Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:52 pm
@שמואל פוקס
וואס זענען די ספרים וואס מען זעט דא?...
@שמואל פוקס
ווי סאך נאך מינוט זאל איך ווארטן?...על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm לאמיר אביסל מסביר זיין, האפנטלעך שפעטער וועט מען אפשר מער קענען מאריך זיין.
בקיצור הדברים איז נאך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעגאנגען א געוויסע קהילה, שיירי שיריים פון די אמאליגע לב טהור. די עסקנים האבן געוויסט אז מען מוז דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז, כדי די פלאץ זאל זיך טאקע ענדגילטיג פארשליסן.
איך עדיט עס צו ממשיך זיין, ווארטס אפאר מינוט..
עמרם משה יוסף ראזנער, זקן ריש מתיבתא דלב טהור
שוין צוגעלייגטברוך השם האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:16 amווי סאך נאך מינוט זאל איך ווארטן?...על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm לאמיר אביסל מסביר זיין, האפנטלעך שפעטער וועט מען אפשר מער קענען מאריך זיין.
בקיצור הדברים איז נאך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעגאנגען א געוויסע קהילה, שיירי שיריים פון די אמאליגע לב טהור. די עסקנים האבן געוויסט אז מען מוז דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז, כדי די פלאץ זאל זיך טאקע ענדגילטיג פארשליסן.
איך עדיט עס צו ממשיך זיין, ווארטס אפאר מינוט..
אז ימלא שחוק פינו, ווען מען פארשטייט אז אלעס איז געווען לטובה דאן לאכט מעןהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:27 am דעיס איז אמגלויבליך!
זיצן און לאכן מיט די מענטשן וואס מ'האט אזוי געקעמפט...
קאסט גבורות הנפש!
איך בין דא, איך לאך און איך וויין אויף איין מאל.חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:26 am @שמואל פוקס וואו ביסטו??? וואס הערט מען נישט פון דיר???
עטס קענטס נישט אליין פארשטיין די ענדע פון די מעשה? מ'דארף נישט זיין קיין נביא דערפאר...
WOW WOW WOW!!!על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm לאמיר אביסל מסביר זיין, האפנטלעך שפעטער וועט מען אפשר מער קענען מאריך זיין.
בקיצור הדברים איז נאך אין די לעצטע פאר וואכן אנגעגאנגען א געוויסע קהילה, שיירי שיריים פון די אמאליגע לב טהור. די עסקנים האבן געוויסט אז מען מוז דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז, כדי די פלאץ זאל זיך טאקע ענדגילטיג פארשליסן.
די עסקנים האבן געוויסט אז די איינציגסטע סיבה וויאזוי די פלאץ גייט נאך אן איז וויבאלד עס זענען נאך דא דארט צוויי עסקנים ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן און ר' משה יודא לייב אלטער. עס איז געווען קלאר אז ווי נאר די צוויי יודן שפאצירן אוועק איז דער פלאץ פארמאכט. הגם עס בלייבן נאך איבער די צוויי פירער משה יוסף ראוזנער און אהרן ארי' טעללער, זענען זיי אבער נישט קיין עסקנים, און דער פלאץ צופאלט ווי א הויפן פלאסטישע גלעזלעך.
די עסקנים זענען געווען אנטשלאסן אז מען מוז די צוויי עסקנים אריבערברענגן צו די צד הקדושה...
פאר דעם צוועק האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין גווטאמאלא. מיט א פאראויס פלאנירטע פלאן צו ברענגן די מענטשן צום טיש.
ארויסגעפארן איז מען מיט דריי פרישע הוטן און דריי פרישע רעקלעך..
