בלאט 42 פון 69
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:15 am
דורך מיילעך פריילעך
דער רוסישער פרעזידענט פוטין האט געווארנט די פאראייניגטע שטאטן, אז אויב וואשינגטאן וועט פלאצירן לאנג-שטרעקיגע מיסילס אין דייטשלאנד, וועט רוסלאנד סטאנציאנירן ענדליכע מיסילס אין "נאנטע דיסטענס" פונעם מערב,
נישט אנגעבענדיג קיין פונקטלעכע לאקאציע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:17 am
דורך מיילעך פריילעך
רוסלאנד - א רויטערס באריכט דעקט אויף אז רוסלאנד האט זיך אנגעהויבן באנוצן מיט ביליגע פלאסטישע דראונס צו לאקירן אוקראינישע לאנג-שטרעקיגע מיסיל ארויסשיס סיסטעמען.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:17 am
דורך מיילעך פריילעך
אייראפע - די פרעזידענט פון די אייראפעאישער קאמיסיע ארסולע וואן לעיאן האט געמאלדן אז די יוניאן וועט שיקן 1.5 ביליאן יורא פון פארפרוירנע רוסישע געלטער קיין אוקראינע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:43 am
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 10:17 am
אייראפע - די פרעזידענט פון די אייראפעאישער קאמיסיע ארסולע וואן לעיאן האט געמאלדן אז די יוניאן וועט שיקן 1.5 ביליאן יורא פון פארפרוירנע רוסישע געלטער קיין אוקראינע.
צו אויסקלארן: די געלט וואס וועט געשיקט ווערן איז פון די אינטרעסט וואס וואקסט אויף די רוסישע געפרוירענע געלטער, נישט פונעם קרן אליינס. זוי פארשטייעך.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 10:49 am
דורך מיילעך פריילעך
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 10:43 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 10:17 am
אייראפע - די פרעזידענט פון די אייראפעאישער קאמיסיע ארסולע וואן לעיאן האט געמאלדן אז די יוניאן וועט שיקן 1.5 ביליאן יורא פון פארפרוירנע רוסישע געלטער קיין אוקראינע.
צו אויסקלארן: די געלט וואס וועט געשיקט ווערן איז פון די אינטרעסט וואס וואקסט אויף די רוסישע געפרוירענע געלטער, נישט פונעם קרן אליינס. זוי פארשטייעך.
כיכאויך
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 3:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
די וויטגרייכנדע אוקריינישע לאפעס.
די אוקריינער האבן אטאקירט די רוסן צום ערשטן מאל אין די ארטיק צירקל, און געשעדיגט א סטראטעגישע TU -22m3 באמבאדיר פליגער ביים אלאנא לופט באזע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 4:36 pm
דורך אנדערער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 3:23 pm
די וויטגרייכנדע אוקריינישע לאפעס.
די אוקריינער האבן אטאקירט די רוסן צום ערשטן מאל אין די ארטיק צירקל, און געשעדיגט א סטראטעגישע TU -22m3 באמבאדיר פליגער ביים אלאנא לופט באזע.
וואו איז דאס אויף די מאפע?
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:27 pm
דורך מיילעך פריילעך
אמעריקא מעלדט איבער א פרישע 1.7 ביליאן דאלער הילפס פעקל אין מיליטערישע שטיצע פאר אוקראינע, דאס רעכנט אריין מיסילס און אמוניציע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 6:35 pm
דורך מיילעך פריילעך
אוקריינע - פארן קריג איז די שטאט רוהאטין געווען א צענטער פון אידישע לעבן ווי עס האבן געוואוינט איבער 3,200 אידן. עס איז געווען די ערשטע שטאט וואו די נאציס האבן אויפגעשטעלט א געטא אין גאליציע שוין אין אנהייב 1941 למספרם נאך וואס זיי האבן עס צוריק איינגענומען פון די רוסן.
דער געטא איז געשטאנען ביז יוני אין יאר 1943 ווען די נאציס ימ"ש מיט זייערע מיטהעלפער האבן אומגעברענגט אלע איינוואינער פון די שטאט, און פארשיקט די איבעריגע צו די בעלזיץ טויטן לאגער, די טויזנטער אידן הי"ד זענען באגראבן געווארן אין צוויי מאסן קברים, איינע נעבן די באן סטאנציע און די צווייטע נעבן די אידישע בית החיים.
ביז היינט איז געשטאנען דארט בלויז א פלאקאט מיט קורצע ווערטער, מיט די הילף פון אידישע ארגעניזאציעס איז אהינגעלייגט געווארן גרויסע פלאקאטן מיט די ביטערע היסטאריע פון די מאסן קברים געשריבן אין ענגליש, העברעאיש, און אוקרייניש.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 2:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
זעלענסקי האט באזוכט ביי די פראנט ליניעס אינעם כארקאוו ראיאן.

