שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:01 pm
לגבי די שאלה אויף די עתיד פון לב-טהור:
א. לב טהור איז אויפן מאמענט צופאלן. פינטל.
ב. די שאלה איז, צי זיי וועלן זיך צוריק צוזאמעננעמען, ועל זה אנו דנים.
ג. אויב זיי וועלן זיך צוריק צוזאמעננעמען, איז די שאלה צי דאס וועט זיין אויפן זעלבן פארמאט ווי אמאל, אדער וועט דאס זיין עפעס אנדערש, אפשר אויף א לייכטערע פארנעם, אדער בלויז א בית-המדרש'ל זיך צוזאמענצוהאלטן מיט די לימודים וכו', אבער נישט אלס קאנטראל וכו'.
ד. אויב עס וועט געשען אזא זאך, איז די שאלה מאן יאמר אז עס איז אזוי שלעכט? - וואס קען שוין זיין שלעכט אז מענטשן גלויבן אויף א געוויסער מענטש אז ער איז א צדיק? - פעלן דען חסידיות מיט פאלשע מנהיגים? - כל-זמן מען בא'עולה'ט נישט קיינעם און מען נעמט נישט אוועק קיין בחירה פון א מענטש, וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט? - איינעם גייט עס אן, אז וועט זיצן אינאיינעם מיט און זינגען צוזאמען, "אל תשליכנו, איי ייאי טאטעניו..." - זאל זיין אזוי. אנדערע וועלן אבער טענה'ן אז ניין! - מען טאר נישט געבן פאר אזא קהילה א פלאטפארמע, אפילו אויף א כשר'ע אופן. עס דארף אויסגעריסן ווערן יעדע זכר און ברעקל פון אזא סארט שיטה און הנהגה, אזוי ווי כת-ש"ץ בדורו און אנדערע אזעלכע שטערמונגען. דערויף קען מען דעבאטירן.
אלס ענטפער צו סעיף ב. ג. און ד.
1. כמעט אלע עסקנים זענען שטארק ביי די מיינונג, אז לב-טהור וועט זיך קיינמאל נישט צוריק צוזאמעננעמען, אויף קיין שום סארט פארמאט. לויט זייערע ווערטער איז פארהאן א קאנטראל דערויף און סיי ווי האלטן זיי, אז זיי אליין וועלן דאס נישט וועלן טון, צוליב פארשידענע סארט סיבות.
2. כמעט אלע קלוגע יוצאי לב-טהור, וועלכע זענען בתוך הענינים און פארשטייען ווי אזוי זאכן גייען צו דארט, זאגן אויך קלאר אז לויט זייער פארשטאנד, וועט זיך לב-טהור נישט צוזאמעננעמען צוריק און זיי וועלן אפילו נישט פראבירן דאס צו טון. אסאך מענטשן זענען דארט געווען באונס, און נישט ווייל זיי האבן דאס געוואלט. אפילו די מענטשן וואס זענען נישט געווען דארט באונס, פארשטייען אויך רוב פון זיי אז עס איז נישט גוט געווען דארט, און קיינער זוכט נישט זיך צוריק צוזאמענצונעמען.
3. נאכמער; אפילו מענטשן וואס דערקלערן זיך נאך אלס לב-טהור, און געפינען זיך אפילו אין גואטאמאלא, זאגן אויך אז די חבורה איז א פארגאנגענהייט. לדבריהם, מען האט פראבירט צו טון א גוטע זאך, אבער ס'איז נישט געגאנגען און לב-טהור דארף זיך אצינד פארשפרייטן און זיך אויפלעזן, דאס איז א זאך וואס האט נישט געקענט אנהאלטן ווייטער.
4. א קליינער מועט פון מענטשן, ואני בתוכם (וואס זאל איך טון אז איך האלט אזוי?), זענען ביי די מיינונג, אז ערגעץ וואו, וועט זיך מאכן א קיבוץ פון מענטשן, וואס וועלן זיך ווידער צוזאמענהאלטן. לדעתי קען מען נישט שטערן קיין מענטשן פון דאס טון. דאס איז אבער זיכער, אז עס וועט זיכער נישט זיין אויף דעם פארמאט ווי אין גואטאמאלא, מען קען נישט טון דא, דאס וואס מען האט געטון דארט, און מענטשן פארשטייען אליין אז דארט איז נישט גוט געווען, און קיינער וויל נישט איבערשפילן דעם מאדעל פון דארט. בסך-הכל וועט זיין א מקום, ווי דער אור ה' וועט ליגן אין שאפע און אידן וועלן זיצן איבער א גלעזל ברוינפן און דערציילן סיפורים איבערן רבי'ן זי"ע.