מען האט אנגעהויבן דעם טאג 9 אזייגער אינדערפרי מיט א פאראדע ביים געריכט הויז ווי די עסקנים האבן מנדב געווען טייערע פורנעטשור פארן געריכט הויז. די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד מען רישט זיך אין די נעקסטע פאר וואכן ארויסצונעמען די 30 קינדער פון גווטאמאלא און מען דארף זייער קאפאראציע... אלע ריכטער האבן זיך באטייליגט ביים פאראדע, די לאקאלע פרעסע איז אראפגעקומען און די עסקנים האבן זיך באדאנקט פארן געריכט אויף די ביז יעצטיגע צוזאמארבעט.
דרך אגב היות דאס איז געווען א דראמאטישע טאג, ווי איין שטאפל האט געברענגט דעם נעקסטן, האבן מיטבאגלייט דעם גאנצן טאג סיי די מאמענט שטאב, און סיי דער פראדוצירער מענדי פעלין וועלעכע האט אויפגעכאפט דעם גאנצן טאג אויף ווידיאו, און אפגעהאלטן צענדליגער אינטערוויאוס ביי יעדן שטאפל מיט אלע באטייליגטע.
פונעם געריכט איז מען געגאנגען צו די עם פי, ווי מען האט זיך געטראפן מיט די פראסעקיוטערס, ריין צו וואשן ר' חיים צבי מלכא, און ארויפצולייגן פרישע קלאגעס אויף די איבריגע. מען האט עס ספעציעל שטארק געדעקט אויף אידטיש כדי צו שיקן א קלארע מעסידש פאר די 2 עסקנים...
פון דארט איז מען געגאנגען צו די PGN וואו מען האט זיך געטראפן מיט די סאמע מאכטפולסטער מענטש אין גווטאמאלא דער דשענעראל פראסעקיוטער (כאטשיג ער איז נישט דער פרעזידענט האט ער אבער למעשה די לעצטע ווארט אויף יעדע ריר אין לאנד) די עסקנים האבן זיך באדאנקט פאר אים אויף אלעס ביז אהער, און געבעטן צו צוהעלפן טאקע גענצליך צו פארשליסן דעם מקום. עס אזי אויך שטארק ארומגערעדט געווארן אז די גאווערמענט טוט דאס וויבאלד זיי האבן ליב יודן און נישט ח''ו ווייל מען האט זיי פיינט.
דערנאך איז פארגעקומען א פרעסע ריליעס ווי די עסקנים האבן גערעדט צו די גרעסטע מידיע נעצן אין לאנד.
דאס איז אלעס איז געדעקט געווארן גאר שטארק כדי די עסקנים אין לב טהור זאלן קלאר פארשטיין וואס זיי האבן צו טון.
במשך דעם טאג האט מען געהאלטן קשר מיט די [געוועזענע] עסקני לב טהור. און זיי האבן ממש געוויינט אז מען זאל קומען זיך טרעפן מיט זיי (זיי קענען נישט לעגאל ארויסגיין פון בבל). מען האט אפגעשמועסט אז מען גייט זיך טרעפן אין כנישתא חדא (וואס שטייט ממילא ליידיג זייט פסח העעל''ט).
מען איז אריין אין א צומער, ר' אברהם גרינהוט, ר' יואל יושע העשיל בלום, ר' יצחק טייכמאן פון איין זייט, קעגן איבער ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן, ר' משה יודא לייב אלטער, ר' אברהם דינקל. (ר' אברהם איז טאקע נישט פון די עסקנים, אבער היות ער האט אויך קלאגעס האט ער זיך מיטגעכאפט...).
חתן כלה האבן ארומגערעדט פאר א לאנגע צייט, פונקטליך וואס צד החתן וויל פון צד הכלה כדי אראפצונעמען די קלאגעס. נאך א שטיק צייט זענען די עסקנים ארויסגעגאנגען און געגעבן צייט עס איבערצוטראכטן. מאך עטליכע מינוט האבן די עסקני לב טהור געמאלדו אז זיי טוישן בגדים און שפאצירן אוועק פון דעם פלאץ. און פון היינט און ווייטער וועט די לב טהיר לויער נאר ארבעטן פאר די עסקנים! אין אנדערע ווערטער פון 2 זייטן איז געווארן איין זייט!
