
בצל הקודש

=זונטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ב פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יחזקאל ראזענבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מצב המלחמה אין ארה"ק,
דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע אז אויב אויב א איד הרג'עט א גוי און מען פירט זיך נישט אויף כהוגן דארף מען ח"ו באצאלן מיט אידישע נפשות רח"ל, און דאס האט מען אפגעקומען ביים חורבן ביהמ"ק אז עס איז געווען שפך חמתו על עצים ואבנים און עס האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין אידישע נפשות,
האט דער רבי אויסגעפירט אז בזמנינו אלה ווען די מדינה הטמאה הרגעט אויס פילע נפשות פון די גוים מי יודע מיט וויפיל נפשות מען גייט דארפן באצאלן אויף דעם?
דער רבי האט מסיים געווען מיט א מליצה ישרה פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע אויף 'כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו' טייטשט ער אז אויב איז מען זיך מצער אויף חורבן ביהמ"ק איז עס יעדע יאר כאילו די ביהמ"ק איז פון פריש חרוב געווארן און עס איז דא א כפרה אויף כלל ישראל יעדע יאר און עס פעלט זיך נישט אויס קיין אידישע נפשות.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:00 אזייגער צום שטוב פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויף א אסיפה נחוצה בהשתתפות פון מרן רבינו שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און כ"ק אדמו"ר מויזניץ מאנסי שליט"א,
אויך זענען אנוועזנד געווען נאך עטליכע גדולי עסקני יהדות החרדית און פאליטישע בעאמטע און מען האט א לענגערע צייט דן געווען אויף פארשידענע ענינים העומדים על הפרק,
ארום 4:10 האט דער רבי פארלאזט די אסיפה און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 און געציילט ספירה פארן עמוד,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו
און הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~

~