משה חיים צבי,משה חיים צבי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 2:51 pm א גוטן טייערע חברים אויף אידטיש.
מיין נאמען איז משה חיים צבי מלכא - מלפנים ספרא דדינא פון קהילת לב טהור, כעת אין גוואטומאלא סיטי, און אי"ה בקרוב אין ניו יארק.
איך מיין ענק ווייסן אז האב אסאך צו רעדן און צו שמועסן מיט מיינע אידישע ברודער, סיי דא, און סיי איבער די וועלט, ועוד חזון למועד אי"ה.
אבער נישט דאס איז מיין ציל מיטן עפענען אט דער ניק.
מיין יעצטיגע ציל מיטן עפענען דער ניק איז אזוי ווי איך ווייס אז עס זענען דא אסאך פראגן איבער לב טהור וואס מענטשן קענען באשטיין צו הערן פון מיר, סיי בכלליות, און סיי איבער דער לעצטער שטורעמישער יאר וואס איז אריבער, מען האט אסאך געהערט, גערעדט, דערציילט, און איך האב שטארק חשק צו קענען ענטפערן, און זיך אויסשמועסן, בסייעתא דשמיא.
דעריבער וויל איך אז מען זאל מיר קענען אפן פרעגן סיי וואס, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן די פראגן אין א אינטערוויו וואס וועט בע"ה ערשיינען אין די נאנטע וואכן, און מעגליך אז איך וועל אויך ענטפערן טייל פראגן דא אויף אידיטיש, אויב עס וועט זיין שייך.
מען קען מיר פרעגן פראגן סיי דא ברבים, סיי אין אישי, און ווי געזאגט, דער גרעסטער טייל פון די פראגן וועל איך פראבירן צו ענטפערן בע"ה אינעם אפיציעלע אינטערוויו, און מיין ציל מיט דער ניק איז צו באקומען א אריינבליק איבער וואס דער עולם וויל הערן פון מיר.
איך וויל אבער יא זיין אויפריכטיג, פאר די תעולות פון דער ענין האט אויך איינער פון מיינע נאנטע ידידים פון ניו יארק - נישט פון לב טהור - ציטריט צו דער ניק, און ער וועט בע"ה ארבעטן אינאיינעם מיט מיר צו אדרעסירן די פראגן און קאמאנטארן.
ידידכם משה חיים צבי מלכא
קוק ווי דיר עולם האט דיר ליב ס'יעצט בערך א שעה פון דיין ערשטע תגובה, און די האסט שוין 54 לייקס ביי דיין אימייל מיט א סאך ווארימער תגובות.
אלע שעצען דיר גאר שטארק, און אלע קוק'ן גאר שטארק ארויס פאר דיין הצלחה, און די הצלחה פון דיין גאנצע משפחה, די וואס זענען נאך אונדערווייל מיט די שמאטעס און די וואס זענען שוין א לענגערע אדער קארצערע צייט אן די שמאטעס. און אזוי אויך קוק'ן מיר אלע ארויס פאר די הצלחה פון יעדער יוד וואס איז אמאל געווען א חלק פון לב טהור.
און פאר יעדע אידיש קינד.
נ.ב. מ'זעט אויף דיין שפראך אז די טיטל איז רעכטיג פארדינט איר קענט גאר גוט שרייבן