עס איז דערווייל נישטא אין ערגעץ בילדער
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 1:58 am
דורך קוקן פאזיטיוו

בצל הקודש

=זונטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ב פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יחזקאל ראזענבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מצב המלחמה אין ארה"ק,
דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע אז אויב אויב א איד הרג'עט א גוי און מען פירט זיך נישט אויף כהוגן דארף מען ח"ו באצאלן מיט אידישע נפשות רח"ל, און דאס האט מען אפגעקומען ביים חורבן ביהמ"ק אז עס איז געווען שפך חמתו על עצים ואבנים און עס האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין אידישע נפשות,
האט דער רבי אויסגעפירט אז בזמנינו אלה ווען די מדינה הטמאה הרגעט אויס פילע נפשות פון די גוים מי יודע מיט וויפיל נפשות מען גייט דארפן באצאלן אויף דעם?
דער רבי האט מסיים געווען מיט א מליצה ישרה פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע אויף 'כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו' טייטשט ער אז אויב איז מען זיך מצער אויף חורבן ביהמ"ק איז עס יעדע יאר כאילו די ביהמ"ק איז פון פריש חרוב געווארן און עס איז דא א כפרה אויף כלל ישראל יעדע יאר און עס פעלט זיך נישט אויס קיין אידישע נפשות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:00 אזייגער צום שטוב פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויף א אסיפה נחוצה בהשתתפות פון מרן רבינו שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מויזניץ מאנסי שליט"א,
אויך זענען אנוועזנד געווען נאך עטליכע גדולי עסקני יהדות החרדית און פאליטישע בעאמטע און מען האט א לענגערע צייט דן געווען אויף פארשידענע ענינים העומדים על הפרק,
ארום 4:10 האט דער רבי פארלאזט די אסיפה און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 און געציילט ספירה פארן עמוד,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו
און הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 2:23 am
דורך פארענטשע שטופער
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 3:50 pm
פון די חברה האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 3:47 pm
עומד על תלת האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 26, 2026 3:29 pm
כ‘‘ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, איז יעצט אנגעקומען צו א אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס באטייליקט זיך אויך כ"ק אדמו"ר מווישניץ מאנסי שליט"א,
אין קאנגרעס מאן מייק לאולער.
וועגן וועלכע נושא?
מען שמועסט חינך, אין קאלעדזש פראגרעמ‘ס,
הרה‘‘ג ר‘ מלכיאל קאטלער שליט"א ר‘‘י בית מדרש גבוה, איז אויך אנגעקומען.
עס איז נישט געווען קיין ראשי ישיבות דארט נאר די דריי רבנים
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 7:43 am
דורך מכבי
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 9:06 am
דורך אסעמבלימאן
איך פארשטיי נישט די וויץ
די ערשטע דאטום וואס מ'קען יעצט האבן אווילעביל אין כינור דוד איז אינמיטן שבט תשפ''ז
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:13 am
דורך דעת קדשי
בינעך נייגעריג אויב די חדר מיט די נייע סדר הלימוד איז טאקע אזוי סוקסעפול ווי געזאגט ביים עפענען?
זענען די קינדער פון די חדר בעסער ווי אנדערע קינדער אין דעם גיל?
זענען די עלטערן צופרידן?
האט זיך עס געלוינט?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 10:18 am
דורך פריילאך
קוקט אויס אז יא
ס‘עפענט זיך א יעדעס יאר א פרישע כיתה ג‘, און די העכערע כיתות בלייבן,
עלטערן זענען זייער צופרידן.
אויפדערווייל מאכט קיינער אין סאטמאר דאס נישט נאך.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג אפריל 27, 2026 12:51 pm
דורך שבת קודש
בקשה צו די גבאי ביהמ''ד הגדול קרית יואל
שבת נאכמיטאג טיילט מען של''ס אין די לינקע פאליש ווי ס'איז נאר דא איין סינק פאר כל הקהל הקודש און די פרק פארלערנען קומט פאר אין די רעכטע פאליש דארט ווי אלע סינקס זענען, ביטע אויפטוישן, ייש''כ