9. וואס יא? - פון אזא אומשולדיגע חבורה, קען במשך די צייט ארויסוואקסן מער א ראדיקאלע שטערמונג. עס קען נעמען יארן, אבער פון די יונגע דור קענען קומען אזעלכע מענטשן און אנהויבן טענה'ן, אז דער רבי האט דאס געוואלט און אז אמאל האט מען אזוי געלעבט. עס קען נעמען צענדליגע יארן צי אפילו הונדערטע יארן, ביז אזאנס קען זיך אנטוויקלען.
צוריקגייענדיג צו סעיף א.
1. עס איז וויכטיג אויסצוקלארן: די חבורה אלס חבורה איז טאקע צופאלן, אבער מענטשן וואס גייען אין די שיטה און די לימודים, איז נאכנישט גענצליך צופאלן. אין אנדערע ווערטער; עס איז מער נישטא דעם 'גוף החבורה', הנהלה, קאנטראל, חדר, ישיבה, מוסדות. פארט, די שיטה און די לימודים לעבן נאך ביי יחידים, וועלכע זענען צושפרייט איבער די וועלט און זיי פראבירן אנצוהאלטן און זיי קוקן זיך אן, אז זיי זענען די חבורה. ווען די דאזיגע מענטשן ליינען אצינד מיין ערשטע סעיף (און איך בין זיכער אז עס איז פארהאן פון זיי וואס ליינען דא), איז זייער ערשטע רעאקציע, "שקר, די חבורה איז חי וקים - איך פיר זיך לויט די חבורה, פלוני פון עיר פלוני איז פון די חבורה, אלמוני פון די מרחקים איז אין די חבורה, וכן הלאה". דעריבער קלאר איך אויס, אז די גוף הכללי אלס חבורה איז שוין צופאלן, די סעטינג און די משטר ההנהגה. עס זענען פארט פארהאן יחידים וועלכע גייען נאך אלס אין די דרך און אין די הדרכות און לימודים. די שאלה איז, ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן. די יחידים קענען אזוי אנהאלטן פאר יארן, אדער פאר שטענדיג. זייערע קינדער מוזן אבער גיין אין היימישע מוסדות התורה, מען מוז מחונך ווערן אנדערש און דאס איז נישט קיין זאך וואס קען אנהאלטן. ווער רעדט נאך, אויב וועט טאקע נישט זיין קיין פלאץ וואו מען קומט זיך צוזאמען, וועט די זאך אונטערגיין און אפילו די פאר יחידים, וועט יעדער איינער פאר זיך פארמירן און אדאפטירן א צווייטער סארט מהלך און עס וועט נישט זיין קיין תמימות-דעים. דאס מיינט אין קורצן, אז די חבורה איז אונטערגעגאנגען.
2. עס איז אויך נישט אויסגעשלאסן, אז אין דער לאנגער עתיד וועט אונטערוואקסן פון אונטער דער ערד א חבריא, וואס וועט אננעמען דעם דרך פון לב-טהור אלס זייער דרך. פונקט ווי עס וואקסן היינט אויס אלע סארט חבריות, געבויט אויף אלע סארט השקפות און מיינונגען, כשר'ע ווי נישט כשר'ע. אין די היינטיגע ברייטע וועלט, געפינען מענטשן אויס אלע סארט מהלכים אין עבודת-השם און אין לעבן, וואס האבן אמאל עקזיסטירט, און מענטשן פראבירן דאס אויס, זיך צוזאמעננעמענדיג בחבריא צו פראקטיצירן דעם דאזיגן גאנג. לב-טהור וועט ווארשיינליך נישט זיין אנדערש, און עס וועלן אפירקומען אפאר ליידיגע מענטשן מיט א גרויסן דארשט אנצופילן די לאך אין זייער נשמה, און אפירקראצן די אלטע תורות און לימודים, מאכנדיג דערפון א חבריא. אבער זיכער נישט דאס מיינט דער פסוק, אז לב-טהור איז צוריק אלס חברייא. יעדער פארשטייט דאס.
אויב עסקנים האלטן, אז מיינע ווערטער זענען א שטער אין די מערכה און אז איך בין מחזק דורכדעם מענטשן צו קלערן, זיך צוריק צוזאמענצונעמען, קען איך גערן אראפנעמען מיין יעצטיגע תגובה.