תיכף האט מען זיך געזעצט צו א געשמאקע לחיים אין כנישתא חדא, און דערנאך צוגעפארן צו א געהויבענע תפילת מעריב אין בבל...
די 2 ראשי עסקנים האט מען מכבד געווען מיט די מכבוד'יגע פלעצער פון די ריש מתיבתא און די אב בי''ד. ר' יואל יושע העשיך בלום איז צוגעגאנגען צום עמוד, און עס איז געווען גאר דערהויבן. נאכן דאווענען האט ר' יואל יושע העשיל אויפגעטרעטן מיט אפאר קורצע אבער גאר שטארקע דיבורים פאר די נישם צדקניות וועלעכע געפינען זיך נאך אין גווטאמאלא, ארויסברענגענדיג אז מען מען איז נאר דא פאר זייער טובה אן מען וויל זיי ח''ו נישט מצער זיין.
תיכף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענע רקידה חסי ה' כי לא תמנו, בך בטחו אבותינו.
פון דארט איז מען אריבערגעגאנגען אינאיינעם מיט די בגדים געטוישטע געוועזענע הנהלה פירער צום אב בי''ד, צו מקבל זיין א ברכת כתיבה וחתימה טובה. דער אב בי''ד האט צופעליג זייער שיין אויפגענומען די שיירא. ר' אברהם גרינהוט האט אים געוואלט געבן א סכום הגון פאר צרכי הבית אבער דער רב האט אפגעזאגט.
פון דארט איז מען געגאנגען צום קאנטעינער פונעם ריש מתיבתא. אבער דער ר''מ האט צוגעשפארט אלע טירן און פענסטער... ר' יואל יושע העשיל האט בליץ שנעל באמערקט איין פענסטער וועלעכע איז בטעות געבליבן אפען, און ער האט זיך אין סקונדעס אריינגעגליטשט אינעווענדיג, און געעפנטו די טיר לכל הציבור (עס פארט ארום די ווידאו, ער געבט רשות עס צו ברענגן דא).
דער ר''מ איז געכאפט געווארן אין א שווערע שאק ווען די עסקנים האבן זיך אראפגעזעצט ביים טיש, ר' יואל יושע העשיל האט געזאגט אז ער איז שוין לאנג נישט געווען באשוכן דעם שוואגער און ער וויל מקבל זיין א ברכת לשנה טובה. ר' אברהם גרינהוט האט דערמאנט פארן ר''מ אז ער איז געווען א ידיד מיט ר''מ אין ישיבה און ער איז נאך אלץ א ידיד... ער איז נישט דא צו טון שלעכטס נאר צו ראטעווען יודן פון גיין אין תפיסה. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די עסקנים זענען געזיצן מיטן פולן ריספעקט, און בכלל נישט אויף א רייצנדן אופן.
ר' אברהם האט ווידער געוואלט איבערלאזן א סכום הגון פארן ר''מ, אבער דער ר''מ האט אויך אפגעזאגט.
יעצט איז מען אויפן וועג אהיים צום עירפארט...
איך בעט איבער אויב עס זענען דא ספעלינג טעותים, מ'וועט עס אי''ה משלים זיין.
איך שעם מיך צו זאגן. פארוואס? כ'ווייס נישט, ווייל כ'בין שוין א טאטע.. אבער:על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:41 pm חתן כלה האבן ארומגערעדט פאר א לאנגע צייט, פונקטליך וואס צד החתן וויל פון צד הכלה כדי אראפצונעמען די קלאגעס. נאך א שטיק צייט זענען די עסקנים ארויסגעגאנגען און געגעבן צייט עס איבערצוטראכטן. מאך עטליכע מינוט האבן די עסקני לב טהור געמאלדו אז זיי טוישן בגדים און שפאצירן אוועק פון דעם פלאץ. און פון היינט און ווייטער וועט די לב טהיר לויער נאר ארבעטן פאר די עסקנים! אין אנדערע ווערטער פון 2 זייטן איז געווארן איין זייט!