- unnamed - 2024-07-30T143815.681.jpg (219.01 KiB) געזען געווארן 607 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 11:45 am
דורך ניקל
באריכטן אז אוקריינא האט היינט באקומען די ערשטע F16'ס
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 1:48 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 11:45 am
באריכטן אז אוקריינא האט היינט באקומען די ערשטע F16'ס

- download (3)-640x480.jpeg (51.97 KiB) געזען געווארן 550 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:02 pm
דורך ניקל
F16' העכער אדעסא

- IMG_20240731_135026_808.jpg (42.11 KiB) געזען געווארן 535 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 8:45 am
דורך ניקל
F16 דאמי פליגער ווערן געבויט אין אוקריינא צו פארמישן די שטן

- IMG_20240801_084418_735.jpg (178.45 KiB) געזען געווארן 476 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:03 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 2:02 pm
F16' העכער אדעסאIMG_20240731_135026_808.jpg

- Screenshot_20240801_110227_WhatsApp.jpg (384.79 KiB) געזען געווארן 468 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 10:26 pm
דורך מיילעך פריילעך
אוקראינע האט באוויזן צו אטאקירן און זינקען דער רוסישער B-237 ראסטאוו-נע-דאנו אין אן אטאקע קעגן די האפנס פון סעוואסטאפאל, קרימיע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:06 am
דורך מיילעך פריילעך
אוקראינע האט פארארדענט א עוואקואציע פון עטליכע מזרח'ישע שטעט.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 9:53 am
דורך שאינו יודע לשאול
זעלענסקי פייערט די אנקום פון די F-16 פליגער.

- unnamed - 2024-08-05T095228.749.jpg (143.37 KiB) געזען געווארן 375 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:56 am
דורך מיילעך פריילעך
רוסלאנד זאגט אז אוקריינע האט געפענט א צווייטע פראנט אין אפריקע
רוסלאנד האט יעצט געזאגט אז אוקריינע האט געפענט א צווייטע פראנט אין אפריקע,
נאכדעם וואס דאס לענדל מאלי האט באשולדיגט קיעוו אין מיטהעלפן אן אטאקע פון די רעבעלן פארגאנגענעם מאנאט און אפגעריסן דיפלאמאטישע באציאונגען.
זאגט רוסלאנד אז אוקריינא האט געעפנט א צווייטע פראנט אין אפריקע און איז גוט געווארן מיט די טעראריסטישע גרופעס אין לענדער פריינדלעך צו מאסקווע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:29 am
דורך ניקל
אוקריינא האט נעכטן געפענט א פראנט און די קורסק ראיאן און רוסלאנד, ווי זיי האבן דערווייל באוויזן איבערצונעמען שטחים
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:30 am
דורך ניקל
פרעזידענט פוטין האט היינט פארופן א עמוירדזשענסי זיצונג, בנוגע די פראנטן
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:31 am
דורך ניקל
צענדליגער געפאנגענע רוסישע זעלנער און די קורסק ראיאן

- IMG_20240807_113037_627.jpg (101.87 KiB) געזען געווארן 336 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:32 am
דורך ניקל
ווי זיי רוקן זיך

- IMG_20240807_113204_231.jpg (129.97 KiB) געזען געווארן 336 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:33 am
דורך ניקל
איינגענומענע שטחים דורך אוקריינא

- IMG_20240807_113233_187.jpg (113.23 KiB) געזען געווארן 335 מאל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:27 pm
דורך ניקל
אוקריינא ברענגט אריין פרישע כוחות קיין רוסלאנד